צומאל ווען איך ליין אדער הער שרייבערס און רעדנערס, שמייכל איך זיך אינטער פונקט ווי רוב לייענער ווען מ'שרייבט אז "אויפן פארלאנג פון די לייענער" אדער אויפן גאר דרינגענדן בקשה פון די מקשיבים, וועל מיר זיך באציען צו א געוויסע נושא, און דאן פארט דער שרייבער אריין אין די נושא וואס איז אים צום הארצן, און צומאל זעהט עס עפעס אויס ווי ס'איז געווען אויפן "פארלאנג פון דעם שרייבער" מער ווי פון די לייענער.
אבער דאס מאל קענט איר לאכן פון מיר, עס האט זיך אזוי ממש ארויסגעשטעלט נאכן ענדיגן די נושא פון "חתונה מאכן מיט א ניכטערן בליק" האבן פלוצים אנגעהויבן אריינפליסן מער און מער פארלאנגען פון לייענער אנצוגיין מיט די טעמע און שרייבן אביסל מער ספעציפיש אין דעם "וואס יא קאלום" וואס דארף מען יא טון, אדער וואו איז יא גוט צו אוועקלייגן געלט.
איך האב שוין ערווענט האלבוועגס אז ס'איז מיר שווער צו שרייבן דעם אמת וואס איך האלט ווייל איך בין א נוגע בדבר, אבער דאס נעמט נישט אוועק פון דעם אמת, און אז די לייענער בעטן, וועל איך נישט זיין קיין מונע טוב מבעליו, און עס ארויסשרייבן פונקטליך וויאזוי עס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין, און האפנטליך האבן אן ערוואקסענעם דיאלאג מיט די וואס קענען האבן בארעכטיגט אנדערע מיינונגען, און זיכער אויב וועלן לייענער אריינשיקן אנדערע מהלכים וואס לייגט זיך אויפן שכל וועל איך דארט אויך מקיים זיין דעם אל תמנע טוב מבעליו, און עס פובליצירן. אבער נאר מיטן פאראויסגעשריבענעם תנאי אן פארשטענדעניש אז איך הער נישט אויס, און איך לייען נישט און אודאי שרייב איך נישט איבער קיין קאמענטארן וואס קומען אנאנים.
איר קענט פארלאנגען נישט מפרסם צו זיין אייער נאמען, וואס דאס טו איך סיי ווי נישט, אבער איך באציה זיך נישט בכלל צו קיין אנאנימע רופער און שרייבער, פאר גוטע סיבות וד"ל.
וואו איז די בעסטע פלאץ פאר א אינגע פארפאלק אוועקצולייגן געלט צו חתונה מאכן די קינדער?
דאס איז די ערשטע קשי' וואס אסאך האבן געפרעגט.
און די צווייטע קשי' איז: ווען קען א מענטש רואיגערהייט אנהייבן אוועקצולייגן פאר "אינוועסטמענט"? דאס הייסט ווען איז מען אנגעקומען צום נקודה פון "צווייטע געלט" און מ'מעג שוין יא נעמען אביסל ריזיקע. פארשטייט זיך מיט א געוואלד מחשבה און ישוב הדעת?
אוועקצולייגן געלט פאר א ספעציפישע קאסט וואס מ'ווייסט אז ס'האט א ספעציפישע צייט ווען מ'גייט עס דארפן, וואס אין אונזער פאל איז די משל דער נמשל "חתונה מאכן", וועלן אייך אינוועסטמענט עדווייזערס און קאנסאלטענטס געבן די דאזיגע כללים:
דאס געלט דארף ליגן אין א פלאץ וואו עס איז גאראנטירט.
