יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ קריסטאל
ארטיקלען

קאמענטארן אויף די "חתונה הוצאות" ארטיקלען.

קריסטאל · "היימשטאט" · פרשת פנחס תשפ"ה

אין די פארגאנגענע פאר וואכן האבן מיר גערעדט פון די נושא פון חתונה מאכן מיט א ניכטערן בליק, מער מיט א כלליות'דיגן אופן צו פארשטיין די נקודה פון "ערשטע געלט" וואס דער מענטש דארף נוצן ריכטיג, די געלט וואס דער מענטש ארבייט שווער צו באצאלן ביללס, סיי פאר יעצט, און ווי אויך וויאזוי זיך צו אביסל מסדר זיין פארן צוקונפט.

מיר האבן אודאי אויך בארירט די טעמע פון סטאנדארטן אויפן שפיץ גאפל, טראץ וואס עס וואלט געדארפט האבן פיל מער אבער דער פאפיר איז נאר אזוי לאנג.

מיר האבן באקומען פילע שאלות און קאמענטארן, אבער מיר האבן נישט געוואלט מפסיק זיין אינדערמיט נאר ענדיגן דעם סעריע, און די וואך וועלן מיר זיך באציען צו די קאמענטארן אויף א כלליות'דיגן אופן, וויבאלד עס זענען געווען פילע פון זעלבן סארט, וועלן מיר זיך באציען צו זיי בכלליות, נישט צו באמוטשענען די חשוב'ע לייענער.

און אודאי וויל איך זיך באדאנקען פאר די אלע וואס נעמען די צייט צו קאמענטירן, אפי' אויב עס איז קריטיק איז אויך גוט, עס ברענגט א קאמיוניקאציע צווישן שרייבער און לייענער, וואס דאס איז פון די שווערסטע קאמיוניקאציעס אין די היינטיגע דזשורנאליסטישע וועלט וואו מ'קען לייכט קאמיוניקירן אויפן אינטערנעט, אבער אויף פאפיר איז עס פיל שווערער און פארשטענדליך וויכטיגער, אנדערש ווייסט נישט דער שרייבער צו איינער ליינט וואס ער שרייבט. יישר כח אייך.

צווישן אלע גאר וויכטיגע קאמענטארן זענען אויך אריינגעקומען עטליכע וואס האבן זיך באצויגן אביסל לייכטזיניג צו די נושא, זאגנדיג אז איך האב נגיעות אין דעם ענין וויבאלד איך בין אליינס אין לייף אינשורענס און איך פרוביר צו ברענגען מענטשן אוועקצולייגן זייער געלט אין לייף אינשורענס.

טראץ וואס עס איז אבסורד, איך האב קיינמאל נישט אין די ראמען פון אן ארטיקל געבעטן מ'זאל ביי מיר קומען קויפן עפעס, איז אבער וויכטיג צו פארשטיין אז טאקע ווייל איך בין אין דעם אינדוסטריע, איז נישט מער ווי רעכט אז איך זאל זאגן דאס וואס איך זעה מעשים בכל יום שוין פאר 25 יאר.

א איד איז אמאל געגאנגען צו א גרויסן דאקטאר צו הערן א צווייטע אפיניאן נאכן ווערן דיאגניזירט מיט א געוויסע קרענק, און דער צווייטער דאקטאר האט רעקאמענדירט א געוויסע פראצעדור וואס דארף געטון ווערן.

ווען דער איד איז אהיים געקומען און פארציילט פאר די משפחה דעם רעקאמענדאציע פון דעם דאקטאר, האט זיך זיין זון אנגערופן: אודאי זאגט ער אזוי, ער איז א דאקטאר, און ער מאכט געלט פון דעם פראצעדור...

יא, אבער ער איז א דאקטאר, און ביזט געגאנגען הערן זיין אפיניאן. אויב זאל ער זאגן אז "נאר איך קען מאכן דעם פראצעדור", וואלט איך געוואלט פרעגן א דריטן אויב ס'איז טאקע אזוי. אויב אבער האט ער דיר געגעבן א רעקאמענדאציע אין זיין פעלד, און דו קענסט יעצט גיין וואו דו ווילסט צו טון דעם פראצעדור, פון וועם וואלטסטו געוואלט הערן די רעקאמענדאציע פאר דיין געזונט? פון א דענטיסט?

