מיר שטייען יעצט אין די הייליגע טעג און בשעת'ן שרייבן די ווערטער גרייטן מיר זיך צו די ימי החג שמחתינו, יארע תשפ"ו לפ"ק.
אויף א פערזענליך לאקאלע שטופע איז ווערד צו אפגעבן א שבח והודאה פארן אויבערשטן נאכן ברענגען פאר די חשוב'ע לייענער א פולע יאר פון ארטיקלען אין די ראמען פון די "קריסטאל" סעריע, אין וועלכן מיר שמועסן דורך טעמעס איבער אלס און אלעמען, און ווי די לייענער ווייסן שוין היינט צו טאג איז דאס געווידמעט פאר א לייכטן און דערפרישענדן ליינען ערפארונג וואס זאל גרינגערהייט מאכן דעם מח טראכטן אביסל אינדרויסן פון שאכטל ווי מ'רופט עס אין אמעריקע.
א עקסטערע דאנק פאר די חשוב'ע לייענער וועלכע שיקן זייערע קאמענטארן און ברענגען אריין א חיות אין דעם סעריע דורך קאמיוניקירן זייערע לויב רייד און קריטיק צוגלייך, וואס דאס מאכט גרינגער צו פארשטיין צו וועם מיר רעדן און וויאזוי צו גיין ווייטער בעזר השי"ת.
אין די טעג ווען מיר זענען מער פארנומען מיט מחשבה ווי סיי ווען אין דעם יאר, עס איז נישט דער רוטינליכער טאג, מ'דאוונט אנדערש, מ'האט א גאר אנדערן סדר היום ווי געוויינליך, און רוב אידישע קינדער לערנען מער און זענען עוסק אין רוחניות מער ווי אינעם גאנג פון דעם סתם ווינטער און זומער, איז כדי צו רעדן פון עטוואס איבער מחשבה, וואס קען אייך פאראינטערסירן, און האפנטליך אויך העלפן אויף א געוויסן פארנעם.
איינס פון די זאכן מיט וואס מיר זענען פארנומען אין די הייליגע טעג איז "החלטות", מ'מאכט באשלוסן איבער דעם לעבנסשטייגער, מ'נעמט זיך פאר גוטע קבלות, יעדער אויף זיין שטאפל, און דאס וועט אינטערסאנט זיין צו אנאליזירן אז פילע וועלן אין דער צייט אויך שוין איינוועגס מאכן גשמיות'דיגע החלטות וואס זענען בכלל נישט דערמאנט אין די מוסר ספרים, פשוט'ע החלטות וואס זיי שפירן אז זיי מוזן אמאל טון צו טוישן גאנג, און עס פאסירט נישט פון זיך אליינס, אבער ווען דער מח איז אנגעשטעלט אויף מעניועל קאנטראל, ווען מ'טראכט שוין סיי ווי איבער טוישן לאזט זיך דער מח אויך איבעררעדן איבער טוישונגען וואס זענען נישט דוקא אויפן סדר היום מצד דעם הייליגקייט פון די צייט.
לאמיר אביסל מסביר זיין:
האט איר שוין אמאל אריינגעקלערט צו איר זענט אין קאנטראל פון אייער מח, קאנטראלירט איר אייערע מיינונגען? אדער טוען אייערע מיינונגען אייך קאנטראלירן? און איך רעד בכלל נישט פון קאנטראלירן די מחשבות לגבי רוחניות, דאס וועל מיר לאזן פאר די רבנים און מגידים ביי די דרשות התעוררות. איך רעד נאר פון א פשוט'ן גשמיות'דיגן פערספעקטיוו, זענט איר גרייט זיך צו שטעלן אויף די בחינה צו איר זענט אין קאנטראל פון אייער מיינונג אדער פארקערט? עס קען זיין א אינטערסאנטע הבחנה וואס איר דארפט נישט קיינעם מיטטיילן אבער זיך באקענען מיטן אייגענעם מציאות אן קיין בזיונות און אפשר גאר נעמען עפעס שריט אין דעם דירעקציע פון יא נעמען קאנטראל.
לאמיר אביסל קלארער מאכן דעם אינטערסאנטן עקסערסייז בעפאר איר נעמט זיך דערצו.
