יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ קריסטאל
ארטיקלען

חתונה מאכן מיט א ניכטערן בליק - חלק ה'

קריסטאל · "היימשטאט" · פרשת חקת תשפ"ה

לאמיר אריינגיין מער אין די פראקטישע חלקים פון די נושא.

מיר ווייסן שוין ביז אהער אז מ'דארף לעבן אין א סטאנדארט, און אז מ'דארף אוועק לייגן געלט פאר די "גאראנטירטע ביללס".

מיר ווייסן אויך אז אוועקלייגן געלט פאר ביללס דארף זיין סיי אין א גאראנטירטע פלאץ און סיי אויף א שטענדיגע און אנגייענדע פארנעם, מיט א געוויסע שטארקייט נישט נאכצולאזן.

וועל מיר יעצט רעדן קודם פון די "וויפיל".

וויפיל דארף מען אוועקלייגן? און ווען קען מען אנהייבן קלערן פון גיין צום דריטן שטאק אויפן פיראמיד פון נעמען ריזיקע?

צו ענטפערן די פראגע מוז זיין זייער קלאר אז מ'דארף קוקן אויף צוויי עקן פון דעם שטעקן.

די ערשטע זייט איז וויפיל געלט דער מענטש מעג זיך מחייב זיין אוועקצולייגן רעגולער. זינט מיר רעדן פון א התחייבות וואס אן אדאלט דארף קענען זיך האלטן דערצו, מוז דאס געטון ווערן פראקטיש, ווייל נישט אלעמאל איז דער מציאות אויפן זייט פון דעם גוטן ווילן. א מענטש קען זיך מחייב זיין צו געבן טויזנט דאללער א חודש פאר צדקה, און זיך מוזן מתיר נדר זיין אויב האט ער נישט דאס געלט, און זיין פתח חרטה וועט זיין זייער א קלארע אז ער האט נישט.

אויב אבער וועט ער דאס טון מיטן "אוועקלייגן געלט" וועט ער ניטאמאל זוכן א פתח חרטה, ער וועט פשוט ברעכן די קייט, און עס איז שוין קיינמאל נישט די זעלבע.

די צווייטע זייט פון דעם שטעקן איז וויפיל מ'דארף האבן ביי די ענדע. דאס מיינט אז ווען מ'קען ווען וואלט ווען געדארפט זיין א קלארקייט אויף וויפיל זענען טאקע די ביללס ביז מ'ענדיגט אי"ה חתונה מאכן די קינדער.

די צווייטע זייט פון דעם שטעקן איז סיי זייער שווער פארצוזאגן, און אויך כמעט אוממעגליך אינגאנצן ארומצונעמען ווען מ'רעדט פון א מיטלגארטיגן אינקאם, דעריבער איז כמעט ווי אויסגעשלאסן צו קוקן אויף די זייט, און בדרך כלל דארף מען האבן א קלארקייט אויפן ערשטן זייט, און דאס איז "וויפיל קען זיך דער מענטש מחייב זיין בדרך הטבע אוועק צולייגן".

מענטשן פרעגן אויף דעם צוגאנג זייער גוטע שאלות, ראשית כל: וויאזוי ווייס איך צו איך וועל אלס קענען אוועקלייגן דאס וואס איך באשטים יעצט? לכאורה זייער א גוטע שאלה.

די צווייטע מערסטע געפרעגטע שאלה איז: אויב לייג איך אוועק נאר וויפיל איך קען און אין הקומץ משביע את הארי, איך וועל סיי ווי נישט האבן וויפיל איך דארף, אם כן מה אהני לי' רבנן בתקנתא? איך וועל מיך פלאגן א גאנץ לעבן אוועקצולייגן געלט, און צום סוף ווייטער זיין געדערוקט?

צוויי זייער גוטע שאלות, און מיר וועלן ענטפערן ביידע על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.

מ'ווייסט נישט וויפיל געלט מ'וועט קענען אוועקלייגן אייביג, ווייל א מענטש ווייסט קיינמאל נישט וואס דער מארגן וועט ברענגען, אבער פונקט ווי עס איז ביי רענט און ביי אנדערע הוצאות וואס דער מענטש נעמט זיך אונטער, וואו ער ווייסט אויך נישט וויפיל ער וועט קענען, נאר ער שטעלט זיך פאר אז דאס וועט ער קענען, און ווען ער קען נישט, ווייסט ער אז ער וועט זיך קענען אנשטרענגען עס צו נאכקומען ווייל ער האט נישט קיין ברירה, און במציאות שטעלט זיך ארויס אז ס'איז טאקע אזוי, אז א זאך וואס איז אריינגעבויט אין בודזשעט, אפי' ווען מ'האט שוועריגקייטן עס נאכצוקומען גיבט זיך דער מענטש א עצה. (מ'רעדט נישט פון די גאר נידעריגע פארדינער וואס דארפן נעבעך אנקומען ממש צום טאג טעגליכן הילף, מ'רעדט פון די עווערעדזש מענטש)

דאס זעלבע איז דא, אויב טוט מען עפעס וואס זעהט אויס נארמאל אויף די מינוט, און עס איז נישט עפעס וואס אויב קומט שוועריגקייטן וועט מען ממש נישט קענען זיך אן עצה געבן, איז טאקע דאס די געדאנק, אז אויב איז עס אריינגעבויט אינעם בודזשעט וועט בדרך כלל דער מענטש קענען דורכשטופן.