עס מוז זיין א פלאץ וואו די התחייבות אוועקצולייגן רעגולער איז עפעס וואס איז ריכטיג מחייב. (פארשטייט זיך אז מ'רעדט נישט ווען דער מענטש האט א גרעסערן סכום אוועק צו לייגן אויף איינמאל, וואס דאס איז זייער גוט, אבער עס איז נישט כדי איינצושפארן פאר א לענגערע צייט, נאר אויף דעם פרובירן צו מאכן מער געלט, און עס האלטן פאר מער קורץ טערמיניגע הצטרכות ווי למשל קויפן א דירה, אדער אריינגיין אין ביזנעס, פארשטייט זיך אויב האט מען נאכנישט די זאכן) בכלל איז דער ענין פון אוועקלייגן געלט מאנאטליך א גוטע זאך אריינצוזעצן אינעם בודזשעט אפי' אויב מ'האט שוין געדעקט אלע "בעפארשטייענדע בילל'ס" פשוט וויייל מ'ווייסט קיינמאל נישט וואס קומט אינטער.
אויב קען עס ברענגען א געוויסע פראצענט ריוח איז מה טוב ומה נעים, פארשטייט זיך אז נישט אויפן חשבון פון גאראנטיעס.
אויב קען עס ברענגען אנדערע בענעפיטן אויך, ווי למשל טעקס עדווענטעדזשעס וכדו' איז עס א עקסטערע ריוח.
עס איז כדי צו איבער'חזר'ן וואס מיר האבן שוין געשריבן אין עבר, אז א מענטש איז נישט קיין "טשארט", וואס ווען ס'קומט אוועק צו לייגן געלט קען מען נישט קוקן נאר אויפן "חפצא" אויפן געלט, און רעכענען וואס דאס געלט גייט טון פאר מיר, מ'דארף אויך קוקן אויפן "גברא" אויפן מענטש וואו נאך עס וועט אפעקטירן דעם מענטש אין רעאליטעט.
דהיינו: א מענטש קען אוועקלייגן געלט אויף איין פלאץ, און דעריבער דערלייגן געלט אין א צווייטע פלאץ, וואס ווען מ'ווייזט עס אויף פאפיר איז דער אינוועסטמענט אדער סעיווינגס גאר א גוטע געדאנק, אבער ווען מ'זעהט וואס די קאסטן אנצוקומען דערצו, אדער וועלכע אנדערע בענעפיטן דער מענטש פארלירט דערוועגן, איז עס שוין נישט כדי בכלל.
מענטשן וואס האבן געמאכט אינוועסטמענטס און פארדעם האבן זיי באצאלט טעקס מער ווי דער ריוח, ווייסן פון וואס מ'רעדט.
מענטשן וואס האבן פארלוירן געוויסע פראגראמען צוליב א געוויסן גרויסן ריוח וואס זיי האבן באקומען ווייסן אויך, ואכמ"ל.
דעריבער איז די בעסטע פאר ווער ס'קען אוועקלייגן געלט אין א CD אדער אנדערע סעיווינגס אקאונטס אין באנק, וואס קומען מיט פארגעשריבענע רעגולאציעס ווען מ'קען נעמען דאס געלט, און ווי לאנג ס'דארף דארט זיין פונקטליך, זייער א גוטע אפציע.
אבער אין דעם פעלט נאך דער חלק פון "התחייבות" עס איז נישט מחייב דעם מענטש אלס אריינצולייגן געלט, און דאס איז א וויכטיגע נקודה.
טראץ וואס דער מענטש קען בדרך כלל אנשטעלן וויפיל עס זאל ווערן אוועקגעלייגט חודש'ליך, איז עס נאך אלס בידו עס אפצושטעלן.
א גמ"ח אדער אנדערע געלט אינסטיטוציע וואס מ'טראסט, איז אויך א גאר גוטע אפציע פאר אוועקצולייגן געלט. דארט פעלט אביסל דער חלק פון גאראנטיעס אבער עס קומט צו דער חלק פון "טראסטבאר" דאס הייסט אז אפי' אויב דער גמ"ח האט נישט קיין אפיציעלע גאראנטיעס, אויב אבער איר ווייסט אז ס'איז אין טראסטבארע הענט, און מ'וועט אייך צוריק געבן די געלט איז עס א גוטע אפציע.
