אונז לעב מיר אין א אינטערסאנטע תקופה פון דעם נידריגן עולם השקר, ס'איז געווען אמאל ווען נאטורליכע נאטורן פון די מענטשהייט האבן דאמינירט דעם ארום און ארום, און אויב א מגיד אדער א רעדנער האט געקענט גוט מסביר זיין פארוואס מ'דארף ארבייטן צו טוישן דעם נאטור, איז ער באוואונדערט געווארן אלס דער ממציא פון אזא חידוש, און אמאל האט עס געארבייט בעסער, אמאל שוואכער. אבער די מגידים האבן געהאט א געלעגנהייט צו ווייזן קענטעניס, און ברענגען וואכזאמקייט פאר דעם ציבור און ווערן איינערקענט פאר זייער "חכמה".
היינט לעבט מען אין א וועלט וואס ממש מ'קען זאגן אז וואס יעדער טראכט איז וואס יעדער ווייסט, און ווי איך האב שוין אמאל געשריבן אין דעם קאלום, א גוטער רעדנער היינט אדער א שרייבער איז נישט ווען ער קומט מיט עפעס נייעס, נאר ווען ער קען אראפלייגן עפעס וואס דער ציבור שפירט אז דער מגיד ברענגט גוט ארויס א מציאות וואס איך ווייס שוין פון לאנג.
צו אויפווייזן די ריכטיגקייט פון דעם אבזערוואציע, קוקט ווער ס'קומט צו וועלכע דרשות, און איר וועט מיר מודה זיין צו דעם מציאות.
מ'מאכט א גרויסע כינוס איבער צניעות, וועלן קומען דארט מסלתה ומשמנה פון די גאר צניעות'דיגע נשים צדקניות, און זיך ווארימען אין דעם נושא פון די וויכטיגקייט פון צניעות, מ'וועט זעלטן הערן אז די וואס דארפן טאקע הערן די דרשה זאלן דארט זיין.
מ'רעדט פון טעכנעלאגיע, און ארום דעם זאל זיצן הונדערטער אידן וועם מ'מוז מסביר זיין וואס טעכנעלאגיע איז.
און אזוי ווייטער, יעדער וועט גיין הערן דאס וואס ער איז שוין באקוועם.
לענינינו ווען עס קומט צו לעבן פינאנציעל אויסגעהאלטן, איז געווען אפשר א תקופה ווען מ'האט ממש געקענט זעהן א געוויסע עמ'הארצות ביי מענטשן וואס האבן געשפענדעט געלט מיינענדיג אז מ'וועט זיי רעספעקטירן און מ'וועט זיך נער'ן אין זייער עשירות. היינט איז נישט אזוי, די וועלט איז אפן, יעדער ווייסט, יעדער פארשטייט, און ווען מ'רעדט פון די נושא איז עס נאר צו טרעפן א מהלך פון חזרה און איבערשמועסן וואס מ'ווייסט שוין.
אבער אין די זעלבע צייט איז ביי א געוויסע טייל ציבור געווארן "לעבן שפארזאם" מער א רעליגיע, אדער א פחדים'דיגער פאוביע פון אויסלויפן פון געלט וכדו', אויף אן אופן וואס מ'האט שוין לאנג נישט געזעהן.
אלזא טראץ וואס איך רעד מער מאל איבער דעם וויכטיגקייט פון לעבן שפארזאם, וויל איך היינט ציען דעם שטריקל אויף די אנדערע זייט פאר אפאר מינוט, נאכן צוזעהן געוויסע אזוינע פעלער וואס דער "שפארזאפאביע" האט שיער געפירט צו צעשטערטע שלום בית, און אנדערע פראבלעמען.
אלו דברים שיש להם שיעור, פונקט ווי מיר פארשטייען אז עס פלעגט זיין און ביי מאנכע איז נאך אלס דא דער נארישער געיעג צו ווייזן אז מ'שפענדט מער, און אז מ'האט מער, וואס דאס זעהט שוין דער ציבור איין אלס נאריש און אומבאגרינדעט, איז אויך דא א אינטערסאנטער געיעג אויף פארקערט אויפצווייזן וויפיל מ'שפארט, און מענטשן וועלן אריבער ציען דעם שטריקל צו אן עקסטערעם וואס קען שאדן אויף די אנדערע וועג.
דער דרך הממוצע איז וואס חז"ל האבן אונז מציע געווען צו נוצן, און דאס איז צו וואס מ'דארף זיך האלטן.
אודאי ווען איינער האט נישט קיין פרנסה און לעבט אינעם בחינה פון "עשה שבתך חול" טוט ער ווי חז"ל באפעלן און עס איז זיכער אז מיר רעדן נישט פון אזא שווערן פאל.
אבער צו מאכן דעם "עשה שבתך חול" אלס א ספארט, א געיעג, צו ווייזן פאר מענטשן אז "איך בין יא קלוג" און נישט נאר בין איך קלוג, נאר איך בין אפילו קלוגער פון די קלוגע ווי ווייט איך שפאר, איז נישט ראטזאם.
לאמיר אביסל אויסשמועסן.
מ'רעדט למשל פון חתונה מאכן אויף א געצוימטע וועג, כדי צו קענען פשוט באצאלן די בילל'ס, און נישט אויסצורייסן די אויגן פון די וואס האבן נישט די איבעריגע פאר דאללער.
זיצן מיר אין די ועד וואס באפאסט זיך מיט דעם נושא יעדן זונטאג און מ'רעדט וואס אלס מ'קען טון צו העלפן אידן אין דעם, און עס איז שיין צו זעהן ווי באזעסענע עסקנים זענען עוסק אין דעם ענין מיט שכל, און קומען נישט סתם אויף מיט אסאך איסורים, נאר טראכטן אויפריכטיג מיט די פאלגענדע פריאריטעטן.
