יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ קריסטאל
ארטיקלען

דער לעבנס שפיל

קריסטאל · "היימשטאט" · פרשת שופטים תשפ"ה

אמאל ווען מ'האט געפרעגט א אינגערמאן וועלכער האט זיך געאייסערט איבער לעגאלע איינגעלעגנהייטן אין א קופקע שמועס אין ביהמ"ד, וואס פארא לעגאלע ערפארונג האסטו? האסט אמאל געלערנט געזעץ? דו רעדסט מיט גרויס קאנפידענץ אין די נושא. האט דער אינגערמאן געענטפערט: אודאי, איך האב מיך שוין גענוג פאראנקערט מיטן געזעץ צו וויסן א זאך אדער צוויי.

איך גיי שרייבן אין א נושא וואס איך האב נישט קיין סאך ערפארונג מצד מיין פרנסה אדער טעגליכע געשעפטן, אבער איך האב ב"ה זיך גענוג פאראנקערט אין דעם נושא מיט א שבח והודאה צום אויבערשטן דורכן מיר מזכה זיין מיט א שטוב מיט קינדער ב"ה, וואס פארשטייט זיך אז "חינוך" ווערט א ערפארונג פאר עלטערן, צו מ'לערנט עס אליינס, אדער אויב מ'ווערט דערלערנט מיט די צייט. אלזא נעם איך זיך די קוראזש צו שרייבן א ווארט צוויי דערוועגן.

דער אלטער ויכוח צו די דורות פאלן אדער די דורות שטייגן איז עפעס וואס איז גאר אינטערסאנט צו אבזערווירן, ס'ארבייט עפעס אזוי: ביז די 40 זאגן אלע אז די דורות שטייגן, און פון די 40 און ארויף בייגן זיך די קעפ און זאגן: ווייסט וואס, די דורות פאלן יא.

איך וועל נישט מגלה זיין וואו איך פאל אריין אין וועלכן גיל, אבער אלס א זייטיגער אבזערווירער איז זיכער אז עפעס מוז דא שטעקן אין דעם אינטערסאנטן פענאמענע, וואס מאכט דעם עלטערן בעה"ב מודה זיין אז די דורות פאלן, און פארוואס וועט די יוגנט נישט מודה זיין דערצו קיינמאל.

פארשטייט זיך אז די ערשטע תירוץ איז פשוט, דער מענטש זעהט זיך אלס אין זיין רינגעלע און פארשטייט זיך אמבעסטן, און ווען דער קומענדיגער דור שטייגט און טענה'ט מיט הויכע טענער דאס וואס איך האב געזאגט די פארגאנגענע יאר צענדליג, וועט דאך דאס מיך אוועקשטעלן אין דעם שוואכערן דור, דעריבער ווען דער מענטש בייגט זיך צום זייט פון זקנה וועט ער בעל כרחך מודה זיין אז ניין, עס קען נישט זיין אז מיינע קינדער אדער די וואס זענען פיל יונגער פון מיר זענען גערעכט, אפי' אויב דאס וועט מיינען אז איך בין אומגערעכט מיט מיין אייגענע מיינונג אין די יוגנט יארן.

אבער עס שטעקט דערין עפעס טיעפער וואס איז יא כדי צו אויסשמועסן, און וועט אפשר העלפן אז די דורות זאלן סיי שטייגן, און ווי אויך ווערן איינערקענט ביי די עלטערע דערויף.

איך מוז זאגן אז כולם מודים אז דער דור האט געוויסע הינזיכטן אין וועלכן ס'איז לא פליג אז דער דור שטייגט, אבער דאס איז א לענגערער שמועס, און איז נישט א חלק פונעם דיסוקסיע. וואס איז אבער יא די פלאץ וואו עס פעלט זיך אויס א שטערקערער שטופ פון די אינגערע דורות ארויף צו קומען אלס קלארע געווינער, איז דער "שפיל פון לעבן".

יא, איר האט געלייענט גוט. "שפיל פון לעבן" איז א נייער באגריף, וועלכער דער אינגערער דור וועט אייך קענען בעסער אנווייזן, מ'האט אויסגעדרייט דעם שטעקן און דעם מייער טאקטיק אינגאנצן צום מייער.