אין די וועלט פון ביזנעס איז דא דער שטענדיגער געיעג פון ארויסקומען מיט נייע איניציאטיוון צו פארדינען געלט, און איינס פון די וועגן וויאזוי א קאמפאני וועט מאכן זיכער אז נאכן ארויסקומען מיט א נייעם געדאנק זאלן זיי קענען יארן לאנג מאכן געלט דערויף איז דורך באקומען דעם "פאטענט" וואס דאס גיבט זיי די אויסשליסליכע רעכט איבער דעם געדאנק פאר א געוויסע תקופה, וואס דאן קענען זיי פארדינען פון דעם אינוועסטמענט און קיינער קען זיי נישט נאכמאכן.
אבער עס זענען דא געוויסע גוטע געדאנקען וואס קוואליפיצירן נישט צו ווערן א לעגאלע אייגנטום פאטענט פארן ערפינדער, און מיר וועלן נישט אריינגיין אין די נושא, עס איז נישט קיין קורצער שמועס, אבער פארט וועלן קאמפאני'ס נעמען די ריזיקע און אפי' אנעדעם וואס זיי זאלן האבן די לעגאלע רעכטן איבערן פאטענט וועלן זיי ארויסקומען מיטן נייעם חידוש, און נישט מורא האבן אז מ'וועט זיי גלייך נאכמאכן און זיי וועלן פארלירן זייער ריזיגע אינוועסטמענטס.
וויאזוי קען דאס זיין? און וואס מאכט זיי אזוי באקוועם דאס צו טון? עס ווערט אנגערופן "ערשטע אויפן מארקעט". דאס הייסט אז אויב קום איך ארויס מיט א נייעם געדאנק דער ערשטער צום מארקעט, און איך מאך גענוג א גוטן ברענדינג און מארקעטינג אז מענטשן זאלן אלס טראכטן פון מיין קאמפאני נאמען ווען מ'טראכט פון דעם נייעם פראדוקט, וועט מיין קאמפאני קענען מצליח זיין אפי' אויב אנדערע קומען אריין פאר ביליגער אין די זעלבע מארקעט, וויבאלד דער מח ווערט צוגעוואוינט זיך צו באציען צו דעם פראדוקט מיט מיין נאמען און דארט וועט מען עס ערשט זוכן בעפאר מ'גייט ערגעץ אנדערש.
וואס איז פשט אין דעם? ווייל די מוחות פון דעם קאנסומער ווערן נישט קאנטראלירט דורך לאגיק, אדער אפי' דורך ביליגערע פרייזן, עס ווערט קאנטראלירט פון דעם מענטשנס אייגענעם מח וואס פירט דעם מענטש צו וועלן טראכטן דאס וואס ער האט געטראכט ערשט.
קאמפליצירט? נישט עכט. לאמיר קלארער מאכן.
נניח אז איר טראכט פון א נושא די ערשטע מאל, איר האט נאך קיינמאל נישט געהערט פון דעם בכלל, עס איז אייך א חידוש, איר לייענט אן ארטיקל איבער א שבט מענטשן וואס וואוינען מעבר לים, און אינעם ארטיקל ווערט געשריבן אסאך פון זייערע אינטערסאנטע מנהגים, דער שרייבער ברענגט ארויס געוויסע אומרעכטן וואס ווערן פראקטיצירט דורך דעם שבט, און דער ארטיקל וועט אומשולידגערהייט נאר שילדערן די "פאקטן" וואס דארט טוט זיך אלס אפ.
אין אייער מח איז דער נושא געשריבן ווי אויף א "נייר חדש" נישט קיין נייר מחוק, איר הערט דאס די ערשטע מאל, און איר האט נישט קיין קרובים אויף יענעם פארשטופטן אינזל, איר האט נישט קיין אינטערעסן אין די געגנט דארט, איר הערט דאס אומשולדיג אלס א נייעסל וואס זעהט אויס אינטערסאנט.
