יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ קריסטאל
ארטיקלען

פרשת וירא תשפ"ו

קריסטאל · "היימשטאט" · שנת תשפ"ו

שלום וברכה טייערע לייענער, די וואך וועל מיר שמועסן פון א טעמע וואס איז שוין היבש אויסגעדראשן אבער איז צוריק געקומען אויפן אויבערפלאך ביי מיר צוליב דעם זעלבן סיבה פארוואס איך שרייב פון אנדערע נושאים, דהיינו, צופיל מענטשן האבן גערעדט צו מיר דערוועגן, און איך שפיר אז אויב אויף א גאר קליינעם פארנעם ביי מיר אליינס איז דער ענין אזויפיהל אויפגעברענגט, איז זיכער אז עפעס ווייזט עס אויפן ציבור, און דער נושא פארנעמט זיכער א פלאץ ביי יעדן אין די צייטן.

דער נושא פון "בודזשעטינג" איז ממש א שם הכולל, וואס מענטשן נוצן עס היינט צו טאג זייער אומריכטיג, עס איז געווארן א לעצטע נאמען פאר פילע פראבלעמען, און דאס פירט אויך אז מענטשן זאלן זיך פאפן און נישט ריכטיג ארומנעמען זייער פראבלעם וואס זיי דארפן זיך דערמיט ספראווען.

בודזשעט, פאר א משפחה איז א גאר וויכטיגע זאך, אבער נישט אזוי שווער און קאמפליצירט ווי מאנכע מאכן עס, עס איז זייער א פשוט'ע מעטאמאטישע חשבון פון וואס זענען די הכנסות פאר די שטוב, און וואס זענען די הוצאות, און וויפיל בלייבט איבער, אדער אין אסאך פעלער, וויפיל פעלט זיך אויס מער.

צו די אידן וועלכע האבן ב"ה גענוג, און קענען נאך אפשר אוועק לייגן געלט פאר א שפעטערע צייט, איז זייער וויכטיג צו האבן א גאר קלארן בודזשעט, און קענען זיך אפגעבן מיט דעם וועלטס פראבלעם פון "קעש פלוס" וואס מיר וועלן שפעטער רעדן דערוועגן.

פאר די וואס האבן נישט גענוג, איז קריטיש וויכטיג צו וויסן "וויפיל" דאס איז וואס ס'פעלט, כדי זיי זאלן קענען טון די פעולות דערוועגן.

האט מיר א אינגערמאן געזאגט, און איר האט דאס שוין זיכער געהערט אין לעבן, אויב האב איך סיי וואו נישט גענוג, וואס א חילוק וויפיל? און וואס א חילוק צו איך ווייס אדער נישט?

לאמיר רעדן פון דעם, און מסביר זיין פארוואס עס מאכט אויס, און וויאזוי עס קען העלפן דעם מענטש אין אזא מצב.

ווען א מענטש האט נישט קיין געלט און אלס ווען עס פעלט געלט צו צאלן וויכטיגע ביללס ווערט מען אנגעצויגן און מ'שאפט געלט דורך בארגן אדער ווער ווייסט וואס פארא מהלכים, דאס איז א רעצעפט פאר א אנגעצויגענעם לעבן און א צעשטערטן שלום בית.

אויב דער מענטש ווייסט די פונקטליכע נומער וויפיל עס פעלט אים צום חודש, קען ער טון פעולות, אין די קאלטע מינוט, נישט ווען ס'איז שוין אנגעצויגן, ער האט מער צייט זיך צו באפאסן מיטן פראבלעם.

קיינער מאכט נישט אוועק דעם פראבלעם, און זיכער וואונטשט מען אז אלע אידן זאלן האבן שפע רב און נישט דארפן זיך ספראווענען מיט קיין שום שוועריגקייטן, אבער שטעלט אייך פאר ווען א מענטש ווייסט אז ער האט א הוצאה קומענדיגן חודש, און ער האט נישט די געלט, קעגן דעם פרובריט אייך צו פארשטעלן וויאזוי עס זעהט אויס דער מענטש וואס באקומט א טעלעפאן קאלל פון די יוטיליטי קאמפעני אז דער פראבלעם איז "היינט" אדער שפעטנס מארגן, און ער האט נישט קיין צייט געהעריג זיך אפצוגעבן דערמיט. ווער שטייט בעסער?

נאך א פלאץ וואו עס שלאגט שטארק אויס דער חילוק צווישן די וואס ווייסן יא און ווייסן נישט.

אפי' ווען א מענטש האט נישט גענוג, אויב ווייסט ער פונקטליך וויפיל עס איז דער דיפערענץ, קען ער בדרך הטבע מער מאנאווירן, ווי למשל באצאלן געוויסע ביללס די חודש, און געוויסע אפלייגן, אויב ווערט עס באלאנסירט געהעריג דארף עס נישט זיין עפעס וואס זאל האבן א שטארקן אפעקט אויף אים.

פארשטייט זיך אז דאס קיז קיינמאל נישט קיין לכתחילה, אבער בדיעבד קען ער שטופן אסאך לענגער אסאך רואיגער, וויסנדיג מיט וואס ער ספראוועט זיך.