ווייטער פעלט דער חלק ההתחייבות, אבער דא האב איך שוין יא געזעהן מאנכע טוען געוויסע פעולות וואס ביי געוויסע גמח"ן קען מען אנשטעלן אז דאס געלט זאל גיין ווי א הלואה וואס מ'גיבט פאראויס טשעקס פארן גמ"ח און עס ווערט אריינגעלייגט חודש'ליך.
די סאמע בעסטע פלאץ וואו מענטשן האבן אוועקגעלייגט געלט פאר די פארגאנגענע צענדליגע יארן צום חתונה מאכן און האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין בעסער ווי סיי וועלכע ניי אויפגעקומענע רעיונות, איז דער אלעמען באקאנטער "האול לייף אינשורענס" פאליסי, וואס אין דעם איז אויך דא כמה וכמה דרכים וויאזוי עס צו מאכן, און דאס דארפט איר רעדן צו אייער לאקאלע אגענט, אבער לאמיר מסביר זיין פארוואס דאס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין די סאמע בעסטע פלאץ, פארשטייט זיך אויב מ'קען נאך ווערן אפפראווד (ליידער היינט ווערן נישט אפראווד דערצו מער ווי 30 פראצענט פון אינגע מענטשן, אבער דאס איז א שמועס פאר זיך).
דער האול לייף אינשורענס פאליסי האט חסרונות, און איז נישט געמאכט פאר יעדן, דעריבער דארף מען עס אויסשמועסן געהעריג מיט א טראסטבארן אגענט, אבער פאר וועם עס איז יא מעגליך צו האבן זענען די בענעפיטן ווי פאלגענד:
עס איז א גאראנטירטע פלאץ, וואו דאס געלט וואקסט צו א געוויסן פראצענט, וואס אפי' די וואוקס איז אויך גאראנטירט.
מ'צאלט נישט קיין שטייערן דערויף.
עס גיבט לייף אינשורענס פאר אייביג, וואס דאס טוט פארמינערן די קאסטן פון קויפן עקסטער לייף אינשורענס (געדענקט דער מענטש איז נישט קיין טשארט, און די קאסטן זענען א חלק פון דעם מענטשנס הוצאות)
עס קומט געוויינליך אמיט א ריידער אויב מ'ווערט ח"ו דיסעיבלד לייגט די קאמפאני אריין די זעלבע סכום געלט וואס דער מענטש האט זיך אינטערגענומען צו לייגן, אן קיין שום תנאים צוריק צו באקומען דאס געלט.
נאך א קורצע תקופה ווערט די געלט אוועילעבל צום באנוץ.
ווען מ'נוצט דעם געלט אלס א הלואה (דאס הייסט אז מ'נעמט ארויס די געלט על תנאי צוריק צו לייגן ווייל מ'וויל אנהאלטן דעם פאליסי, וואס דאס איז בדרך כלל די מערסטע ראטזאם, טראץ וואס מ'קען ארויסנעמען די געלט אויף אייביג אן קיין הלואה) טוט דאס נישט אפעקטירן דעם פאליסי, נאר פונקט ווי א הויז, וואקסט די ווערד פון די פאליסי כאילו לא הי' עס ווערט נישט קלענער אדער וויניגער ווערד. (מ'מוז אויסשמועסן מיטן אגענט צו פארשטיין וויאזוי דאס ארבייט)
ווען מ'נעמט פון דארט ארויס געלט הייסט דאס נישט קיין הלואה ביי די קרעדיט ביורא, און אפעקטירט נישט דעם מענטש אין קיין שום נעגאטיווע וועג, וואס דאס איז אנדערש ווי ביי א הויז אדער אנדערע נכסים.
מ'מוז נישט צוריק לייגן די געלט, נאר אויב מ'וויל, און אויך נאר ווען מ'וויל און וויפיל מ'וויל אן קיין שום פרעשור פון די קאמפאני דערויף. (פארשטייט זיך אז עס דארף אויך ווערן געטון אחריות'דיג צו האבן די בעסטע אפעקט)
עס האט דעם חלק פון התחייבות, וואס דארט דארף מען זיין פארזיכטיג זיך נישט אונטערנעמען עפעס וואס מ'קען נישט עווענטועל טון בשלימות, וואס דאס דארף אויך פראפעסיאנאלע אנווייזונג ויאזוי ריכטיג צו טון.
