יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ קריסטאל
ארטיקלען

חתונה מאכן מיט א ניכטערן בליק - חלק ד'

קריסטאל · "היימשטאט" · פרשת קרח תשפ"ה

יעצט לאמיר אויסשמועסן "צוקונפט" בעפאר מיר גייען אריין אין די דעטאלן.

ווען מ'רעדט צו א קליין קינד, מ'פרעגט אים וואס ווילסטו פאר דיין צוקונפט? וועט ער ענטפערן עפעס גראנדיעז, אמאל איז עס א גרויסער רבי מיט חסידים, אדער א פייער לעשער מיט א ריזיגן טראק, אדער וויל ער זיין דער גרעסטער מיליאנער, ער וועט רעדן פון עפעס וואס מיט זיין שכל פארשטייט ער אז דאס איז דער גליק, אבער ער וועט זיך נישט אפשטעלן ביי עפעס אונטער די גרעסטע דערפון.

ווען דאס קינד וואקסט אונטער און ווערט א טאטע אין א שטוב, ווערט אמאל טאקע דער קערפער גרעסער, אבער צומאל וואקסט מען אויף צו זיין א גרויסער חתונה געהאטער קינד, די חלומות און פאנטאזיעס (יעדער האט עס, נאר נישט יעדער כאפט אז ס'איז פאנטאזיעס) קענען אמאל אריינפירן אונזער גרויסן קינד אין א אילוזיע וואס ער וויל פותר חלום זיין מיט אומרעאליסטישע שריט.

יעדער איז בארעכטיגט און ס'איז נאטורליך צו חלומ'ן און וועלן דאס בעסטע. אבער דער חילוק פון א גרויסן קינד און א ערוואקסענער מענטש איז: דער גרויסער חתונה געהאטער קינד וועקט זיך נישט אויף פון חלום ביז ער פאלט אראפ פון בעט. דער ערוואקסענער וועקט זיך אויף ווען דער זייגער קלינגט. וד"ל.

אין א גוטע מינוט אינטער א גוטן וועטער, אדער אין א רואיגן שמועס, דער מענטש טראכט וואס ער קען אלס עררייכן, ער האפט און ער שטרעבט אויפן בעסטן. ער ענדיגט די קאווע און גייט צוריק צו די ארבייט, ער מוז אהיים ברענגען פרנסה. ער זיצט נישט און חלומ'ט ארום דעם קאלענדער.

דעריבער איז קלאר אז ווען מ'רעדט פון "צוקונפט" אין די ראמען פון אונזער שמועס, רעדט מען נישט פון די "האפענונגען" און די "חלומות" נאר פון א רעאליטעט וואס ווי עלטער מ'ווערט אלס מער באקענט מען זיך דערמיט.

א מענטש מעג טראכטן און דארף האפן, אבער אין דער זעלבער צייט מוז רעאגירן צום מציאות וואך און באוואוסטזיניג.

די וועלט באשטייט פון געוויסע קאטאגאריעס, אלס אזוי געווען און וועט אזוי זיין ביז משיח וועט קומען. אין גאר גענעראלע טערמינען זענען די קאטאגאריעס בערך אזוי:

א קליינע פראצענט וואס זענען זוכה צו עשירות און א ברייטקייט

א ריזיגע פראצענט וואס שטופן דורך.

א קלענער פראצענט וואס פלאגן זיך נעבעך מער אדער ווייניגער אויף אויסצוקומען אויפן טאג טעגליכן.

פארשטייט זיך אז מ'קען אריינגיין טיעפער און צעטיילן אין מער, אבער איך בין נישט קיין ריסוירטשער, און איך ווייס נישט קיין פונקטליכע פראצענטן, עס נעמט אבער נישט אוועק פון די עיקר נקודה וואס איך וויל ארויסברענגען.

דאס איז אמאל זיכער אז דער גרעסערער העלפט, מער ווי א צוויי דריטל, אסאך מער פון דעם, שטופן דורך אין בעסטן פאל, אדער גאר ווייניגער. דער אדם לעמל יוולד איז עפעס וואס ווערט מקויים במילואו אפי' דורך די וואס זענען נישט אזוי ערליך מקיים אנדערע מצוות פון די תורה.