ס'איז אומערוואקסן צו באשליסן נישט אויסצוהערן א מענטש וואס טוט אין א אינדוסטריע פאר יארן לאנג ווייל ער האט אפשר א נגיעה אז מ'זאל צו אים קומען. און אפי' אויב האט ער א נגיעה דערביי, איז דאס נישט גענוג א נגיעה צו שרייבן ברבים דברי שקר כדי צו באקומען אפאר קאסטומערס עס איז נישט עפעס וואס א באזעסענער מענטש וועט זאגן.

טייערע אידן, טוט וואס איר ווילט, און מיט וועלכע קאמפאני איר ווילט, אבער אויב ווילט איר הערן דעם אמת אין די נושא פון "אוועקלייגן געלט" רעדט צו אייער "לייף אינשורענס אגענט" און ניין, ס'מוז נישט זיין מיין אגענט, און עס מוז נישט זיין ביי מיר, גייט דארט וואו איר שפירט זיך באקוועם, אבער די אידן ווייסן דעם אמת ווייל עס שלאגט אין פנים יעדן טאג.

נאכן זיין אין די ביזנעס פאר איבער צוואנציג יאר, זעהן מיר שוין די אידן וואס האבן צוואנציג יאר צוריק געזאגט וואס זיי גייען טון "בעסער" און וואו זיי גייען מאכן "מער" געלט צו קענען חתונה מאכן, און מיר קענען היינט זאגן אז ליידער איז חוזר חלילה, און עס לוינט נישט צו ווארטן אליינס געוואויר צו ווערן צו מ'איז גערעכט אדער נישט. רעדט צו איינעם וועם איר טראסט יא, און נאכדעם טוט וואס איר פארשטייט מיט הצלחה און ברכה.

אה, און פאר איך פארגעס, אייער לייף אינשורענס אגענט וועט אייך קענען פארקויפן אלע סארט אינוועסטמענטס, נישט נאר לייף אינשורענס, זיי מאכן געלט אויף סטאק און מיוטשעל פאנדס אויך, און זיי האבן די לייסענס עס צו פארקויפן, אלזא איז זיכער נישטא וואס צו פארלירן מיט איינעם וואס איז געלערנט אין די פאך, ווי איידער צו נאשן פון חברים אין כולל אדער אין קאווע שטובל. די אידן לערנען די פאך, קענען די פאך, און האבן אסאך וואס צו פארלירן אויב זיי זאגן ליגנט, (ער קען פארלירן זיין שווער אויסגעהארעוועטע לייסנס פארן זאגן ליגנט) דעריבער איז די בעסטע צו רעדן מיט זיי אין דעם ענין.

גיי מיר צו די אנדערע קאמענטארן וואס זענען וויכטיג אויסצושמועסן.

פון אפאר פון די קאמענטארן איז ארויסגעקומען א געוויסע אומקלארקייט, צו די ענדע שאלה פון "וואס יא?" מיר ווייסן שוין וואס נישט צו טון, און אפי' א טעארעטישע מהלך פון וואס יא צו טון, אבער נישט מיט קיין קלארקייט.

איינער פון די שואלים האט מער קלארער געפרעגט: וויפיל געלט דארף מען אוועקלייגן גאראנטירט, בעפאר מ'קען אנהייבן אוועקצולייגן פאר אינוועסטמענטס? ווילסט מיר זאגן אז איך מוז קודם האבן אוועק געלייגט גאראנטירט הונדערטער טויזנטער דאללער פאר די חתונה'ס פון מיינע קינדער, און ביז דעמאלס טאר איך נישט אוועקלייגן געלט אין קיין אינוועסטמענטס וואס האבן די געלעגנהייט צו ברענגען מער, ווייל אפשר וועל איך פארלירן? וויפיל איז די שיעור?

זייער א גוטע פראגע, און לכאורה מיין שולד פארן נישט זיין גענוג קלאר, וועל איך עס אויסקלארן בעז"ה.

אוועקלייגן געלט איז וויכטיג צו טון אין א גאראנטירטע פלאץ, אבער אוממעגליך צו אוועקלייגן "אלע געלט" וואס מ'גייט דארפן אינעם גאנצן לעבן, עס איז פשוט נישט קיין טבע'דיגער מציאות, און אויך נישט קיין פראקטישער פארלאנג פון א מענטש.

די אידן וואס האבן אוועק געלייגט געלט אין גאראנטירטע פלעצער, און געהאט א הויפן פון געלט ביים חתונה מאכן, האבן נישט געהאט דארט זייער גאנצע געלט, נאר גענוג צו קענען דרייען דערמיט, דאס הייסט אז ווען א איד קומט צו חתונה מאכן א ערשטע קינד, און ער האט דארט 150 טויזנט דאללער אוועק געלייגט, נוצט ער אביסל פון דעם געלט און ער נוצט אויך געלט וואס ער מאכט פון זיין ארבייט, און נאך געלטער, אבער דאס אוועק געלייגטע געלט העלפט אים דורכשטופן רואיג.

