מיר שטייען אויפן צווייטן העלפט זומער, עס וועט זיך טוישן דער סעזאן גאנץ בקרוב אי"ה, און וויכטיגער פון אלעם וועלן מיר אי"ה אריינמארשירן אין א נייעם יאר בעז"ה לכתיבה וחתימה טובה.
מיר אלע זענען עוסק אין די הכנות צו די הייליגע טעג, יעדער אויף זיין שטאפל, יעדער איד גרייט זיך צו די טעג כפי שורש נשמתו, און אודאי בין איך נישט דער מגיד צו קומען זאגן דברי מוסר אלס א הכנה צו די הייליגע טעג, אבער פארט איז דא געוויסע קליינע נקודות וואס זענען יא מער אין מיין ראנג פון א שמועס אין די ראמען פון די סעריע וואס באציהט זיך צו יעדן טאגיגע שמועסן, און וואס מיר קענען זיך גרינגער מאכן דאס לעבן, פון וועלכן ס'לוינט יא צו שרייבן אביסל.
יעדע טויש אין סעזאן ברענגט מיט זיך געוויסע שוועריגקייטן אדער קליינע אומאיינגענעמליכקייטן, סיי אין די טויש פון רוטין, וואס פאר דעם סטאבילן מיושב'דיגן מענטש איז א שווערע זאך, ער האט זיך זיין סדר, זיין סיסטעם, און ווען מ'דארף אריין בויען טויש דערין קומט עס אן צומאל מיט שוועריגקייטן. אבער ספעציפיש ווערט שווער ווען דער פינאנציעלער בודזשעט פון דעם מענטש טוישט זיך צוליב די מערערע הוצאות וואס קומען צו.
די ערשטע הוצאות זענען וואס האבן נישט שייכות מיט דעם הייליגקייט פון די טעג נאר מיט די פשוטע טויש אין באדערפענישן ווי למשל טוישן קליידונג פאר די קינדער, אפי' נאר דער חלק פון שכר לימוד אנהייב יאר, איז אויך א שטיקל הויב אין די הוצאות, און דאס פארלאנגט צומאל ישוב הדעת.
די צווייטע חלק איז די יו"ט הוצאות וואס זענען אלס מער ווי דער געוויינליכער טאג, און עס קען אמאל ברענגען שוועריגקייטן אויב איז מען נישט וואכזאם און קלאר דערמיט. און אט דאס איז א וויכטיגע שמועס וואס איז ווערד צו מיטטיילן פאר גוטע פריינט אפי' וואס קומען נישט אן צו לייענען די סעריע.
יענקל פרעגט פון זיין חבר. זאג דער חיים האט געלט?
דער חבר ענטפערט: ווענדט זיך וואס געלט מיינט. אויב פרעגסטו מיך צו ער האט א געוויסע סכום געלט, וועל איך דארפן גיין ציילן און איך ווייס נישט אויב ער וועט מיך לאזן. אויב פרעגסטו מיך צו ער האט געלט זיך צו טראגן מיט רעספעקט און נישט דארפן אנקומען צו אנדערע אדער האבן עקסטערע בלוט דרוק ווען עס קומט צו געלט, קען איך ענטפערן לויט ווי איך זעה אז יא, ער זעהט אויס מסודר ב"ה.
וואס איז דער געדאנק פון דעם שמועס? האבן געלט און נישט האבן געלט, איז טאקע א נומערישע רעאליטעט, אבער איז אויך א לעבנסשטייגער וואס האט נישט באמת מיטן געלט קיין שייכות, נאר מיטן מהלך ווי דער מענטש באגייט זיך מיט "וויפיל ער האט".
און דער שמועס איז נישט לגבי שפארן געלט, וואס פון דעם האבן מיר שוין אסאך גערעדט, און דאס ווייסט מען שוין היינט גוט אז די וואס שפענדן געלט אין די וועלט אריין זענען נעבעך נישט מן הישוב. אבער דא קומט אריין דער חלק פון "וואכזאמקייט" אפי' פאר די וואס לעבן אויף א נארמאלן לעבנסשטייגער.
געוויסע וועלן נעמען די הוצאות יום טוב מיט א געפערליכן דרוק, און מ'קען צו זיי נישט רעדן זיי זענען זייער אנגעשטרענגט, און אין די זעלבע צייט אידן מיט די זעלבע בערזל אדער אפי' דינערע בערזלעך דרייען זיך רואיג און קענען הנאה האבן פון די הייליגע ימים טובים מיט א רואיגקייט.
און יא, איר האט צוגעטראפן, עס האט צו טון מיט די הכנה. און אין אונזער פאל "וואכזאמקייט".
די איינציגע וואס ווערן באמת צעקלאפט זענען די וואס פאלן אריין אומגעראכטן אין די הוצאות. און ליידער קלונגט עס קאמיש אז מ'פאלט אריין אין א גרוב וואס מ'ווייסט וואו עס איז, און עס איז שיין ליכטיג, און מ'קען עס פארמיידן.
