די וואך וועל מיר גיין ווייטער אין די נושא פון "פארשלעפטקייט", וואס מיר האבן פארגאנגענע וואך אביסל אנגעהויבן שרייבן איבער דעם פראבלעם און פון וואו עס שטאמט. מיר האבן אויך זייער שטארק ארויסגעברענגט דעם "סטיגמע" אז עס איז פוילקייט, און אז עס איז נישט אלס ממש אזוי, און אפי' זריזים וואס זענען געוויינליך נישט פויל צו טון זייערע תפקידים קענען זיך טרעפן שלעפן און פארשלעפן ווען עס קומט צו געוויסע וויכטיגע זאכן וואס זיי דארפן טון.
די גרעסטע אפהאלט פון טון וואס מ'דארף צייטליך, קומט פון א אינערליכע פחד פון נישט טון עס ריכטיג, אדער ווייל עס פארלאנגט זיך מח ארבייט צו מכריע זיין אדער צו באשליסן און דער מח וויל נישט נעמען דעם אחריות.
ביי געוויסע טיפ מענטשן איז דער אפהאלט ווען מ'דארף טון עפעס וואס איז רוטין און געוויינליך און דער מענטש שפירט נישט קיין חיות דערין, ער טוט עס יעדן טאג, און עס איז נישט שפאנענד אדער אינטערסאנט.
און ביי געוויסע איז פונקט פארקערט, ווען עס איז אנדערש ווי דער טאג טעגליכע אחריות און עס ברענגט שפאנונג, ווערט דער מענטש פארשלאסן אין זיך, און קען זיך נישט זעהן עס טון. און פארדעם האבן מיר געשריבן אז עס איז וויכטיג זיך אליינס צו קענען און איינערקענען ווען דער שלאס ווערט פארמאכט ביי אייך אין מח, זענט איר פון די וואס האבן ליב צו טון די גרינגע יעדן טאגיגע, אדער די וואס זוכן פריש און שפאנענדע אקטיוויטעטן.
וויאזוי דאס צו אפשאצן איז זייער גרינג, נעמט אפיר די 2 אדער דריי זאכן וואס איר שטופט כסדר אפ, און איר וועט דורך דעם זעהן אין וועלכע קאטאגאריע איר גייט אריין.
אויב זענט איר אין די קאטאגאריע פון "אפשטופן דעם רוטין" און איר גלייכט ענדערש צו טון קודם די נייע און שפאנענדע אקטיוויטעטן, זאגן אויף דעם די עקספערטן אז די וועג עס צו באהאנדלען איז טאקע דורך דעם וואס מ'רייצט דעם מח מיט די גאר שפאנענדע אקטיוויטעטן, סיי אויב ס'איז פון די ביזנעס און סיי אויב ס'איז פערזענליך, אז איר מאכט א באשלוס, נישט צו לאזן זיך מחי' זיין מיט די זאכן נאר נאכן טון די התחייבות'ער.
דאס הייסט אין ענגליש "עס דעם פראש אינדערפרי" דאס הייסט טו די זאכן וואס דו האסט נישט ליב צו טון, ערשט. רייץ דיך אליינס אן אז דו וועסט נאר טון די פרייליכע און ווילינגדיגע זאכן נאכן טון אלע אנדערע טעסקס. דאס ארבייט ביי מלמדים אין חדר, און ביי די עלטערן מיט קינדער, ווען מ'לאזט וויסן פאר די קינדער אז נאר נאכן טון די היים ארבייט אדער נאכן איבער'חזרן די שווערע גמרא, וועט מען קענען טון דאס וואס די קינדער ווארטן שוין ארויס צו טון.
שפילט חדר מיט אייער מח, און ערקלערט אז מ'וועט נאר טון די זאכן וואס דו ווילסט טון, נאכן טון די זאכן וואס דו ווילסט נישט טון.
דאס זאגט זיך גרינגער ווי ס'טוט זיך, עס הערט זיך אביסל ווי איינער שטעלט זיך אויף געבן א עצה פאר מענטשן וואס זענען כראנישע ליגנערס און זוכן א וועג זיך צו פארבעסערן, און דער מגיד שטעלט זיך אויף און זאגט: דא איז די עצה צו קענען אויפהערן זאגן ליגנט! איר ווילט הערן די עצה?
הער אויף צו זאגן ליגנט!!!