דער געדאנק איז קלאר אז די וואס האבן נעבעך נישט קיין לחם לאכול, און דארפן אנקומען צו אנדערע, וועט אוועקלייגן געלט קיין סאך נישט העלפן, ווייל זיי האבן נישט וואס אוועקצולייגן.

די וואס ארבייטן שווער און האבן יא אביסל, די מיטלמעסיגע אידן האבן א פראבלעם מיט "קעש פלאו" דאס הייסט אז ווען איך וואלט געקענט באצאלט פאר א חתונה פון א קינד אין משך פון 3 אדער 4 יאר, נישט אלעס אין 8 חדשים, וואלט דער איד דורכגעשטופט גוט, נאר מ'דארף אלעס טרעפן אין א תקופה פון אפאר חדשים, וואס דאס איז אומגעהויער שווער.

דעריבער דאס געלט וואס מ'לייגט אוועק איז געמאכט געווארן צו העלפן דעם "קעש פלאו" פראבלעם, אז דער מענטש זאל קענען אויסציען די הוצאות פאר דריי פיר יאר און צוביסלעך זיך אליינס צוריק אוועקלייגן דאס געלט און קענען ווייטער נוצן פאר קומענדיגע חתונות.

מ'ווערט נישט רייך פון אוועק לייגן געלט, מ'ווערט נאר מער מסודר, און עס העלפט מ'זאל נישט דארפן פארארימט ווערן ווען ס'קומט צו חתונה מאכן.

ווידעראום דאס מיינט נישט אז מ'דארף האבן אוועקגעלייגט 150 טויזנט דאללער פאר מ'קען טון די קומענדיגע שריט, ניין, דאס איז דאך א חלק פון דעם געדאנק פון אוועקלייגן אין א סיסטעמאטישן און פרעדיקטעבל וועג, דאס מיינט אז אויב איך לייג אוועק 500 דאללער א חודש פאר צוואנציג יאר, אין א פלאץ וואו איך קען קלאר זעהן גאראנטירט אז דאס וועט מיך ברענגען צו א געוויסן סכום געלט וואס באפרידיגט מיין צורך, קען איך שוין יעצט אנהייבן טראכטן פון אנדערע זאכן אויך.

ווייל איך האב זיך אליינס אריינגעשטעלט אין א סיסטעם וואס וועט מיר סיסטעמאטיש ברענגען צו דעם באגערטן סכום געלט וואס איך דארף האבן ביים חתונה מאכן.

אלזא אנשטאט צו אריינלייגן 100 טויזנט דאללער און ווארטן ס'זאל ווערן 150 וואס דאס וואלט זייער שיין געווען, אבער וואלט גענומען א לאנגע צייט, הייב איך אן אוועקצולייגן אין א גאראנטירטע פלאץ סיסטעמאטישע סכומים וואס ברענגט גאראנטירטע פראפיטן צו א באשטימטע צייט, און דאן קען איך רואיגערהייט אנהייבן ארבייטן מיטן "צווייטן געלט".

וואס איז די "צווייטע געלט"? די געלט וואס מ'נוצט צו קענען האבן די געלגענהייט צו פארדינען מער ווי דאס וואס מ'פארדינט אין גאראנטירטע סעיווינגס, דאס זענען די געלט וואס אידן לייגן אוועק צו קענען מאכן א עשירות, און ווען ס'געלונגט איז עס גאר געשמאק, און אמאל אז ס'נעמט אביסל לענגער איז אויך נישט קיין פראבלעם ווייל די "ערשטע געלט" ליגט אויף א גוטן פלאץ גרייט צום באנוץ.

און אויב ס'געלונגט ח"ו נישט, און דאס געלט פאלט, איז טאקע נישט בא'טעמ'ט אבער ס'נישט עק וועלט, וויבאלד מ'האט אוועקגעלייגט גענוג גוט פאר די וויכטיגע הוצאות.

קומענדיגע וואך וועל מיר אי"ה גיין ווייטער מיט די קאמענטארן. אדרבה שיקט אריין אייערע אבזערוואציעס, און מיר וועלן זיך פרובירן צו באציען צו די וועלכע זענען נוגע צום ציבור, אדער ענטפערן פריוואט אויב ס'איז נאר א פריוואטער ענין.