אמאל ווען מ'פלעגט טרייבן אן אייזל אין א געיעג צו געווינען געלט, פלעגן די טרייבער נוצן איינס פון די צוויי מעטאדן, אדער געשלאגן דעם אייזל מיט א שטעקן, אדער אויפגעהאנגען אויפן אייזל א שטעקן מיט אמייער וועלכן דער אייזל האט געזעהן און נארישערהייט נאכגעלאפן בכל כוחו, און דערמיט געברענגט א געווינס צו זיין טרייבער.

די צוויי טאקטיקן ווערן גענוצט אין אלע הינזיכטן פון לעבן, און אמאל ווערט עס גענוצט צופיהל אדער ווערט נישט ריכטיג גענוצט, און ברענגט א חורבן.

לאמיר זאגן אז דער אייזל איז טאקע נאריש פארן נישט פארשטיין אז ווי מער ער לויפט אלס ווייטער לויפט דער מייער, אויב אבער דער טרייבער קומט אן צו אן עק פון א בארג, און ער פארזעהט דעם מציאות וועם ער טרייבט דא, און דרייט נישט דעם מייער אוועק פון דעם שעדליכן ריכטונג, וועט ער דערמיט ענדיגן פאטאל.

וואס אין די זעלבע צייט ווען דער שלעגער טרייבער שלאגט דעם אייזל, און שפילט אויף דעם טאקטיק פון דעם שטעקן, וועט זיין מער אויסזיכטן אז דער אייזל זאל טרעפן דעם וועג, ווייל ער לויפט קיינעם נישט נאך, ער לויפט אוועק פון עפעס, און ער לייגט צו זיין אייזלישן קאפ צו זעהן וואו צו לויפן, ער איז פשוט אזוי געפראגראמירט צו קוקן וואו צו לויפן. דאס מיינט אז אין אזא פאל וועט דער טרייבער האבן מער שאנסן איבערצולעבן.

דער אלטער ויכוח לגבי חינוך צו דער שטעקן ארבייט בעסער אדער דער מייער, איז זיכער אז מיר גייען לכתחילה מיט וואס שלמה המלך זאגט אונז אז מיר זאלן נישט פארמיידן דעם שטעקן פון דעם קינד אבער מיר האבן פילע פון אונזערע מורי דרך און מסורה וואס ווייזן אונז אויך וויאזוי צו מחנך זיין נער לפי דרכו וואס גיבט אונזער דור מחנכים די רעכט צו באשלוסן וועלכע וועג עס ארבייט בעסער אין אונזער דור.

אבער דא איז די גרויסע פראבלעם וואס ליידער שטעלט זיך ארויס צו זיין צומאל פאטאל.

אינעם היינטיגן דור ווען אונזערע מחנכים האבן ברוב בינתם (און איך זאג דאס נישט סארקאסטיש נאר מיטן גרעסטן רעספעקט) אנגענומען דעם וועג פון דעם מייער, און מ'גיבט פאר די קינדער וואס אימער עס לאזט זיך זיי צו לייגן אויף די ריכטיגע וועגן און לערנען מיט זיי די דרכי ד' בנועם ובשמחה, שטעלט זיך אמאל ארויס אז ביי די קינדערלעך וואקסט אריין אזא סארט קאמישע אומערנסטקייט צום גאנצן לעבן וואו עס פאנגט אן אויסצוזעהן ווי א "שפיל פון לעבן".

דאס קינד וואקסט אויף אין אן אטמאספערע ווי דער לעבן איז א געיעג פון געווינסן, ער וועט באקומען מתנות, און ווערן איינערקענט פאר זיינע אויפטוען. און עס ארבייט זייער גוט. אבער...

א קינד איז נישט קיין אייזל, און דער געיעג ענדיגט זיך ווען ער גייט ארויס פון דעם "חנוך לנער" גיל, און דא איז וואו עס וואלט זיך אויסגעפעלט מער קלארקייט, צו פארשטיין אז מ'מוז אוועק נעמען דעם מייערל און ווייזן פארן לויפער אז "דער שפיל איז געענדיגט". עס איז אן ערנסט געשעפט פון דא און ווייטער.

קיינער וועט דיך נישט איינערקענען ווען דו טוסט גוט.

קיינער וועט דיר נישט פארשרייען ווען דו טוסט שלעכט.

