דער גרעסטער רוצח אדער פון די גרעסטע רוצחים פון די מענטשהייט ווערט גערופן דורך די סייענטיסטן "סטרעסס", דרוק, עפעס וואס צעדרוקט דעם מענטשנס מח און ברענגט כל מיני חלאים רעים רח"ל, אויב ווייסט מען נישט וויאזוי צו באהאנדלען.
אינטערסאנט איז אז דער מושג פון "דרוק" אדער צו אנהענגען ערנסטע חלאים דערין, איז פארהעלטנסמעסיג ניי, איך גלייב נישט אז אמאליגע צייטן ווען איימיצער איז געגאנגען צום דאקטאר אפי' פאר קאפ וויי איז געווען דער ענטפער דו האסט סטרעסס, מ'האט מער ווייניגער געקוקט אויף די פיזישע סמנים פון די מחלה און באהאנדלט וויפיל מ'האט געקענט.
היינט קענט איר אריינגיין צום דענטיסט פאר ציין ווייטאג, און ער זאל אייך ענטפערן אז איר האט סטרעסס , גיי פארשטיי וויאזוי די סטרעס קומט אן צו די ציין (חשוב'ע לייענער, שיקט מיר נישט יעצט הסברים וויאזוי עס ארבייט, ווייל איך בין נישט קיין מעדיצינישער עקספערט, און איך בין בכלל נישט גענוג ערוואקסן צו פארשטיין די טיעפע מעדיצינישע טערמינען...)
חכמה בגויים תאמין, און עס שטעלט זיך ארויס אז עס איז די ווארהייט, און מענטשן באמת לעבן אונטער א געוויסן דרוק זענען אויסגעשטעלט צו געוויסע סכנות פיזיש און גייסטיש.
לאמיר רעדן פון די נושא פון "דרוק" צו וועלכן מיר ווילן צוקומען. ווען איר פרעגט סיי וועם וואס איז אונטער פרעשור, צו געבן א נאמען אויף דעם דרוק וואס ער האט, וועט עס אלס האבן עפעס א סיבה, אמאל איז עס געלט, אמאל איז עס אנדערע פראבלעמען, זאכן וואס שטערן דעם מענטש, אדער ברענגען אים צו זארג אדער אומרואיגקייט, וואס דאס שאפט אומגינסטיגע דרוק.
עס איז אויך דא א סארט דרוק וואס איז דוקא געזונט, און שטארק רעקאמענדירט, און מענטשן האלטן זיך גאר גרויס דערמיט, די דרוק פון זיין פארנומען און פראדאקטיוו, עס איז א געזונטער דרוק וואס האלט דעם מח פארנומען, און דער קערפער פון מענטש אפי' עס איז אסאך מאל הונגעריג אדער מיד במשך די פארנומענע צייטן, האט הנאה פון דעם ענדרענעלין ערנערונג ווען מ'איז פארנומען מיט פראדאקטיווע זאכן.
און דא קומט דער גרויסער סוד פון א סארט אומגעזונטע דרוק וואס מענטשן כאפן גארנישט אז עס דרוקט, און ווי אומנעזונט עס איז, און מיר וועלן רעדן פון די וועגן וויאזוי עס צו באהאנדלען.
"פארשלעפטקייט"
אין ענגליש הייסט עס Procrastination
דאס איז עפעס וואס מ'קען זאגן אז רוב מענטשן האבן א געוויסע דעגרי פון דעם פראבלעם, אויסער די מענטשן וואס פאלן אויף די אנדערע זייט פון די מטבע, און האבן דרוק פון "נישט זיין פארשלעפט" דהיינו, די מענטשן וואס האבן הויך בלוט דרוק פון פונקטליכקייט.
אבער דער אנדערער רוב פון די מענטשהייט גייט פון א נידעריגן פונקט פון פארשלעפטקייט צו א גאר הויכן, און אין גאר אסאך פעלער איז דאס גורם גאר אסאך אומזיסטע דרוק וואס איז אומגעזונט.
