אין די גוטע צייטן פלעגט כלל ישראל האבן נבואה, און שפעטער רוח הקודש, וואו מיר האבן אלס געקענט האבן התרת ספיקות דורך הערן דעם קול פון אונזערע צדיקי הדור צו וויסן כדת מה לעשות. ליידער ווען מ'לעבט אין א פינסטערע וועלט וואו אונזער איינציגע וועג פון זיך האלטן איז דורך מסורת אבותינו ורבותינו, מיר האבן שוין עכ"פ נישט קיין בת קול וואס זאל אונז פונקטליך אנצייגן וואס צו טון, טוען מיר אלעס לויט ווי אונזערע מנהיגי הדור לערנען אונז מתורתם של אבותינו און אזוי עקזיסטירן מיר אלס א אידיש פאלק.
ווען ס'קומט צו גשמיות איז היינט דא אן אינטערסאנטער מהלך פון לערנען דעם עמא דבר, מ'לערנט אפ וואס אנדערע האבן געלערנט אויף זייער אייגענע ערפארונג, און אזוי דארף מען נישט אליינס פרובירן אלע אופנים געוואויר צו ווערן דעם אמת.
נעבעך יא דא מענטשן וואס געטרויען נישט קיינעם, און מוזן נעבעך אלעס לערנען אויף די אייגענע בארד, דרייען זיך טאקע מיט אויסגעפליקטע בערד, און דערלערנען זיך נישט קיין סאך אין לעבן. ערפארונג איז א מתנה פון הימל וואס אויב פארשטייט מען עס אויסצונוצן ריכטיג קען אלס רואיגער זיין.
דא קומט אבער אריין דער גרויסער פראבלעם אז נישט אלעס וואס מ'הערט פון אנדערע איז טאקע ערפארונג, אמאל איז עס שיינע דמיונות, און אפי' ווען מ'הערט שוין יא פון א מענטש א געוויסן ערפארונג, איז נישט אלס דאס דער מציאות פון דעם געוויינליכן מענטש. דאס הייסט אז א מענטש קען האבן געוויסע ערפארונגען וואס זענען ממש אנדערש ווי ס'וואלט געווען ביי א צווייטן מיט אנדערע מדות אדער נטיות, און ס'איז נישט זיכער אז ס'איז נוגע פאר יעדן זיינע ערפארונגען.
אלזא וואס איז די עצה צו דעם פראבלעם? דער אלעמען באקאנטער אלס ווירקענדער אחרי רבים להטות, מ'קוקט זיך אום און מ'מאכט א שטיקל אונטערזיכונג און מ'זעהט וואס דער רוב פון די מענטשהייט זאגט אין דעם ענין, און דאן קען מען גאנץ רואיג זאגן אז דער ערפארונג אויב האבן עס א גרויסער רוב איז א ריכטיגער און מ'מעג דערויף רעכענען.
אלס א שרייבער פון א קאלום געלונגט צומאל צו באקומען דעם ריכטיגן אפקלאנג פון דעם דעת הציבור, טראץ וואס ס'קומט נישט אין פארמאט פון א בפירוש'ן בת קול, קומט עס אבער מיט א ווידערקול, מ'הערט עפעס, און מ'קען בערך פארשטיין וואס עס מיינט.
פארגאנגענע וואך האב איך געטון עפעס וואס איז נישט געוויינליך, דאס הייסט איך האב נישט געשריבן דאס וואס וואלט געווען ערווארטעט פון מיר, ווי איך האב שוין געשריבן אין עבר, איז דער היינטיגער לייענער מער ווייניגער באשלאסן מיט זיין מיינונג, און וועט נאר וועלן לייענען דאס וואס שטימט מיט זיין מיינונג אדער זיין שטעלונג. ער איז צופרידן צו זעהן ווי איינער שרייבט וואס ער טראכט, אפשר מיט שענערע קאלירן.
אבער פארגאנגענע וואך האב איך געשריבן עפעס וואס שטעלט זיך ארויס אז ס'האט נישט געהאט יעדן אויפן זעלבן בלאט, מיר האבן גערעדט פון די "שפאר-פאביע" וואס נעמט ארום געוויסע, וואו עס ווערט א געיעג ווער ס'קען טון מער אויסנאמליכע און דראסטישע שריט צו ווייזן זיין ווילן צו זיין שפארזאם, וואס דאס ברענגט אסאך מאל צו אומנויטיגע און אפשר גאר קריטישע מחלוקת אין שטוב וואס מ'וואלט געקענט פארמיידן ווען מ'לעבט אין דעם דרך הישר די דרך הממוצע.
דער ארטיקל האט געברענגט אסאך פון דעם אויבנדערמאנטע "ווידערקול", און דאס האט מיך געמאכט טראכטן אז עס איז וויכטיג צו שמועסן איבער א זייטיגע נקודה אין "מיינונגס פארשידנהייטן".
דער געדאנק פון אלו ואלו דברי אלקים חיים איז א העכערע רוחניות'דיגער משמעות, אבער אין טאג טעגליכן לעבן איז אויך דא א וועג צו פארשטיין אז ווען צוויי האבן פארשידנארטיגע מיינונגען איז לאו דוקא זיכער אז עס איז דא א חילוק באמת, און מ'קען זיך נאך אלס פארשטיין באמת.