דעריבער ווען מ'רעדט פון צוקונפט, דארף דער מענטש טראכטן אויפן דרך הממוצע, און פרובירן צו טון השתדלות אז ער זאל זיין ביכולת אנצוגיין אנע דארפן אנקומען צו אנדערע ח"ו,

דער מענטש טאר נישט טראכטן אז ער וועט פאלן אין די נידעריגע קאטאגאריע פון נישט קענען אויסקומען, מ'דארף האבן בטחון און טון השתדלות, אבער ער דארף אין די זעלבע צייט אויך פארשטיין אז צו טראכטן אז ער וועט אלס האבן פון אלעמען איז אויך נישט קיין דרך הטבע, און מ'דארף טראכטן פונעם מיטלוועג וואו דער רוב בנין פון די מענטשהייט עקזיסטירט.

כדי צו קענען פלאנירן אויפן צוקונפט (דאס איז נישט ח"ו קיין חסרון אמונה, נאר א מתנה פון הקב"ה אז דער מענטש זאל קענען און וועלן טון השתדלות טראץ וואס אלעס איז באשערט, ועיי' בספה"ק) איז וויכטיג צו פארשטיין איין גרויסע נקודה.

רוב גרויסע אויסגאבן פון א פשוט'ן מענטש זענען קלאר און פארגעזעהן, זייער פערדיקטעבל, פארשטייט זיך אז דאס לעבן איז נישט עפעס וואס גייט אלס ווי מ'וויל, און דערויף דארף מען אלס מתפלל זיין אז מ'זאל פארן גלייך און האבן הרחבת הדעת, אבער מ'קען זיך נישט און מ'דארף זיך נישט נער'ן אז די זאכן וואס מ'ווייסט יא מעג מען און דארף מען משתדל זיין דערויף.

למשל ווען א קינד ווערט געבוירן ווערט בעז"ה מיט דעם קינד אויך געעפנט א האפנטליך געזונטע רייע פון הוצאות וואס גייען אי"ה אינטער קומען, האפנטליך גארנישט אינדרויסן פון נארמאל, אבער דאס קינד גייט דורכגיין א סעריע פון קאסטן פאר די עלטערן וואס יעדער האפט צו האבן אי"ה. צו איז עס שמחות, אדער שכר לימוד, און אפי' די עסן און טרינקען און אזוי ווייטער.

די טאג טעגליכע געברויכן פאלן גרינגער אריין אין דעם מענטש'ןס בודזשעט, ווייל עס פאסירט זייער געמיטליך און נישט שפרינגעדיג, אבער די גרעסערע הוצאות ווי שמחות, זענען געוויינליך שוין שווער, וויבאלד עס פאסירט אויף איינמאל און מיט אסאך הוצאות.

דעריבער ווערט דאס באטראכט ווי א "אוטסטענדינג בילל" עס איז א קאסט וואס איז שוין דא, מ'ווייסט נאר נישט וואו צו באצאלן ווילאנג דאס קינד וואקסט אויס.

שטעלט אייך פאר ווען מ'זאל יא וויסן פונקטליך עתידות און מ'קען אנהייבן צו באצאלן די הוצאות החתונה ווען דאס קינד איז דריי יאר אלט, וואלט זייער גרינג געווען אנצוקומען צו די חתונה רואיג, נאר דאס איז נישט די מציאות. וואס יא? מ'ווייסט אז אין אכצן אדער 20 יאר ארום וועט מען פלוצים ווערן באטראפן מיט א גרויסן בילל, און מ'וועט דארפן זיך באפאסן דערמיט.

וואס איז די עצה?

מ'לייגט אוועק געלט צו באצאלן די ביללס, ווייל אויב טוט מען עס במשך עטליכע יאר איז עס גרינגער און פראקטישער.

וועט דאס אויסצאלן אלע הוצאות? מ'קען נישט וויסן, ווענדט זיך ווי גרויס די שטוב וואקסט, און ווי גרויס די הוצאות אויף די מינוט זענען, אבער דאס איז זיכער אויב מ'לייגט אוועק עפעס, וועט עס העלפן עפעס, און אויב לייגט מען אוועק אפס, וועט עס העלפן אפס.

דער מענטש טוט השתדלות אויף וויפיל ער קען.

וואו זאל ער לייגן דאס געלט?