אויב וועט איר דערנאך כאפן א שמועס מיט איינעם וואס האט פונקט געליינט איבער דעם שבט אויף א פארקערטן מהלך, איינער וואס האט געליינט אלע פאקטן איבער דעם שבט פון א שרייבער וואס טרעפט דערין יא דעם גוטן חלק, און ברענגט ארויס דאס חשיבות פון דעם שבט, וועט זיך בדרך הטבע פארמירן א אומפארמיידליכע דעבאטע וואו איר וועט זיך טרעפן פארטרעטן דעם מיינונג פון דעם ארטיקל וועלכן איר האט ערשט געליינט, (פארשטייט זיך אז נאר באופן אז עס אינטערסירט אייך בכלל צו רעדן פון די נושא, אבער מיר נוצן דאס נאר אלס א משל) און ווי אינטערסאנט ס'זאל זיך נישט הערן וועט איר ביי די ענדע פון די שמועס מיט אייער ידיד נישט נאר האלטן אזוי ווי איר האט געהאלטן בעפאר דעם שמועס, נאר איר וועט נאך זיין פול שטערקער ביי די מיינונג.
דער "דעבאטע" טוט פארמירן א שטארקן בסיס געבנדיג אייך די געלעגנהייט אליינס אויך זיך אויסצוקלארן פארוואס איר האלט וואס איר האלט, אין דעם שמועס ווערט אייך אליינס קלארער אייער מיינונג, ווייל ביז יעצט האט איר נישט געהאט בכלל קיין סיבה צו טראכטן טיעף אדער צו פארטיידיגן אייער מיינונג, אבער מיטן שטיין אין א דיאלאג אין די נושא האט איר געמוזט נוצן חלקים אין מח וואס פארענטפערן איינס דעם צווייטן צו שטערקער מאכן אייער מיינונג.
דער טבע פן דעם מח איז אז ער היט אפ זיין מיינונג ווי ווייט ער קען פאר ווי לאנג ער קען, און וועט עס נישט ברעכן נאר ווען ער האט שוין נישט קיין ברירה. און דאס מאכט דעם "ערשט צו מארקעט" אלס א וואלידע און אנגענומענע טאקטיק צו מאכן חסידים צום פראדוקט און צו אייער קאמפאני.
די זעלבע זאך וועט זיין אין יעדן הינזיכט פון לעבן. איר וועט הערן עפעס אומשולדיג, פארמירן א שטעלונג אומווילדיג, אבער עס וועט שטערקער ווערן ווען עס ווערט א דעבאטע אדער אפי' א שמועס, עס מוז נישט זיין אין הויכע טענער, פשוט עס גיבט אייך די געלעגנהייט ארויסצוזאגן דאס וואס איר האט אומשולדיגערהייט געטראכט, און אייער מח וועט אייך גראד שטעלן אויף די זייט פון טיש וואס זאגט דאס וואס איר האט ערשט געטראכט.
אויב זענט איר א בר מזל און אייער ערשטע באגעגעניש מיט א "מיינונג" איז פון א טרויבארע פלאץ, וועט איר בעז"ה גאנץ זיכער זיך האלטן צום אמת בדרך כלל, און אויב ח"ו פארקערט, און איר לייענט אדער הערט עפעס ערשט פון א אומפארלעסליכן מקור, וועט איר האבן גרויסע ארבייט זיך צו פארקירווען צוריק צום אמת.
ווען איז דאס נוגע אין לעבן? און וויאזוי קען דער מענטש וויסן צו ער זאגט נאר וואס ער זאגט ווייל דאס האט ער ערשט געהערט, אדער ער איז האפנטליך יא ביי דעם מיינונג ווייל ער קאנטראלירט זיין מחשבה צו וויסן דעם אמת אן קיין נגיעות?
בעפאר מיר גייען ווייטער וויל איך קלארשטעלן אז דער גאנצער שמועס איז נישט נוגע צו רוחניות, צו תורה ומסורה וואס איז בכלל נישט קיין ענין וואס מיר דארפן אדער מעגן קאנטראלירן, נאר טאקע ווערן קאנטראלירט דורך די תורת אבותינו ורבותינו מיט א תמימות און אמונה פשוטה, וואס דאס איז טאקע דער ציהל אז מיר זאלן נישט נוצן קיין אייגען געמאכטע סברות אדער אפי' א דמיון צו פארשטיין מיט א גשמיות'דיגן דעת בעה"ב די דברי אלקים חיים, מיר רעדן פון פשוט'ע מיינונגען אין טאג טעגליכן לעבן.