אה, שלום עליכם, דאס ווייס איך אויך, אבער מ'רעדט יעצט פון געווינען די מדות און זיך שטארקן אפי' אין א שווערע מינוט ווען דער שכל איז נישט אויפן לאגישן זייט פון מח, וויאזוי מאכט מען זיכער נישט נכשל צו ווערן.
דא קומט אריין דער געדאנק פון רגילות, אז עס ארבייט נישט צופוס, אבער אויב מאכט זיך דער מענטש א רגילות, ער לייגט אריין אין קאלענדער אז צופרי האט ער איין שעה אדער וויפיל וואס ער טוט די ארבייט מיט די נאמען, און ער פרובירט יעדן טאג דאס נאכצוקומען, וועט ער מיט די צייט מצליח זיין דערין.
ווי אויך איז אויף דעם דא א עצה פון אריינעמען א שותף א מיטארבייטער וואס זאל מיטהאלטן דעם התחייבות, און מ'זאל האבן מיט וועם אויסצושמועסן די הצלחה דערין, און באקומען חיזוק אנצוהאלטן. דער מענטש דארף חיזוק אין די זאכן, און מ'קען זיך עס אליינס שאפן.
איך האב גערעדט מיט א איד א גרויסער נגיד וואס פלעגט טון סעילס, און זיין שוועריגקייט פלעגט זיין אין מאכן די טעלעפאן קאללס צו די קאנדידאטן וועם ער האט געוואלט רעדן איבער זיין פראדוקט, וואס דאס איז לכאורה די וויכטיגסטע זאך אנצוהייבן א סעיל.
האט ער געדינגען א מענטש פאר געלט וואס איז יעדן טאג געזעסן נעבן אים און זיך צוגעהערט וויאזוי ער מאכט די טעלעפאן קאללס, טראץ וואס דער געדינגענער שומר שכיר איז בכלל נישט געווען קיין סעילס מאן, האט ער אבער אויסגעהערט מיט אינטערעסע, און קאמפלימענטירט ווען מ'האט געענדיגט און איבערגעשמועסט די רעזולטאטן. דאס האט געהאלפן דעם איד שטייגן אין ביזנעס אסאך.
אויב אבער זענט איר פון די פארקערטע מענטשן איר ווערט איבערגענומען פון די שווערע אפי' שפאנענדע זאכן, וויבאלד איר שפירט אז דער מח ווערט אנגעשטרענגט און איר האט מורא פון דעם בהלה אין מח, אדער איר האט צופיל זאכן וואס דארפן געטון ווערן און ס'ווערט אזא סארט בלעקאוט אין מח, מ'קען זיך נישט זעהן אנהייבן פון דעם פחד פון דעם נפש מבהלה.
אסאך מאל זעהט דער מענטש אויס ווי ער שטייט ביי דעם אונטערשטן טיר פון זיין ווען צו עפענען ארויסצונעמען באקסעס, אבער ער האט מורא צו עפענען ווייל ער ווייסט אז עס איז צו שטארק אנגעפיהלט און ער האט מורא אלס וועט קומען צו פליען אויף איינמאל. . . אזוי זעהט דער מענטש אויס אמאל מיט זיין טאג, ער שטייט פארלוירן ער וויל נישט עפענען דעם טיהר, ער וויל נישט דער גאנצער טאג זאל קומען פליען אן פנים אריין.
דא איז די עצה פארקערט:
נעם צוביסלעך, די קלייניגקייטן, פארגעס פון די שווערע גרויסע תפקידים, ליידיג אפ דעם ליסטע מיט די קלייניגקייטן, און דערנאך וועט שוין די גרויסע זאכן זיין גרינגער.
די סיבה דערצו איז צווייפאכיג. איינס ווייל עס איז באמת נישט אזוי שווער ווען מ'טוט עס מיט קלארקייט און דער מח איז נישט אנגעלייגט מיט נאך הונדערטער קלייניגקייטן וואס דארפן ווערן געטון.
אבער אפי' מער פון דעם איז פאקט אז דאס טון אפי' קליינע זאכן מאכט דעם מח "פארנומען" און צוגעוואוינט צו ארבייטן און ווייניגער דערשראקן פון די גרעסערע תפקידים, אזוי איז דער מענטש באשאפן אז ווען דער מח איז שוין ביי דער ארבייט וועט ער נישט מורא האבן פון די גרעסערע און שווערערע ארבייט.