די בעסטע און גלייכסטע וואלט געווען ער זאל עס שוין טראגן צום שטריימל סוחר און באצאלן דערמיט, אדער צום חתונה זאל אראפלייגן א דעפאזיט, נאר דאס איז נישט רעאליסטיש מעגליך, דעריבער דארף ער עס לייגן אויף א פלאץ וואס האט די פאלגענדע תנאים:

דאס געלט זאל זיין פארשפארט

דאס געלט זאל ליגן אין א גאראנטירטן פלאץ (פארשטייט זיך מ'רעדט פון גאראנטיעס פון א מענטשליכן פערספעקטיוו, מ'קען זיך נישט באווארענען פון קיין דורכפעלער אויב איז באשערט א דורכפאל ח"ו)

דאס געלט זאל זיין גרינג צוריק צו נעמען ווען די צייט קומט און מ'דארף עס.

אין צוגאב:

אויב דאס געלט קען ברענגען עפעס א פראצענט ריוח אויך, איז זיכער א מעלה, ווייל ווי נישט ווי איז שווער אוועקצוליייגן אלעס וואס מ'וועט דארפן, און מ'דארף אויך זיך רעכענען מיט אינפלאציע.

(פארשטייט זיך אז דער צוגאב פון פראצענטן טאר נישט אוועק נעמען קיין כי הוא זה פון די גאראנטיעס וואס זענען וויכטיגער)

דעריבער אפי' ווען דאס געלט ליגט אויף א גאראנטירטן פלאץ איז נישט ממש גענוג דאס אליינס, ווייל ס'איז נאך אלס דא אפאר פאקטן וואס טוישן זיך (גאראנטירט) אינפלאציע גייט ארויף, פרייזן גייען ארויף, און קאסטן בלייבן נישט שטיין.

דאס הייסט אז אפי' אויב דער מענטש לייגט אוועק גענוג געלט (וואס דאס פאר זיך איז שווער) אויף א גאראנטירטן פלאץ, איז ער נאך ווייט פון גאראנטירט צו קענען אלעס צאלן, אבער עס מאכט אים פיל גרינגער.

אויב קען מען אוועק לייגן דאס געלט אויף א גאראנטירטע פלאץ וואס ברענגט עפעס ריוח איז זייער געראטן.

לאמיר רעדן פון "ריוח" וואס מיינט ריוח? איז דאס פראצענטן וואס דאס געלט וואקסט? אדער נאך עפעס?

אודאי אויב וואקסט דאס געלט א געוויסע פראצענט, איז עס א ריוח, און דאס ווערט אנגערופן "איינערקענטע ריוח" מ'זעהט דאס אויף פאפיר, און מ'קען עס געהעריג פארשטיין.

אבער מער פון דעם איז דא ריוח וואס איז אוממערקבאר, און רוב מאל איז עס נאך פול מער ווי סתם ריוח.

לאמיר מסביר זיין.

א מענטש איז נישט קיין טשארט, א מענטש איז א קליינע וועלטל ממש פשוטו כמשמעו, און ווען ער טוט עפעס מיט געלט מוז ער אין באטראכט נעמען נאך פאקטארן אויסער דער עצם פלאץ וואו דאס געלט ווערט אוועק געלייגט.

לאמיר נעמען א דוגמה:

אויב א מענטש לייגט אוועק געלט אין אן אינוועסטמענט וואס ברענגט אים 10 פראצענט ריוח, און אין די זעלבע צייט צאלט ער נישט אויס זיינע קרעדיט קארדס און דערפאר צאלט ער 29 פראצענט אויפן געלט, איז רוב מאל יצא שכרו בהפסידו, ער וועט עס אפשר קיינמאל נישט איינערקענען, ער וועט זיך פלאגן צו פארשטיין וואס עס איז די פראבלעם מיט אים אז ער האט קיינמאל נישט עקסטער געלט, אבער ווען מ'קוקט פון אויבן אינדרויסן פון די באקס זעהט מען עס קלאר.

א צווייטע דוגמה:

א מענטש לייגט אוועק געלט צו חתונה מאכן אין אן אינוועסטמענט אין א ביזנעס אדער אפי' אין ריעל עסטעיט, אין די זעלבע צייט וואס ער האט א געהעריגע פרנסה פון וואו ער לעבט אויפן טאג טעגליכן. אויב איז די אינוועסטמענט עפעס וואס וועט אים אוועקנעמן סיי וואספארא חלק פון קאפ אדער זיין שלוות הנפש נישט צו קענען אנגיין מיט די נויטיגע טאג טעגליכע וואס ער דארף טון, איז אמאל יצא שכרו בהפסידו, טראץ וואס ער וועט עס נישט קענען בעין אנווייזן.

