יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ קריסטאל
ארטיקלען

לימודי קודש אויפן פליגער

קריסטאל · "היימשטאט" · פרשת כי תצא תשפ"ה

איך האב אין די פארגאנגענע וואכן געשריבן איבער די נושא פון "ארויס פון רוטין" סינדראם, וויאזוי דאס אפעקטירט מענטשן און עצות וויאזוי זיך אומצוגיין דערמיט. איז אינטערסאנט צו באשרייבן מיין פול וואכעדיגע "ארויס פון רוטין" נסיעה צו מקומות הקדושים וואס איך האב זוכה געווען צו זיין ביי די קברי צדיקים אין אייראפע מיט די "כהנים נסיעה" פון הרה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א נכד כ"ק אדמו"ר שליט"א.

איך וועל נישט באשרייבן א פערזענליכע נסיעה פון פשוט'ע אידן וואס רוב כלל ישראל האט שוין געהאט אייגענע נסיעות און זענען נישט אינטערסירט צו הערן סתם דעטאלן איבער א נסיעה'לע, טראץ וואס די נסיעה האט געטראגן א געוויסן היסטארישן ווערד דערמיט וואס ס'איז געווען א עיר שכולו כהנים, און די גאנצע נסיעה איז געווען ארגאניזירט אויף אן אופן אז די כהנים זאלן באמת קענען זיין א חלק פון דעם ציבור וואס געוויינליך כהנים זענען היבש מחוץ למחנה ווען מ'גייט אויף גרעסערע נסיעות.

עס איז ווירקליך געווען אן ערפארונג וואס מיר כהנים האבן נאך קיינמאל נישט געהאט און וועלן נישט אזוי שנעל פארגעסן בעזהשי"ת, לאמיר האפן אז מ'האט געפועל'ט אלעס גוטס. אבער אפאר קליינע זייטיגע אבזערוואציעס וואס איך האב געלערנט אויפן וועג קען יא זיין אינטערסאנט צו פארציילן און אויסשמועסן מיט די חשוב'ע לייענער.

מיר לעבן היינט אין א וועלט וואס יארן צוריק האט מען נישט אזוי קלאר פארשטאנען פארוואס עס ווערט אנגערופן א "עולם השקר" מער ווייניגער איז געווען טאקע שקרנים פון איין זייט און אמת'דיגע אידן פון די צווייטע זייט, וואס עפעס אנרופן א גאנצע וועלט אלס א עולם השקר?

אבער היינט איז אנדערש, יעדער פארשטייט אז אפי' דער אמת ווערט צומאל פרעזענטירט אויף א שקר'דיגן טאץ, דהיינו:

נישט קיין חילוק ווי ערליך און גוט דער מענטש איז, האט ער אין זיך א געוויסן גבול ביז וואו ער קען באשטיין צו זאגן אמת'דיג וואס ער טראכט, אדער טון אמת'דיג וואס ער וואלט געוואלט, און נישט ווערן באאיינפלוסט פון דעם ארום. נישט ווי אמאל ווען דער בעל עגלה האט זיך שטאלץ געדרייט מיט זיין קאנטשיק און דער בעקער מיט זיין בעקער היטל, און אזוי ווייטער, היינט גייט יעדער מיטן זעלבן אנצוג, און מיטן זעלבן קנייטש אויפן שטערן, מ'דארף היינט פרעגן פון א מענטש וואס ער טוט פאר פרנסה, און מ'קען נישט אליינס אויסליינען וואס דער מענטש איז באמת.

עס גייט אויף אזוי ווייט אז אפי' דער חילוק צווישן דעם עני ואביון און דעם עושר איז עפעס וואס מ'קען נישט ארויסליינען פון פשוט'ן לעבן, יעדער זעהט אויס די זעלבע, יעדער גייט די זעלבע, און אזוי ווייטער. מעלות און חסרונות אין דעם שטייגער איז נישט דער ציהל דא, אבער דאס איז זיכער אז ס'איז א עולם השקר במילואו.

אט דאס האב איך אבזערווירט אז ביי א נסיעה ארויס פון רוטין, (איך רעד נישט פון דעם התעוררות און די הייליגקייט פן די מקומות הקדושים) דער פשוט'ער גשמיות'דיגער שינוי מקום און שינוי זמן, מאכט א שטארקן שינוי אויפן נפש, מ'דערקענט פלוצים דעם אמת'דיגקייט פון די מענטשן.

