שלום עליכם טייערע לייענער, מיר קומען ארויס פון די הייליגע טעג פון עבודה אין ביהמ"ד און מיר שפאנען צו די הייליגע טעג ביי די עבודה אין די ארבייט און אנדערע וואכעדיגע יעדנטאג געשעפטן, וואס ווי די חסידיש'ע ספרים ברענגען איז ביי א חסידי'שן איד פונקט אזוי הייליג אויב ווייסט מען וויאזוי אויסצונוצן די צייט ריכטיג.
לאמיר גראד צוגיין צו די נושא פונעם ארטיקל. "רעכטס", אדער אין בעסערע טערמינען "רעכטן".
עס וועט קיינער נישט לייקענען אז מיר לעבן אין א בעסערע וועלט בגשמיות, וואס בדרך הטבע וואלט געדארפט צו ברענגען רואיגקייט שלום ושלוה, און אסאך תענוג, אבער אין די זעלבע צייט שטעלט זיך ארויס אויב זאלן מיר פרעגן איינעם אינדרויסן פון די אטמאספערע פון די וועלט די פאלגענדע קשי':
ווען מיר נוצן דעם טערמין "ביזי" און אנגעשטרענגט, אדער אפי' סתם דערשלאגן. וועלכע דור קוואליפיצירט פאר דעם טיטל? דער מיטל אלטער? אדער דער דורו של משיח פון די היינטיגע צייטן?
וועט יעדער ענטפערן אז דער היינטיגער דור קוואליפיצירט מיט רעכט פארן טיטל פון די מערסטע אנגעצויגן און אנגעשטרענגט, און ברוגז וכדו'.
אלזא וויאזוי איז דאס דער מציאות? און וואס האבן מיר פון וויסן דעם תירוץ דערצו?
לאמיר קודם אביסל קלארער שטעלן די וואונדערליכע תמי'. אין אמאליגע צייטן ווען וואשן וועש האט גענומען א טאג, און שיקן א בריוו האט גענומען א האלב יאר, פארן פון א דערפל צום שטאט האט גענומען א טאג און א נאכט.
ווען דער גרעסטער עושר איז געפארן מיט א גאלדענעם וואגן אויף אומאויסגעפלאסטערטע וועגן צעשאקלט און צעטרייסלט.
ווען די נאכט שעה'ן האבן נישט ערלויבט צו פונקציאנירן אין די פינסטער, און מ'האט בעל כרחך געמוזט אראפשטעלן אלע וויכטיגע זאכן און ווארטן אויפן מארגן.
ווען מ'האט געלעבט אסאך ווייניגער.
קעגן א דור וואס די וועש ווערן געוואשן מיט א דרוק פון א קנעפל (היינט דאס שוין אויך נישט) ווען שיקן בריוו איז דרוקן סענד אויפן אימעיל, ווען מ'קען פארן אויף צענדליגער מייל א שעה, ווען דער ארימאן קען דרייוון א באקוועמע אפשר א ביליגע קאר אויף שיינע אויסגעפלאסטערטע וועגן ווען מ'קען ארבייטן און פארברענגען און בכלל נישט ווערן אפעקטירט פון זון אונטערגאנג. ווען דער לעבנס לענג האלט ביי א רעקארד הויך ב"ה.
וואלט דען נישט געדארפט דער היינטיגער דור זיין רואיגער, פרייליכער, געלאסענער, ווייניגער ברוגז, און האבן מער צייט?
ביזדערווייל שטעלט זיך ארויס דאס פארקערטע.
אודאי האט דער אויבנדערמאנטער מציאות שוין אסאך תירוצים אין וועלכע מיר קענען נישט אין די ראמען פון איין ארטיקל אריינגיין, אבער לאמיר רעדן פון די מציאות אז דער אמאליגער מענטש האט געהאט אסאך רעכטן פאר קריגערייען (אויב איז עס אמאל בארעכטיגט) מער ווי דער היינטיגער באקוועמער איד. ווי נישט ווי איז ער באמת געווען פארפלאגט און פאריאגט אויף א וועג וואס מיר קענען נישט אפי' משיג זיין, און ווען ס'האט זיך געמאכט א פלוגתא האט עס געקענט זיין אויף הויכע טענער.