דו וועסט דיך טרעפן איין טאג ביים עק פון א גרויסן בארג, און אויב וועסטו נישט וויסן די גאר גרינגסטע כללים פון לעבן וועסטו ח"ו דורכפאלן. און עס איז צייט צו לערנען אז "דאס לעבן איז נישט קיין שפיל".

איך קום אריין אין ביהמ"ד און איך הער ווי א קופקע אינגעלייטלעך רעדן זיך אפ אז זיי באקומען נישט זייער פארדינטע רעספעקט אין ביהמ"ד אדער אפי' אינדערהיים ביי די שוויגער הויז, צו זאל עס זיין אז ער שטייט אויף פארטאגס מיט התמדה, און ניטאמאל זאגט אים איינער א גוט ווארט, נאר ווען ער מאכט א טעות און טוט עפעס נישט כהוגן איז יעדער דא.

אדער אז אין ביהמ"ד טראץ זיין שיינע שטימע באקומט ער נישט קיין ברעטל, און טראץ וואס ער דאוונט אזוי בכוונה און מיט אן אמת, באקומט ער זעלטן אן עלי', וכדו'.

אודאי די אינגעלייט רעדן זיך נישט אפ ווייל זיי מיינען "זיך". ניין, נישט לכבוד עצמו דורש, ער טענה'ט נאר אז עס וואלט געווען פיל בעסער ווען אינגעלייט פון זיין סוג זאלן יא ווערן איינערקענט. און איך וועל מודה זיין אז עס איז דא א געוויסער אמת אין ביידע פון די דוגמא טענות, נאר וויבאלד איך נוץ זיי אלס דוגמה וועל איך נישט יעצט אריינגיין אין דעם שמועס, נאר אויב וועט קומען א העפטיגער פארלאנג פון די לייענער צו וויסן מיין פערזענליכע מיינונג דערין.

אבער טייערע אינגעלייט, און אויך די עלטערן פון די אינגעלייט, אפשר איז כדי צו פארשטיין און איבערשמועסן אז "דאס לעבן איז נישט קיין מתמידים אדער נאכט חבורה".

מ'פארט נישט אויף קיין טריפ אויב האט מען גוט מחנך געווען א קינד.

מ'טיילט נישט קיין תעודות אויב מ'דאוונט אויפן קול.

און מ'געווינט נישט קיין טיקעט צו א נסיעה אויב טוט מען גמילות חסדים.

עס איז א לעבן וואס האט אין זיך כולו אמת, מ'דארף טון און אויפטון און זיך בויען דעם גאנצן אלו דברים מיט וועלכן דער קרן און די פירות ווערן געבויט אויף אן אמת.

דער אייזל ווייסט נישט וואס מ'וויל פון אים, דארף דער טרייבער זיין גענוג קלוג און ראפינירט נישט אראפ צו פירן אים פון בארג. אבער א אידיש קינד איז קיין אייזל נישט. סך הכל דארף אים דער טרייבער, זיינע טייערע עלטערן און מחנכים לאזן וויסן זייער קלאר: קינד מיינס, דער געיעג איז אריבער. דו פארסט יעצט אליינס. מ'קען נישט האבן טענות אויפן גאנצן ארום ווען עפעס גייט קרום, און מ'קען נישט ערווארטן קיין מייער אויף א שטעקן ווען עפעס גייט גוט.

קינד מיינס דו וועסט אליינס זיין א טרייבער אי"ה און דו וועסט אליינס זעהן און פארשטיין אז דיינע קינדערלעך אדער דיינע תלמידים וועלן אויך זיך פארלאזן אינגאנצן אויפן שפיל אויב וועסטו נישט זיין קיין קלארע דוגמא צו ווייזן אז ניין עס איז נישט קיין שפיל, און עס איז צייט צו גיין אויף די אייגענע פוס.

פול מער קען געשריבן ווערן אין די נושא, אבער מיר וועלן עס לאזן פאר אייער אייגענע שכל און דמיון עס צו אויסמשל'ן ווייטער, און נוצן דעם טעמע פון "דער לעבן איז נישט קיין שפיל" צו מאכן די ריכטיגע באשלוסן אין לעבן בעזר השי"ת לאורך ימים ושנים.

האט א לעכטיגן שבת