דערמאנט אייך ווען איר קומט אהיים פון א וואקאציע, אדער צוריק אין די ארבייט נאך א לאנגע יו"ט, און איר קוקט אן דעם גאנצן פארקער מיט א פארלוירנקייט. וואו הייבט מען אן? אבער נאכן טון קלייניגקייטן דא און דארט ווערט דאס פלאץ רואיגער און דער מח פארטראגט מער און מ'געוואוינט זיך צוריק אריין אין די טאג טעגליכע.
נאך א געדאנק פון זיך גרינגער מאכן איז עפעס פון וואס איך האב שוין אסאך גערעדט, און דאס איז די פאר מינוט צופרי איבערצוטראכטן דעם טאג, און עס מסדר זיין. איך וויל נישט יעצט אריינגיין טיעף אין די נושא, עס פארלאנגט אן עקסטערן ארטיקל, עס ווערט גערופן בכמה לשונות, ביי מיר האט עס דעם נאמען "עקזעקיוטיוו מאמענט" די צייט ווען איר נעמט אחריות אויפן טאג.
עס שפירט זיך כאילו איר זענט בעה"ב אויף אייך פאר 15 מינוט א טאג, און דערנאך זענט איר דער ארבייטער וואס טוט וואס דער 15 מינוט בעה"ב האט געהייסן.
אין די וועלט פון טעכנאלאגיע איז דא נאך פארשידענע נסיונות אין דעם ענין, און ס'וואלט זיך געשפירט מורא'דיג גוט צו פארלייקענען די פאקטן, אז פילע ווערן פשוט פארשוועמט אין די נייעס אדער אנדערע מינוט ביי מינוט אפדעיטס וואס מ'קען היינט באקומען אויף די וועלט, און מ'וויל פשוט נישט פארפאסן, און מ'זעהט זיך ארום אז מ'האט פארפאטשקעט א טאג.
יא, עס איז א שמועס פאר זיך דער חלק הרוחני, אבער מיר רעדן אפי' נישט פון זיין בעצם אויף אינטערנעט אדער אויף אומווערדיגע נייעס זייטן און ליינען, אפי' נאר צו זיין פארנומען מיט די זאכן וויבאלד מיר לעבן אין א וועלט וואס אלעס ווייסט מען א רגע נאכן פאסירן, און מענטשן האבן עפעס א רייץ צו זיין די ערשטע צו וויסן, און מ'קען פשוט נישט פארפאסן. די ארבייט לויפט נישט אוועק, אבער די נייעס ווערט "אלטעס".
פארשטייט זיך אז דאס פארלאנגט שטארקייט פון דעם מענטש זיך צו באגרעניצן, און וויסן אז "אלטע נייעס וואס איך האב נאך נישט געהערט איז ביי מיר "נייע נייעס" און איך האב גארנישט פארפאסט. ס'איז בכלל נישט קיין בושה צו אהיים קומען און נישט וויסן אלעס וואס האט פאסירט איבערן טאג, אדרבה עס ברענגט רעספעקט אז איר זענט באמת פארנומען מיט די וויכטיגע ענינים אין לעבן.
אבער אין טעכנעלאגיע איז דא די כלים וואס מיר נוצן יעדן טאג לעגיטים ווי אימעיל און קאלענדער וכדו'. איז וויכטיג צו וויסן אז אסאך מאל ווערט דער מענטש דערשראקן ווען ער זעהט אזויפיל אומגעליינטע אימעילס אדער טעסקס וואס קומען ארויף אלס דערמאנונג אז זיי דארפן געטון ווערן, וואס א גרויס חלק זענען בכלל נישט וויכטיג, און דער מח ווערט פארשוועמט אומזיסט.
מעק אויס די אומוויכטיגע, נעם דיך אפאר מינוט צו מאכן סדר, און דערנאך קומט מען צוריק און מ'טוט איינס נאך איינס וואס איז יא וויכטיג, אבער עס איז וויכטיג פאר דעם מענטש וואס דאס איז זיין פראבלעם, אויסצומעקן די אומוויכטיגע בעפאר מ'נעמט זיך צו די וויכטיגע, צוליב דעם וואס דער מח ווערט אומווילנדיג צודריקט פון די אומוויכטיגע לופטיגע אימעילס אדער טעסקס.
א גוט שבת.