ווען א איד האט פארלוירן געלט אדער ווערדפולע חפצים האט ער אין א געוויסן זין פארלוירן בלוט, ער האט פאר דעם אוועק געגעבן פילע שעה'ן און טעג מער ווי דער היינטיגער געוויינליכער ארבייטער וואס טרונקט א קאווע אין אפיס און אפי' אויב איז ער פארנומען איז ער נישט בכלל נאנט צו די אמאליגע חמרי'שע ארבייט וואס עס האט גענומען צו ברענגען א טולער אין שטוב.
דאך זעהן מיר אז ס'איז פארקערט.
דא קומט אריין דער נייער אמעריקאנעזירטער טערמין פון "רעכטן" וואס דארף אפיציעל לויפן סינאנים מיט דעמאקראטיע און פרייהייט, אבער איז גאר אומריכטיג גענוצט, און קען גאר זיין א גוטער געדאנק צו האבן א רואיגערן לעבן.
דער יצר הרע האט אריינגעברענגט אזא סארט טערמין פון "רעכטן" וואס מענטשן זענען זיך מוסר נפש דערויף מיטן גאנצן אייפער, א מענטש וועט גיין ארויס פון זיין נארמאלן וועג צו פארטיידיגן זיינע אזוי גערופענע רעכטן.
וויפיל שלום בית פראבלעמען, און שותפות פראבלעמען, זענען נאר ווייל מיינע רעכטן זענען געווארן באקריוודעט, אן קיין שום ממשות'דיגע שאדנס באמת.
פארשטייט זיך אז ביים גוי איז עס א פולקאמע "גלויבן" און ממש מ'קען זעהן אז עס קומען פאר רציחות און כעסי'גע געשלעגן אלעס איבער אפאר פארדארבענע רעכטן וואס מ'רעדט זיך איין אז מ'פארמאגט, אבער ביי אונז אידן איז אומווילדיג אויך אריינגעכאפט דער מאדנער און פאלשער דערהער.
מענטשן ווערן געפערליך בייז און איבערגענומען ווען זיי מיינען אדער זענען חושד אז זיי ווערן באקריוודעט איבער רעכטן.
אמאל איז מען אויך געווארן ברוגז, מ'האט אויך געהאט נסיונות פון מעביר זיין על מדותיו, אבער מ'האט גערעדט פון אן ערנסטן נסיון. לאמיר זאגן אז איינער האט מיך באגנב'ט מיט מיין אויסגעהארעוועטן דאללער, די נסיון פון נאכגעבן און נישט אריינגיין אין קיין כעס, איז נישט נאר געווען א אידישער פליכט, אבער אויך א גאר שווערע אויפגאבע.
היינט ווען מ'רעדט פון מעביר זיין על מדותיו איבער א רעכטן קאנפליקט, יא עס איז א נסיון ווייל ליידער דאס איז דער מציאות, אבער צו איז עס בארעכטיגט? און צו קענען מיר אין א קאלטע רואיגע מינוט זיך אליינס פארענטפערן וואס האט מיר געברענגט צו בייז בלוט ווען איך האב באמת גארנישט פארלוירן, נאר א דמיון פון רעכטן?
אזוינע קלייניגקייטן ווי א זיץ אין ביהמ"ד אדער א פארקינג פלאץ אין דעם פארקינג לאט, א אריינכאפן ביים דרייוון וכדו', זאכן וואס אין דער אלטער היים וואלט ניטאמאל געווען עפעס פון וואס מ'וואלט געדענקט צו רעדן שיכור'ערהייט, קען ווערן א גאנצער באלאגאן און א מחלוקה אויף דורות.