לאמיר נעמען א דוגמא:
איר זענט א ביזנעס מאן, איר קומט אריין אין געשעפט אדער אין אפיס, עס ליגט פאר אייך א וועלט מיט ארבעט, איר דארפט היינט ערלעדיגן א טוץ מיט געשעפטן, אדער האנדלען מיט פראבלעמאטישע איינגעלעגנהייטן וואס מאכן אייך קאפוויי.
דער מענטש האט א נטי' אפצולייגן די "שווערע" און די "גרויסע" און אומבא'טעמט'ע ארבייט פאר שפעטער, און וועט עס נאר טון ווען ער "מוז" שוין.
ער וועט קודם מסדר זיין די קליינע און גרינגע און באטעמטע ענינים, און דערנאך זיך נעמען צו די שווערע.
דאס איז א דוגמא פון "פארשלעפטקייט".
דער מענטש איז נישט קיין פוילער מענטש בכלל, עס איז א טעות צו מיינען אז פארשלעפקייט קומט פון פוילקייט, כאטש וואס א פוילער קען זייער שטארק זיין פארשלעפט אויך, איז עס אבער נישט מוכרח, איך קען אסאך פוילע מענטשן וואס זענען קיינמאל נישט פארשלעפט, זיי וועלן פוילעצן די צייט מיט גרויס רואיגקייט אומפארשלעפט.
פראקרעסטענעישאן איז נישט פוילקייט, ס'איז א פשוט'ע מוח פונקציע וואס דער קערפער שיקט סיגנאלן צום מענטש אז ער וויל טון די זאכן וואס ער האט חשק צו טון, און ער וויל זיך ארויסדרייען פון טון די זאכן וואס ער האט נישט ליב.
לאמיר נעמען א דוגמא פון א "דאקטאר וויזיט".
א מענטש ווייסט אז ער האט עפעס וואס ער וואלט געדארפט איבערשמועסן מיט א דאקטאר, ער שטופט אפ דאס מאכן דעם אפוינטמענט ביז ביז.
וופיל מענטשן האבן שוין נעבעך דאס מיטגעהאלטן אז פשוט דאס פארשלעפטקייט צו גיין צום דאקטאר האט געברענגט צו עגמת נפש.
און די סיבה איז בכלל נישט "פוילקייט" עס איז פארשלעפטקייט וויבאלד דער מענטש האט אדער מורא פון דעם דאקטאר, אדער איז פשוט אומבאקועם מיט א דאקטאר וויזיט.
דער חלק פון מח וואס טראכט פון דעם קערפערס באקוועמליכקייטן און אומבאקוועמליכקייטן איז מיילן מיט קעמערלעך אוועק פון די חלק וואס טראכט לאגיש בכלל. (די מח קענער קענען מיך פאררעכטן אויף דעם קליינעם דעטאל. אבער די נקודה בלייבט אמת)
לאמיר נעמען נאך איין דוגמא, א מאמע אין א פארנומענע שטוב וואס האט בליעה"ר ארבייט ביז איבערן קאפ.
וויפיל מאל איז דא ווען די שווערע מערסט אפמוטשענדע ארבייט לייגט מען אפ פאר שפעטער און נאך שפעטער ביז ווען ס'איז שוין נישטא קיין ברירה און מ'מוז עס טון.
לאמיר קודם מסביר זיין דעם אפעקט וואס דאס האט אויפן מענטש, און אינטערסאנט איז אז רוב מענטשן כאפן אפי' נישט ווי שטארק עס אפעקטירט זיי.
דער מח קען נישט פונקציאנירן פולקאם, ווען אינעם אונטערגרונד ווייסט ער אז ער האט עפעס אומבאקוועם אדער שווער ערווארטעט, און אז ער דארף נאך עפעס טון וואס ער גלייכט נישט צו טון.