ווען מ'פארט אויף נסיעות און מ'פארברענגט א וואך אין א קבוצה מיט אידן וואס לעבן נישט אין זייער יעדע טאג רוטין, ווערט אנטדעקט דער אמת'דיגקייט, מ'זעהט זיך סאך קלארער און סאך ליכטיגער, עס איז זיס ווי צוקער, מ'שמועסט מיט אן אמת'דיגן געפיל איבער זאכן וואס מ'טראכט אדער גלייבט, און עס לאזט זיך זאגן אז אין די זמנים איז ווען ס'שרייט זיך ארויס "ישראל אשר בך אתפאר".

פארנדיג אויף די נסיעה האב איך אבזערווירט אז ווי ווייטער מ'פארט פון דעם פארע פון די טעגליכע רוטין ווערן מענטשן מער און מער גרייט צו עפענען די הערצער, סיי ביים דאווענען און מתפלל זיין ביי די מקומות הקדושים וואס דער געוויינליכער איד וועט זיך אפשר שעמען צו וויינען אויפן קול, און דא ווערט די בושה ווייט פארשטעקט ערגעץ ביים גרעניץ אין אמעריקע, ווי אויך ביי די סתם פארברענגען ווען מ'שמועסט אביסל, און אלע שפירן זיך גלייך, קיינער איז נישט מער אדער ווייניגער פון דעם צווייטן, אבער נישט אויפן וועג וואס איך האב פריער דערמאנט אז אלעס מוז שפילן דעם שפיל פון זיין גלייך, נאר א פארקערטע פרשה, יעדער איינערקענט אז אפי' אויב האב איך פון עפעס מער אדער איך בין מיט עפעס מער טויגליך וכדו' איז עס נישט נוגע און נעמט מיך בכלל נישט ארויס פון דעם כלל, מיר זענען אלע גלייך טראץ וואס יעדער ברענגט צום טיש זיינע טאלאנטן און ידיעות.

דער פחד פון קנאה אדער אומפארגינערישקייט וואס ווערט פראקטיצירט אין רוטין פון לעבן ווערט ערגעץ פארשווינדן צווישן די וואלקענעס צווישן אמעריקע און אייראפע, און דער שאלאכץ פון דעם אמת ווערט אפעשיילט, און דער טעם פון אזא אומרוטינער וואך איז עפעס וואס מ'וויל נישט פארגעסן קיינמאל.

און גלייבט מיר אז איך רעד פון הארץ ווען איך זאג אז אין אזא צייט דערקענט מען אז אפי' די וועם מ'האט נישט אזוי געשעצט פון בעפאר, און מ'האט נישט דערקענט אזוי שטארק זייער נקודה פנימי, שיינען ארויס, און עס מאכט שטאלץ צו זיין א חלק פון דעם ישראל עם אחד. אשרינו מה טוב חלקנו.

פאר די חשוב'ע לייענער וואלט איך דאס רעקאמענדירט אלס א איינמאליגן עקסערסייז, נעמט אייך ארויס פון רוטין, און קוקט וואס נעמט אייך איבער, וואס זענען די זאכן וואס מאכן אייערע געפילן שטורמען, און איר וועט איינערקענען מיט שטאלץ אז דער פינטעלע איד פלאקערט מיט א שטארקייט.

נאך א אינטערסאנטע אבזערוואציע וואס איך שפיר אז עס מוז געזאגט ווערן ווייל עס זענען דא וואס זאגן אנדערש, אדער פרובירן צו פארקויפן אנדערש, און איך שפיר פאר א פליכט צו זאגן מיין אבזערוואציע.

איר הערט אודאי אסאך דעם אויסדרוק פון פאראכטונג לגבי "חסידי'שע אידן אויפן פליגער", די פארשידענע געברויכן וואס מיר האבן, און צומאל שטארט עס ארויס אביסל פון צווישן די שבעים עמים, וואס וואלט ווען געדארפט געטון ווערן מיט שטאלץ און מיט קעניגליכע פראכט, ווערט אמאל אראפגעריסן פון זעלבסט שונאים וועלכע זעהן נאר די חסרונות פונעם איד.

די מענטשן זענען נישט קיין אידן האסער ח"ו, אבער זיי זענען זעלבסט האסער, זיי וועלן אויך זיין אזוי ווען ס'רעדט זיך איבער זייער אייגענע משפחה, אדער סיי וואס איז נאענט צו זיי, וועלן זיי אייביג זעהן פארוואס יענער איז בעסער, נישט נאר יענעם'ס גראז איז גרינער, נאר זייער אייגענע מהות איז אויך שוואכער.

עס קומט פון א שוואכקייט אין זעלבסטזיכערקייט, און עס איז נישט מיין פראבלעם, אבער ווען דאס נעמט איבער דעם דעת הקהל, און מ'הייבט אן ערנסט צו מיינען אז ס'איז טאקע אזוי, איז עס א חילול ד' וחילול עם קדוש ישראל.