יעדער ווייסט ווען יום טוב קומט, עס איז דא א לוח וואס מיר אלע האבן צוטריט דערצו, עס איז נישט קיין סורפרייז, מ'קומט אין ביהמ"ד און מ'זעהט א צעטל אז קהל האט באשטימט ראש השנה זאל פאלן אויף נעקסטע וואך מיטוואך. נישט אזוי ארבייט עס. יעדער ווייסט וואו מ'האלט און ווען עס קומט אן.
און די איינציגע חילוק פון זיין רואיג אדער אומרואיג מיט די פינאנצן איז אויב פירט מען זיך ווי די בת היענה, מ'נעמט נישט אין באטראכט דעם קומענדיגן סעזאן, דאן פלאטשקעט מען אין בלאטע, ווידעראום אויב איז מען וואכזאם, אפי' אויב האט מען ווייניג אין באנק, קען מען זיך גאנץ גוט שטעלן גראד בעז"ה.
פרעגט מיך א אינגערמאן, וואס האב איך פון וויסן אז איך האב נישט? ואוס דארף איך די עגמת נפש? גענוג גרויס די ווייטאג ווען מ'גייט אין געשעפט און מ'קען נישט באצאלן, פארוואס דארף איך נאך אריינקלערן דערין.
עס איז א גרויסער נפקא מינא צווישן וויסן צו מ'האט אדער נישט, און וויסן "וויפיל" מ'האט נישט.
אפי' אין א פאל ווען איינער ווייסט אז ער איז אויף א גאר דינעם שטריק, און עס איז נישטא קיין איבעריגע געלט, אויב ווייסט ער בערך וויפיל דער יום טוב קען אים קאסטן, און וויפיל בערך ער האט אדער האט נישט, און ווייסט דעם דיפערענץ בערך. קען ער מאכן געוויסע פעולות זיך צו פארגרינגערן.
ער קען נוצן זיין געלט פארזיכטיגער, און פרובירן צו שפארן דארט וואו מ'קען יא שפארן. אודאי ער דארף א נייעם שארפן מעסער פאר יום טוב, אבער אויב ווייסט ער פון פאראויס וויפיל ער מעג נוצן דערפאר, וועט ער נישט האבן קיין נסיון צו קויפן יעדן ערב ראש השנה א 60 דאללערדיגן מעסער, נאר ענדערש קויפן עפעס וואס שטימט מיט זיין בודזשעט.
ער קויפט אן אתרוג, ער ווייסט אז ער מעג שפענדן דערפאר א געוויסן סכום קצוב, ווייסט ער וואס נישט צו טון און וואו נישט צו קוקן, און נאך אלס זיין זוכה צו א שיינעם מהודר'דיגן ד' מינים. סך הכל דארף ער ביי זיך באשליסן וואס ער מעג אדער מעג נישט טון דאס יאר.
אויב ווייסט ער אבער נישט פונקטליך וואס טוט זיך, און פירט זיך ווי דער אידל וואס ווערט געוואויר אויף די ועונט פון ביהמ"ד אז עס קומט סוכות אויף דער וועלט, וועט ער זיך זיכער טרעפן אין א טיעפערן פלאנטער ווי דער וואס איז גרייט.
נאך א נקודה לגבי הכנה אין דעם גשמיות'דיגן זין, איז לגבי די "רוטין" וואס דאס איז מערסטע נוגע אין די סעזאן פון די הייליגע טעג. מ'רעדט פון זאגן סליחות, און טוישינגען פון די וואך אויסשטעל, מ'רעדט פון ימים טובים וואס פאלן אויס פונקט אינמיטן די וואך, און אנשטאט 4 וואכן פון 6 טעג האט מען 8 וואכן פון צוויי טעג, און עס טוישט גאר אסאך, און אחריות'דיגע מענטשן טראכטן פאראויס וויאזוי צו מאנעווירן אז עס זאל דאס ווייניגסטע אפעקטירן זייער לעבן.
קליינע משלים זענען "צאלן בילל'ס" אדער פאר די וואס האבן אייגענע ביזנעסער אדער סעילסלייט וכדו' וועלכע דארפן פשוט מסדר זיין אז די ארבייט וואס דארף געטון ווערן זאל ווערן צעטיילט אנדערש, און נישט לאזן דעם קאלענדער דיך אויפוועקן צום מציאות אז האסט פארפאסט 2 וויכטיגע טעג וואס קענען אמאל מיינען ערנסטע פארלוסטן, נאר ווייל דו האסט נישט געטראכט פון דעם פאראויס.
מיר ווייסן אז א איד דארף האבן בטחון און זיך נישט זארגן פאר די אלע זאכן, ווייל דער באשעפער פירט די וועלט, אבער אלס א חלק פון דעם השתדלות פאר א רואיגן און פרידליכן יום טוב איז וויכטיג צו טון דאס מינדעסטע זיך צו גרייטן און זיין "וואכזאם".
האט א לעכטיגן שבת.