וויאזוי קען דער מענטש זיך מעסטן? עס וועט אייך זיין אינטערסאנטע "מח איבונגען" אדרבה פרובירט עס אויס.
נעמט א געוויסע מיינונג פארשידענהייט וואס איר האט אין א נושא אין וועלכן איר האט א אינטערעסע (וואס געוויינליך וועט איר זעהן אז די "אינטערעסע" איז נאר געווארן גרעסער ווייל איר האט אין אייער אינערליכן קרייז אזוינע וואס האלטן פארקערט, און דאס טרייבט אייך מער צו זיין פאראינטערסירט צו שטיצן אייער ערשט געשאפענעם מיינונג) און שטילערהייט ווען קיינער זעהט נישט נעמט אייך טראכטן פארקערט.
יא, אזוי ווי איר לייענט דא, נעמט אייער קעגנער'ס מיינונג, און טראכטס דערפון כאילו דאס וואלט געווען אייער אייגענע מיינונג טאקע, דאס הייסט אין מח זאלט איר פארענטפערן זיין מיינונג כאילו איר זענט אויף יענע זייט פון די דעבאטע, איר זענט גאר דער וואס ענטפערט קעגן אייער אייגענעם מיינונג.
איר וועט זעהן אז עס איז צומאל זייער שווער אפי' איין מינוט צו טראכטן פארקערט, עס קען דאך נישט זיין, איר זענט דאך הונדערט פראצענט גערעכט, און דער געגנער איז הונדערט פראצענט נישט גערעכט, אבער פאר א "עקסערסייז" קאסט דאך נישט קיין געלט צו פרובירן.
פרעגט אייך די קשיות וואס איר וואלט געפרעגט אדער געטענה'ט צום צד שכנגד, און דאן נעמט אן דעם שטאנד און מיינונג פון דעם צד שכנגד און פארענטפערט עס. פרובירט עס אויס!
איר וועט זעהן א אינטערסאנטע מציאות, איר וועט טרעפן זאכן מיט וועלכע איר זענט זייער זיכער געווען אלעמאל, אז עס איז נישט אזוי זיכער, און אפי' אויב עס איז אמת, איז עס נישט אזוי הונדערט פראצענט און דארף אפשר מער מחשבה, אין בעסטן פאל.
איר וועט זעהן אז צומאל זענען אייערע הונדערט פראצענטיגע שרייעדיגע טענות ומענות גאר זינלאז און אין בעסטן פאל נישט כדי פאר אזוינע הויכע טענער, און יענער קען זיין אויב נישט אינגאנצן גערעכט, אפשר האלבוועגס אדער עפעס א חלק גערעכט, עס איז שוין נישט אזוי פשוט און זיכער אז יענער איז פשוט א נער פארן נישט פארשטיין אייער מיינונג.
נאכדעם וועט איר קענען צוריק קומען צו אייער מיינונג און וויסן אז "איר האט קאנטראלירט אביסל" אייער מיינונג, און דאס וואס איר האלט אין דעם נושא, איז עכ"פ אין אייער מענטשליכע מחשבה אויסגעארבייט געווארן מיט אביסל ווייניגער דרויסנדיגע קאנטראל.
טראץ וואס דאס מיינט נישט אז איר זענט גערעכט נאכן טון דעם עקסערסייז, וועט דאס אייך געבן א שטיקל בליק און אביסל פארשטענדעניש מיט איינעם וואס האלט פארקערט, און דאס איז אייביג געזונט צו פארשטיין, עס ברענגט מער שלום ושלוה און א בעסערן דורכקום מיט גוטע פריינט.
מ'זאגט אז זייער אסאך מחלוקת און מיספארשטענדענישן קומען צום ליכט אין אזוינע טעג ווען מ'פארברענגט מער מיט נאנטע און מ'קומט צו געוויסע מיינונגס פארשידענהייטן, און עס קען איבערדרייען א פרידליכן יום טוב שמועס צו א צארנדיגע דעבאטע, איז אין אזא צייט גוט צו נעמען די פאר מינוט און פראקטיצירן דעם "מח עקסערסייז" איר וועט הנאה האבן, און אייערע ארומיגע וועלן זיכער הנאה האבן.
האט א שמחת יו"ט.