דעריבער ווען מ'לייגט אוועק געלט פאר א "גאראנטירטע" עקספענס, איז אנגענומען און קלאר אז מ'לייגט עס אויף א "גאראנטירטע" פלאץ, דארט וואו מ'קען זיך אוועקדרייען און מ'דארף נישט צוריק קוקן.

אין דעם נושא פון אוועקלייגן געלט איז אויך דא א גאר וויכטיגע נקודה אין די "וויאזוי".

דאס הייסט אז א מענטש מוז איינשטעלן א נארמאלן צוגענגליכן אנגייענדיגן מהלך פאר אוועקלייגן געלט כדי צו קענען מצליח זיין דערין.

דעם מענטשנס לעבן איז שטורמיש, אסאך גייט מען דורך אין לעבן, אפי' ווען אלעס איז גוט און מ'האט ב"ה הצלחה אין אלע ענינים, איז עס קיינמאל נישט קיין גראדע ליניע אויף ארויף, נאר אסאך קלענערע און גרעסערע אויסגאבן און פראבלעמען מיט וואס דער מענטש מוז זיין באשעפטיגט, וואס דערפאר איז א דבר פשוט אז מ'מוז אוועקנעמען דעם כח פון "באשליסן" פון דעם מח וואס איז קאנעקטעד צו א הארץ.

דהיינו:

ווען א מענטש האט א שווערע מינוט, און פלאגט זיך אויף א געוויסן אופן מיט געלט, וועט דער רוב רובא ווייטער קענען באצאלן אלעס וואס ליגט אין דעם געוויינליכן בודזשעט, ער וועט צאלן זיין רענט, זיין גראסערי, זיין שכר לימוד. ער וועט שולדיג בלייבן א וויילע, מסדר זיין פעימענטס, ער וועט מאכן זיכער צו באצאלן אין די ענדע. און אויב ח"ו קען ער נישט, וועט ער גיין פאר הילף.

אבער אויב האט ער עפעס וואס אין זיין טיעפן הארצן ווייסט ער אדער שפירט ער אז ס'איז "וואלונטיריש" ער האט זיך עס אונטערגענומען און קיינער קען אים נישט צווינגען דאס צו טון, וועט דאס די ערשטע ווערן עלימינירט.

ווען ס'קומט צו סעיווינגס פאר די גאראנטירטע הוצאות, פאפט זיך דאס הערצעלע אז דאס איז וואלונטיריש, און פארגעסט אז סך הכל באצאלט ער פאר הוצאות וואס זענען שוין קאי וקיים און ער מאכט נאר גרינגער אביסל.

אויב אבער קומט ער אין א שווערע תקופה, פארגעסט ער די אלע זאכן, און טראכט אז ער וועט שוין מיט דעם זיך באפאסן ווען ער וועט ברייטער ווערן, און דאן ענדיגט זיך דער שיינער חלום פון אוועק לייגן געלט.

טייערע לייענער, איך זאג אייך נישט דא עפעס וואס לויטן חשבון וואלט אזוי געדארפט זיין, נאר עפעס וואס מיטן מציאות איז אלס אזוי געווען. אדרבה פרעגט אייך נאך און הערט צו איז דא איינער וואס קען אנווייזן אנדערש.

אפי' ווען איך האב שוין יא געטראפן א איד וואס האט אוועקגעלייגט געלט מיט קראפט אן קיין עקסטערע צוואנג, און זיך געהאלטן דערצו שטארק, בין איך אלס געוואויר געווארן א קלייניגקייט אדער א גרויסיגקייט וואס נעמט יענעם ארויס פון די נארם, למשל אז ער האט עלטערן וואס האבן אים געהאלפן ווען ער האט געברויכט, אדער אנדערע בארואיגונגס מיטלען וואס האבן אים קיינמאל נישט אריינגעשלעפט אין דעם מצב פון דארפן "באשלוסן" ער איז אלס געגאנגען פאר די אריינגעבויטע הילף וואס דער אויבערשטער האט אים געשאנקען, און ער האט געקענט זיך האלטן צום פלאן. דאס פאסירט זעלטן.

לאמיר זיך נעמען למעשה, וויפיל לייגט מען אוועק? און וואו לייגט מען עס?

דאס וועלן מיר אי"ה שרייבן אין די קומענדיגע חלק פון די סעריע