וויפיל מאל איך פאר אויפן פליגער און קוק זיך צו ווי אידישע קינדער זענען מקפיד זיך אויפצופירן מיטן גרעסטן מאס רעספעקט ווי עס פאסט פאר בני מלכים, אבער אויב מאכט זיך א טעות און מ'דארף עפעס טון אנדערש, וועלן שוין אלע אנדערע "אידן" איך רעד נישט פון גויים, קוקן מיט אזוינע שטרענגע בליקן ווי צו זאגן: ר' איד פארוואס מאכסטו א חילול השם? ווען סך הכל האט דער איד געהאט א פראבלעם אויפן בארדינג פעסס, אדער אנדערע פראבלעמען, וואס ווען דער דזשענטלמען גוי טוט עס מיט זיין פאלשן פליז און טעינק יא איז אלעס פיין.

איך האב מיטגעהאלטן אסאך אזוינע עפיזאדן, אבער איינס האט מיך ספעציעל געשטערט, ווען איינער פון אונזערע מיטפארער האט זיך פארפלאנטערט מיטן זיץ, פשוט א טעות מיטן בארדינג פעסס וואס מאכט זיך אפי' ביי די בני עשו און ביי די בני חם, פארשטייט זיך אז עס האט געשאפן א שטיקל רודעריי ווען ס'האט גענומען א מינוט צו כאפן דעם טעות, וואס דער אינגערמאן האט מיטן גרעסטן מאס דרך ארץ באהאנדלט.

שטייען דארט אין די זייט צוויי חשוב'ע אידן עלטערע אידן בעלי צורה, און שיקן פאר דעם אינגערמאן ביודעים ובלא יודעים דעם מעסעדזש "מאך נישט קיין חילול השם".

בארואיגט אייך ר' איד, סך הכל האט דער אינגערמאן באצאלט פאר א טיקעט, און ס'האט זיך געמאכט א פראבלעם, און נישט ווייל ער איז א איד, נאר ווייל עס קען פאסירן.

פארוואס איז די ערשטע חשד אז דער אינגערמאן איז שולדיג?

נאך איין עפיזאד, ווען מיר זענען געווען אין JFK און די ווארטן ליניע צום סעקיוריטי טשעק איז געווען בערך 4 און א האלב מייל, דאס הייסט אז עס זענען געשטאנען 3 אדער 4 צאמגעלייגטע ליניעס אינדרויסן פון דעם שטח פון די סעקיוריטי, ס'האט גענומען בערך 45 מינוטן אנצוקומען בכלל אין שטח, און הערשט נאכדעם האט מען געדארפט דורכגיין די געוויינליכע מייל לאנגע ווארט.

איך זעה ווי א איד איז מכבד איינעם אים אריינצוריקן אין פארנט פון אים, דער איד האט אמת'דיג געמיינט דעם מנין מנחה וואס מ'האט געהאפט צו קענען פארכאפן נאך בעפאר די פליגערס הייבן זיך כדי נישט צו דארפן פארפאסן מנחה בציבור, אבער דער אנדערער האט שיינערהייט אפגעזאגט פון דאס טון צוליב דעם וואס ס'קען שאפן א חילול השם, און ענדערש געווארט א עקסטערע האלבע שעה אנצוקומען צו דעם פלאץ.

א מינוט נאכדעם זעה איך ווי גויים זענען זיך מכבד זייערע משפחה מיטגלידער און האבן נישט מורא בכלל פארן חילול יאשקע ימ"ש, און דאס לעבן גייט אן.

יא, מיר זענען א עם קדוש, און מיר האלטן זיך קעניגליך, אפי' ווען איינער האט מכבד געווען א צווייטן (פארגעסט נישט, ער האט עס נישט געטון פאר זיך, ער איז שוין געווען ווייט און ער האט נאר אינזין געהאט דעם צווייטן ווייל ס'האט אים געדרוקט די מנחה בציבור, אנדערש וואלט ער עס נישט געדארפט טון) האבן אבער אידן א געפיהל פון זיך האלטן הייליגער און העכער און פארמיידן א חילול השם.

און אזוי האב איך געזעהן אויף טריט און שריט.

איך פאר שטאלץ אלס איד, און איך בין שטאלץ מיט מיינע אידישע ברודער אויפן פליגער, און נעמט ארויס פון דעם איין נקודה.

ווען א איד האט א פראבלעם אויפן פליגער מיינט נאך נישט אז ער מאכט א חילול השם. פרובירט קודם צו פארשטיין וואס דער אמת איז, און זייט אים דן לכף זכות.