ווען ראובן זאגט אויף זיכער אז "ניין" און שמעון טענה'ט אויף זיכער אז "יא", דער פליישיגער מענטש זעהט שווארץ אויף ווייס אז דא איז דא א פארקערטע מיינונג. נישט אזוי? ניין נישט אזוי! עס קען נאך אלס זיין אז ביידע זענען אויפן זעלבן מיינונג, נאר ראובן און שמעון ענטפערן זייער יא און ניין מיט א זיכערקייט צו א גאר אנדערע פראגע, און דארט ליגט דער הונט באגראבן.
לאמיר זיך מסביר זיין: יענקל פרעגט זיצנדיג ביים טיש ביי א חתונה פון די ארומיגע מסובין. זאגט נאר עטס האלטס אז די חתונה היינט נאכט וועט זיך פארציען לאנג?
ראובן ענטפערט: ניין
שמעון ענטפערט: יא
און ביי די ענדע פון די חתונה וועט זיך ארויסשטעלן זייער קלאר אז ביידע זענען גערעכט. דאס וואס ביי ראובן האט נישט געמיינט לאנג און ביי שמעון האט יא געמיינט לאנג, און נאך אלס האט קיינער פון זיי נישט געהאט קיין טעות.
נאך א דוגמא: איך האלט אז מ'דארף זיין שפארעוודיג און אכט געבן אויפן געלט. און איך האלט זאגט די בני בית אז מ'דארף לעבן געהעריג, און מאך נישט משוגע מיט די פאר דאללער ארויף אדער אראפ.
פארשטייט זיך אז דאס קומט נישט אן צו א פולקאמע דין תורה וואו מ'קען זיך זעצן דן זיין ווער ס'איז גערעכט, אבער ווען ס'וואלט יא געקומען דערצו, וואלט זיך זייער שטארק געקענט ארויסשטעלן אז ביידע זאגן די זעלבע. איינער רופט שפארוועדיג וואס א צווייטער רופט אביסל ברייטער, און די גאנצע פלוגתא איז אין א אפטייטש פון ווערטער.
עס איז זייער וויכטיג אין לעבן, סיי מיט חברים און ספעציעל מיט די שטוב מענטשן, צו פארשטיין אז די אלע מיספארשטענדענישן קומען פון די טאן אין וועלכן די טענות ווערן פארגעלייגט.
די מינוט וואס עס גייט אויף א העכערן טאן פון נעמען א שטעלונג, ווערט דער מענטש אויסגעשטעלט צו צוויי אויטאמאטישע צילינדערס אין מח. דער ערשטער איז צו אפלייקענען יענעם פון אויבן ביז אונטן כדי צו בלייבן גערעכט. די צווייטע איז זיך מסביר צו זיין מיט עקסטרעמע גוזמאות צו בלייבן גערעכט.
דאס ברענגט אומנויטיגע מחלוקת און מיספארשטענדענישן. וואס דערפאר איז וויכטיג ווען עס קומט צו א מיינונגס פארשידענהייט, אפצושטעלן דעם געפעכט ווען ס'איז נאך אפשטעלבאר און אנהייבן מיט צוויי טענער נידריגער מיט א פראוו צו זעהן צו אפשר גאר זאגן מיר די זעלבע זאך.
אין זייער אסאך פעלער וועט זיך ארויסשטעלן אז אפי' אויב זאגן מיר נישט ממש די זעלבע, איז עס גענוג נאענט אז עס זאל נישט ווערד זיין קיין געוויסנסביסן.
אין די שלום בית אפיסעס פון די ספעציאליסטן קומט ארויף דער רעאליטעט אזויפיל מאל, ווען מ'זעהט אז א קליינער בייג אינעם טאן פון א שמועס לאנג צוריק האט געצויגן און געפלאכטן א לאנג פארצויגענעם קאמף וואס האט נישט קיין הענט און פוס.
וואס אויב זאל מען אפשרייבן אויף א בוך איבער וואס מ'קריגט זיך אלס וועלן די סאמע חולקים זיך אונטערשמייכלען איבער די אומוויכטיגקייט דערפון, און דאך וועלן זיי נישט שפירן אז זיי זענען גאר די שפילער פון דעם גאר קאמעדישן אקט, און זיך אליינס אויסלאכן.
עס איז מיר געקומען צו שרייבן דערוועגן צוליב די ספעציפישע ענין פון שפארן און אויסגעבן געלט וואו עס האט זיך ארויסגעשטעלט עטליכע מאל אין מיינע שמועסן פארגאנגענע וואך אז מאן און ווייב האבן די זעלבע מיינונג, נאר זיי זאגן עס אנדערש. און סך הכל האב איך נאר געדארפט זיין דער וואס ברענגט נענטער די טענער און ארגעניזירט די ארקעסטערע וויאזוי צו שפילן אין הארמאניע. איר קענט דאס אליינס באווייזן אויב פארשטייט איר וואס דער געדאנק איז, און עס איז ווערד א טיעפן קלער צו טון דערין אויב שפירט מען סיי אין שטוב אדער אין דער ארבייט אדער אפי' אין ביהמ"ד א סארט אנגעצויגנקייט אין א טעמע.
שטעלט אייך אפ א מינוט, און קלערט צו די טענער פון דעם פידל זענען אנגעשטעלט ריכטיג, און איר וועט פארלירן 80 פראצענט פון די אנגעצויגענע מאמענטן אין שטוב.
עושה שלום במרומיו יעשה שלום עלינו.
א גוט שבת.