צומאל איז עס אפי' פיהל ערגער ווי סתם שווער, עס מאכט דעם מענטש צעדרוקט נישט וויסנדיג צו ער קען בכלל אויספירן דעם שווערן תפקיד, און מיט דעם וואס ער לייגט עס אפ, ליגט שוין אויפן מוח 50 פראצענט פון די דרוק פאר א לענגערע צייט, און עס רופט זיך אפ אויף אים און אויף זיינע ארומיגע אומוויסנדיג.
א מאן קומט אהיים אנגעצויגן, אדער א פרוי וואס קען נישט געהעריג באהאנדלען די קינדערלעך, אלעס ווייל אויפן מח ליגט עפעס וואס דארף געטון ווערן און מ'האט עס אפגעלייגט אויף שפעטער.
די עקספערטן זאגן אז די אימפעקט וואס דאס האט אויפן גאנצן מהלך החיים פון דעם מענטש קען אמאל ברענגען גאר שווערע רעזולטאטן, וואס וואלט אלס געקענט ווערן פארמיטן אויב וואלט דער מענטש געכאפט און געטון צייטליך די שוועריקייט און נישט אפגעלייגט.
אלזא וויאזוי איז די עצה זיך צו באגיין דערמיט. סיי אויב איר זענט בעצם א "פארשלעפטער" (נישט א "פוילער") און סיי אויב איז עס א אויסנאם פאל פון א געוויסע זאך וואס ביי דעם שפירט איר עפעס א דראנג נישט צו זיין געענדיגט דערמיט שנעל, כאטש וואס ביי אלעס אנדערש זענט איר יא געוויינליך אין צייט?
פאר אלעם איז וויכטיג צו פארשטיין פון וואו דער שוואכקייט קומט, אמאל קומט עס פון פערפעקשאניזם, דער מענטש וואס האט אלס ליב צו מאכן פערפעקט, און ווען ער האט מורא פון עפעס אז ס'וועט זיך נישט אויסארבעטן פונקטליך, ווערט ער דעמאטיווירט און שטופט אפ אויף שפעטער.
אדער קען עס אמאל זיין פשוט פון פחד א געוויסע אינערליכע פחד צו טון זאכן וואס קענען אפשר זיך נישט אויסארבייטן, און דער מענטש האט מורא פון א דורכפאל. און דאס מאכט אים אפשטופן.
און אין די פאל פון א דאקטאר אפוינטמענט אדער אזוינע זאכן, איז עס פשוט ער האט מורא צו הערן דעם אמת, אדער צו הערן עפעס וואס קען אים ברענגען אומבאקוועמליכקייט וכדו'.
אויב איז עס נאר עפעס וואס ביי געוויסע תפקידים ווערט מען פארשלעפט קען מען רואיג אננעמען אז עס איז א געוויסע פחד פון דעם זאך, און מיט דעם ווייסט מען וויאזוי דאס צו באהאנדלען.
אויב אבער איז עס צומאל מער ווי סתם איין זאך, נאר ממש ביי יעדן גרעסערע תפקיד ווערט מען פארשלעפט, איז מעגליך אז עס איז עפעס מער ווי סתם פחד, עס איז דער "באקוועמליכקייט" פראבלעם פון וועלכע מיר האבן שוין געשריבן אין עבר, אז ביי געוויסע מענטשן איז באקוועמליכקייט ממש א מחלה ממושכת, מ'קען פשוט נישט עקזיסטירן אומבאקוועם.
נאכדעם וואס דער מענטש קוקט אריין אין זיך און פארשטייט אביסל דעם פראבלעם, איז גרינגער צוצוגיין צו די עצות וויאזוי עס צו באהאנדלען, און האפנטליך אין די קומענדיגע אויסגאבע וועל מיר אריינגיין אין מער דעטאלן בעז"ה.
א גוט שבת