איך וויל נישט אריינגיין צו טיעף אין די נושא, פאר צוויי סיבות. איינס ווייל ס'איז אוממעגליך דאס צו "פארקויפן" ברבים, יעדער איז אנדערש, און מ'מוז דאס טון מיט אן איבערגעטראכטן בליק. מ'דארף רעדן צו אן טראסטבארן אגענט.
די צווייטע סיבה איז טאקע פאר דעם ווייל מ'זאל וויסן אז ס'איז נאך דא פיל מער צו רעדן דערפון, און זיך נישט פארלאזן אויף אן ארטיקל צו טון סיי וועלכע שריט אן צו רעדן מיט א אגענט.
אבער די פאקט האט געוויזן, און איך האב אין מיין באזיס בריוו וואס איך האב געשיקט 20 יאר צוריק ווען די לאנדאנער פאליסיס, און די שווייצער פאליסיס זענען געווען די אזוי גערופענע נייע "גאראנטירטע" פלעצער צו מאכן אסאך געלט, און איך האב דאן געשריבן די זעלבע ווערטער וואס איך שרייב היינט וואס איז נאך אלס געבליבן ריכטיג, אז "האול לייף" איז נאך אלס בעסער און שטערקער און זיכערער ווי די אלע זאכן.
היינט ווען מ'קוקט אויף צוריק זענען די אידן מודה אז עס איז געווען ריכטיג, און ארויסגעשטעלט האט זיך אז הונדערטער אויב נישט טויזנטער אידן האבן חתונה געמאכט מיט זייערע האול לייף פאליסיס, וואס די אלע אנדערע זאכן האבן זיך אנדערש ארויסגעשטעלט במשך די יארן.
די היסטאריע איז אומאפפרעגבאר, עס איז עפעס וואס מ'טוט שוין איבער 200 יאר, און אלס געווען אפעקטיוו.
דעריבער איז מיין מיינונג און די מיינונג פון רוב אידן וואס האלטן שוין אריבער דעם בריק ביים חתונה מאכן אדער האבן שוין חתונה געמאכט די קינדער, אז דאס איז די וועג צו גיין.
די אלע וואס האבן סיי וועלכע שווערע ערפארונג מיט האול לייף, אדער האבן ח"ו דערלייגט במשך די יארן דורך פארשידענע אומאויסגערעכנטע שריט אדער אומפאראויסגעזעהנע פראבלעמען, וויל איך בעטן: רעדט נאך היינט מיט אן אגענט, ווייל ע"פ רוב אפי' ווען איר מיינט אז אלעס איז שוין פארלוירן איז עס נישט אמת, און מ'קען באמת אייך העלפן צוריק באקומען דאס געלט.
עס איז פון די גרינגסטע פלעצער צו ראטעווען געלט אפי' ווען מ'מאכט א טעות אמאל, וואס דאס איז אויך אנדערש ווי ביי אנדערע פלעצער וואס איין קליינער טעות קען אייך פירן צו גרויסע פארלוסטן.
איך וויל ענדיגן מיט א קליינע הערה.
אויב האט איר אן אנדערע מיינונג זענט איר בארעכטיגט, און אויב שפירט איר פאר וויכטיג מיר צו מעורר זיין אויף סיי וואס אין די נושא, וועל איך זיך נאר באציען צו קאנסטרוקטיווע און ערנסטע קאמענטארן, איך בין שוין ארויס פון חדר באלד דרייסיג יאר צוריק, און ס'איז מיר שווער זיך צוגעוואוינען צוריק צו די קינדישע אטמאספערע פון סתם ווערטער אויסטוישן צוליב מיינונגס פארשידענהייטן.
איך האף אז די ערנסטע און איבערגעקלערטע חשוב'ע לייענער וועלן ארויסנעמען און טון וואס פאר זיי איז ריכטיג, ויהא זה שכרי אויב וועט דאס העלפן אידן גרינגער צוצוגיין צו די חתונות פון זייערע קינדער.
גוט שבת.