פארשטייט זיך אז מ'קען זיך נישט אינטערנעמען זאכן וואס זענען ניסים פון די ערשטע מינוט. למשל איינער וואס זיין אינקאם איז 100 אלפים א יאר, און ער לעבט אויף 80, אבער דאס יאר האט ער געהאט א פארדינסט פון עקסטערע 25 אויף א געוויסן איינמאליגן וועג, קען ער זיך נישט פארדעם אונטערנעמען יאר יערליך אוועקצולייגן א סכום וואס רעפלעקטירט דעם מזל'דיגן יאר, ער מוז זיך רעכענען מיט זיין געהעריגע שטייגערליכע פרנסה.

די צווייטע שאלה: אויב וועל איך סיי ווי נישט אנקומען צום תכלית, וואס לוינט עס דען?

די ערשטע פשוט'ע תירוץ איז אז פראבלעמען האבן סייזעס, מ'קען האבן קליינע, און ח"ו גרויסע. גארנישט אוועקלייגן איז ערגער ווי עפעס אוועקלייגן, און ווי מער מ'טוט צו מינימיזירן דעם פראבלעם אלס בעסער.

אבער דא ליגט נאך א טיעפערע אמת וואס פאר גאר יונגעלייט זעה איך איז אסאך מאל שווער צו פארשטיין, אבער איך האף אז מיר וועלן עס קלאר מאכן.

אוועקלייגן געלט פארן צוקונפט איז טאקע זייער גוט אויב מ'קען ממש אלעס קאווערן, אבער דאס איז נישט דער מציאות בדרך כלל, עס איז מער דער געדאנק פון האבן א גרויסן סכום געלט מיט וועלכן מ'קען שפילן.

למשל: אויב האט א מענטש 10 קינדער צו חתונה מאכן וואס דאס וועט אים במשך הימים אפקאסטן אן אסטראנאמישע סכום פון א מיליאן דאללער, דער מענטש קען נישט בדרך הטבע אוועקלייגן אזויפיל געלט, אבער ער האט יא ברוב הימים אוועקגעלייגט 200 טויזנט דאללער.

דער מענטש וועט אסאך גרינגער קענען דרייען און שפילן מיט דעם געלט, און נישט ווערן דערשטיקט ח"ו, ער וועט אודאי דארפן זיין פארזיכטיג צוריק צו לייגן געלט אין זיין קאסע צווישן איין חתונה און אנדערע, און ווי אויך נוצן אלע אנדערע געלטער וואס ער קען, ווי אינקאם אדער גמ"ח'ן און אנדערע וועגן פון גרינגער מאכן זיין חתונה מאכן דאס קינד, אבער דאס עצם רעיון פון האבן אוועילעבל אסאך געלט צו קענען דערמיט דרייען העלפט אים, און ער קען בדרך הטבע מיט אט די געלט דורך שוויצן די תקופה פון חתונה מאכן.

איך ווייס אז איך שרייב אין קורצן, אבער אויב איינער פארשטייט נישט קען מען איבערפרעגן, איך האף אז דער געדאנק איז קלאר, ווייל איך רעד נישט פון חלומות, נאר פון הארטע פאקטן, איר קענט זיך אינטערסירן ביי די אידן וואס מאכן חתונה, און טוען דאס.

ער האט חתונה געמאכט א קינד, גענוצט 20 אלפים פון זיין אוועקגעלייגטע געלט, און די איבעריגע האט ער גענוצט פון זיין איצטיגע פרנסה, אדער ארויסגענומען גמ"ח'ן וכדו', און נאך די חתונה האט ער צעביסלעך אנגעהויבן צוריק אריינצוליייגן געלט אין זיין סעיווינגס אקאונט אזוי אז ביי די חתונה פון די קומענדיגע קינד האט ער שוין עטוואס אדער מער פון דעם געלט צו נוצן נאכאמאל.

אודאי איז גרינגער ווען מ'דארף נישט דרייען, אבער אין פאקט גייט נישט די לעבן אלס גרינג, און אז מ'קען דרייען איז אויך א ישועה.

דעריבער איז פארגעצויגן אז מ'דארף טון וויפיל מ'קען, און עס העלפט אסאך מער ווי מ'מיינט אז ס'העלפט.

צום סיום פון די סעריע, אלעס וואס איך האב געשריבן זענען חומר למחשבה און מער בכלליות ווי בפרטיות. עס איז צום האפן אז מיר זענען אנגעקומען צו א געוויסן תכלית, צו פארשטיין סיי אין די נושא פון אוועקלייגן געלט פארן צוקונפט, און אודאי אין די נושא פון לעבן אין א געהעריגן סטאנדארט.

פארשטייט זיך אז צו אלעם פאדערט זיך תפלה און סייעתא דשמיא אויף טריט און שריט, א מענטש קען אליינס נישט באווארענען פון גארנישט, אבער לויט ווי מיר ווייסן מפי ספרים וסופרים, איז דער השתדלות פון טון וואס איז ריכטיג א חלק פון אונזער עבודה אויף דער וועלט.

צדיקים האבן געזאגט, אז אוועקלייגן געלט פאר חתונה מאכן אדער אנדערע פארזעענדע הוצאות איז נישט קיין חסרון אמונה, נאר פארקערט, אן אמונה אז הקב"ה האט מיר געשיקט דאס געלט צו טון דערמיט וואס איז ריכטיג, און צאלן דאס וואס איך דארף צאלן צו קענען רואיגערהייט אויפציען א לעכטיגע אידישע שטוב.

זאל הקב"ה העלפן אז מיר אלע זאלן זוכה זיין צו הרחבת הדעת עדי ביאת גואל צדק בב"א.

און מיט דעם וועלן מיר אי"ה שליסן דעם סעריע בעזהשי"ת. גוט שבת