אודאי וועט דער אינערליכער באקוועמער געפיהל געבן אלע רעכטן פארן מענטש נישט צו לאזן זיך באקריוודען, אמער איך בין דאך אויך א מענטש, ווער זאגט אז אים קומט זיך מער ווי פאר מיר, און פארוואס דארף איך זיך אלס בייגן? פארוואס מוז איך נאכגעבן אלס? בין איך א שוואכלינג? וכדו'.
אבער דאס איז אלס מעשי שטן, און מאכט אן אזוי אויך אנגעשטרענגטע לעבן פיל מער אנגעשטרענגט.
ווען מ'נוצט אביסל שכל, און מ'רעדט שוין נישט פון עכטע בעלי מדות וואס אפי' ווען עס קומט צו ערנסטע שאדנס וועלן זיי פארמיידן א מחלוקה פאר יעדן פרייז, מיר רעדן ווען די קאסטן און די שאדן זענען גארנישט אדער גאר מינימאל, איז דען נישט ווערד די רואיגקייט צו פארקוקן אויף "רעכטן" אויף בלויזע רעכטן אן קיין שום מאטריאלע שאדנס, און בלייבן גוטע פריינט?
דער מענטש האט אין זיך א דיקשאנערי פילע תירוצים פארוואס ער פירט זיך אויף צומאל אומריכטיג, און ער קען בלייבן גערעכט אויך, ווייל קיינער וועט אים נישט אפפרעגן אין די היינטיגע דיפלאמאטישע וועלט וואס מיר לעבן. מ'וועט אפשר גיין אין א ווינקל און זיך אונטערשמייכלען איבער דעם אומזיסטיגן אומבארעכטיגטן אויפברויז וואס דער מענטש ווייזט ארויס אויף גארנישט.
און די אינטערסאנטע זאך איז אז דער זעלבער מענטש ווען ער זעהט א צווייטן ארויסגיין פון די כלים איבער די מינדערוויכטיגע רעכטן וועט ער אויך פארשטיין ווי אבסורד עס איז, און ווי קינדיש און אומערצויגן עס זעהט אויס, אבער וואס זאל מען טון אז אין קאפ האט ער א טוץ מיט תירוצים פארוואס דא אין דעם פאל איז עס יא א ריכטיגע סיבה צו רעאגירן אזוי.
עס איז וויכטיג צו געדענקען אז מח שליט על הלב מוז נישט זיין אזוי שווער, סך הכל קען מען מיט א קליינע מחשבה'לע בארואיגן דאס הערצעלע, ווען מ'ווערט אויפגעברויזט איבער א געוויסע "אומרעכט", צו טראכטן ווי אן ערוואקסענער מענטש: וואס דערלייג איך דא באמת? ווען עס וואלט נישט געווען קיין צווייטער מענטש וועלכער מכלומרש'ט נעמט מיר אוועק די רעכט, נאר איך וואלט עס פשוט נישט געהאט פאר נאטורליכע סיבות, וואלט איך געווען ברוגז? וואלט איך מיך פארגעווארפן?
פארוואס דאן זאל איך פארווארפן א צווייטן וואס האט מכלומרש'ט מיר אוועק גענומען א "רעכט".
די לינקע גויים זענען פיל מיט רעכטן, זיי לעבן מיט רעכטן טראץ וואס זייער גאנצע לעבן איז לינק. מיר אידישע קינדער זענען "רעכטע" מיר זענען אויפן זייט פון ימין ד' עושה חיל, און מיר האבן נישט קיין אזוי גערופענע רעכטן, מיר האבן נאר א דרך הישרה וואס מיר זענען באאויפטראגט צו נאכגיין, און וואס מיר דאנקען דעם אויבערשטן אז מיר קענען אין א דערהויבענעם וועג שטייגן.
ווען איר קריגט אייך פאר אייערע רעכטן, געדענקט אז איר זענט לינקס. נאר פון די לינקע זייט קען מען זעהן די רעכטע. מיר אידן שטייען רעכטס, און מיר קריגן זיך נישט אויף רעכטן.
א גוט שבת.