מ'דארף שפארן געלט פאר כלל ישראל
מ'דארף אבער לאזן א חתונה אויסזעהן ווי א אידישע שמחה. נישט ווי א לחיים אויפן סאבוועי ווייל ס'איז ביליגער.
מ'דארף אויסלערנען און אריינברענגען א שמחה און א שטראל מיט די מינימאלע קאסטן וואס שייך.
מ'הערט פון געוויסע קרייזן אז מ'קען חתונה מאכן אין פאליש פון א ביהמ"ד מיט א פרישטאג'דיגן סעודה, און פלאסטישע אייזקריעם צו קוקן דארויף אלס א זכר פון דעם אמאליגן אייז קריעם ביי חתונה'ס.
יא, עס קען אויסזעהן מורא'דיג קלוג, איך דארף נישט גארנישט, מ'דארף חתונה האבן. אדם און חוה האבן אויך נישט געהאט מנין ביי זייער חתונה, און ווער ברויך מער? וואס איז דען דער עיקר? אויפצושטעלן א אידישן דור וכו'.
אמת, אבער מיר דארפן האלטן א געוויסן גראדקייט אין קאפ, אז א אידישע חתונה מעג טראגן די כאראקטער פון א חתונה, און מוז ניטש פון היינט און ווייטער אויסזעהן ווי א אויספאסטן סעודה.
וואו עס האט מיר געכאפט שטארק אז מ'מוז רעדן פון די נושא אביסל מער איז ווען איך בין געזעצן שוין עטליכע מאל אין די פארגאנגענע פאר וואכן מיט פארפעלקער וואס האלטן ממש נאך די חתונה און מ'האט זיך נישט פארשטאנען איבער די פשוט'ע גראסערי ארדער, נישט רעדנדיג פון לוקסוס אדער איבעריגס, נאר פון ממש לעבן אויפן שפיץ גאפל ווייל מ'מוז שפארן.
איך זאג נישט אמאל איז דא ווען דאס איז נעבעך דער מציאות, און איך וויל מודיע זיין אז ס'איז שרעקוועדיג דער מצב ביי געוויסע, און מ'פרובירט זיי צו העלפן, כלל ישראל איז א עם החסד.
אבער ע"פ רוב איז עס דער נייער רעליגיעזער פאביע וואס אויב דער מאן אדער פרוי זענען מער רעליגיעז דערין וועט עס ברענגען אומגעהויערע שלום בית פראבלעמען.
יא, קינדערלעך דארפן אמאל א נאש, פארשטייט זיך כפי המצב, אבער מ'מוז נישט אריינברענגען אין שטוב א חשכות צו לעבן שפארזאם, מ'קען לעבן מיט א שמייכל, און געבן דאס ביסל וואס מ'קען זיך יא ערלויבן, און נישט נעמען דעם געיעג צו שפארן געלט צו א קאמיש טראגישן לעוול פון פרובירן צו געפעלן דעם שכן אדער קרוב מיט די חכמת השפארן.
ווי טראגיש איז דאס, אז ווען מ'האט גענומען כלל ישראל פאר יארן פון הסברים פארוואס מ'דארף אוועקשטיין פון דעם געיעג פון אויפגעריסענע שפענדערייען, דארף מען יעצט שוין אביסל צוריק בייגן דעם בוים און מסביר זיין אז דער געיעג אויף די אנדערע זייט איז אויך נישט קיין ראטזאמער שפיל.
איך וויל נישט ח"ו אראפברענגען דעם אויפוואכונג וואס האט זיך געשאפן אין דעם נושא, און עס איז וויכטיג צו געדענקען אז שפענדן מער ווי מ'מעג איז נישט נאר נישט לאגיש נאר ס'איז אסור פשוט לגבי דעם ציבור, אבער "שלום בית" און א פרייליכע אטמאספערע אין שטוב איז גאר וויכטיג, און וויפיל מ'קען פארמיידן דעם טעראר פון שפארן אלס א געיעג איז אויך כדי.
דער דרך הממוצע רופן חז"ל תפארת לו מן האדם. האט איר שוין געהערט אמאל אז חז"ל זאלן פארלאנגען פון אונז מ'זאל זיך געפעלן פאר א צווייטן? איז דאס דער אידישער דרך? ניין, נאר מיר מוזן טון וואס מיר קענען אז ארום אונז די אלע וואס מיר זענען אחריות ווייל הקב"ה האט אונז ממנה געווען זיי מחנך צו זיין, צו ברענגען שפייז, און קליידונג, זאלן זיין צופרידן און לעבן אין א פרייליכן אטמאספערע אין א אויר פון תפארת לו מן האדם.
עס פאנגט אן אויסצוזעהן אז אויב וועלן מיר זיך נישט שנעל באטראכטן אז דער דרך הממוצע ווערט פארקריוועט, וועלן מיר איין טאג דארפן זעהן קול קורא'ס אין ביהמ"ד אז עס איז יא ראטזאם צו טוישן העמד מער ווי איין מאל א חודש, און אז ס'איז ראטזאם צו קויפן עפעס צו שמירן אויפן ברויט אפי' אויב ס''קאסט אפאר גראשן.
לאכט נישט פון מיר, איך טו אפשר אביסל דראמאטיזירן, אבער איך רעד ווייל עס ווערט א מציאות. מ'טאר נישט לאזן דעם שפארעפאביע איבערנעמען דעם אויבן אן פונקט ווי מ'טאר נישט לאזן די עקסטרעמע שפענדעריי.
בתקוה להבנה
א גוט שבת.