דערנאך קומט דער מענטש וואס דארף שוין יא אנקומען צו אנדערע, בל שום וחניכא, סיי אין גוטע פעלער ווען מ'רעדט פון בעטן א רעיז פון בעל הבית וייל מ'קומט זיך נישט אויס, אדער אפי' ווען מ'דארף בארגן פון אנדערע, אדער ח"ו סתם אנקומען צו אנדערע.

אין יעדן פאל ווערט דער שמועס דער בקשה אנדערש אנגענומען ווען דער מענטש האט א פונקטליכן סכום וואס פעלט, ווי איידער זאגן: איך האב נישט איך קען נישט איך ווייס נישט.

למשל ווען איינער זאל בעטן זיין בעה"ב א רעיז, און זאגן ס'פעלט מיר כך וכך צום חודש, וועט דער בעה"ב דאס ערנסטער אננעמען ווי ווען איינער בעט און ווייסט נישט וואס אדער וויפיל ס'פעלט אים נאך אויס, וואס דעמאלס זעהט עס ענדערש אויס ווי ער בעט ווייל פארוואס נישט.

ווען איינער וויל בארגן געלט און זאגט א סכום וויפיל עס פעלט אים צום חודש, איז אויך אנדערש ווי ווען ער ווייסט נישט.

לאמיר אבער צוקומען צום עיקר פון דעם היינטיגן ארטיקל וואס איך שפיר איז ביי געוויסע מענטשן מחוסר הבנה, און איך האב מיך באגעגנט דערמיט לעצטנס גאר אסאך.

יעדער פארשטייט אז אוועקלייגן געלט פארן עתיד איז וויכטיג, און אפשר גאר א חוב, א מענטש האט געוויסע התחייבות'ער אויף וואס ער איז אחריות, און אויב מ'ווייסט אז מ'וועט נישט קענען צאלן א חתונה פון די יערליכע געוויינליכע אינקאם, איז אחריות'דיג אוועקצולייגן געלט דערפאר.

און אודאי איז צום באגריסן און איך קען זאגן פון פריוואטע עקספיריענס זייענדיג אין דעם פעלד, אז א שיינער ציבור טוט טאקע אזוי, און די אידן מאכן חתונה די קינדער מיט מער רואיגקייט, און צו מאל אויך מיט פולקאמע פינאנציעלע רואיגקייט.

אבער ווען מ'רעדט פון די נושא טראץ ס'איז נישטא קיין סאך צדדים נישט אוועק צו לייגן געלט, זענען דא אזוינע וואס וואלטן געקענט אוועק לייגן, אבער טוען עס נישט, און איינע פון די סיבות איז ווייל דער מענטש קוקט אן דאס אוועקלייגן געלט ווי א טירחא יתירה וואס וועט אים סיי ווי נישט העלפן צו שטארק, וויפיל קינדער וועט ער שוין קענען חתונה מאכן דורך אוועקלייגן אפאר הונדערט דאללער א חודש? ער וועט זיך סיי ווי דארפן פלאגן, אלזא וואס פעלט אים אויס די גאנצע טירחא?

דא איז וויכטיג מסביר צו זיין די נקודה פון "געלט פלוס" אדער ווי סווערט גערופן "קעש פלאו".

אודאי וויל יעדער זיין רייך, און זיך נישט דארפן רעכענען צופיל מיט וויפיל מ'האט, און טון וואס מ'וויל, פולקאמע רואיגקייט, אבער ווייניג האבן טאקע אזויפיל געלט נישט צו דארפן צוליייגן קאפ דערצו.

רוב ציבור אפי' ווען מ'פארדינט שיין, מוז מען מאנאווירן אז מ'זאל קענען דורכשווימען די חתונה מאכן קינדער תקופה.

אבער צו טראכטן אז די איינציגע וועג איז דורך אוועקלייגן פולע חתונה פלענער, און די גאנצע געלט זאל זיין גרייט פון פאראויס פאר אלע קינדער, דאס טוט אוועקנעמען דעם רצון פון מענטשן אפי' אנצוהייבן ווייל דאס איז א שווערע אדער אוממעגליכע זאך צו טון אין רוב פעלער.

ווייל אוועקלייגן געלט פאר חתונה מאכן מוז מען אין א קאנסערוואטיווע און גאראנטירטע אקאונט ווי א באנק אדער אינשורענס קאמפעני, ווייל דאס איז געלט מיט וואס מ'וויל נישט און מ'טאר נישט שפילן, קען מען דאך אויף דעם נישט רעכענען צו פארדינען ריזיגע געלטער נאר וויפיל עס איז די מאקסימום דורך נישט פארלירן געלט און נישט נעמען ריזיקע.

נאר וואס דען?

דער ציהל איז צו מאכן א בינטל פון געלט וואס דינט פאר קעש פלאו, דאס הייסט אז די געלט איז מיין באנק אקאונט וואס איך קאנטראליר, לאמיר זאגן איך האב אין דעם אקאונט אוועקגעלייגט 100 אלפים, און עס איז געוואקסן דערויף פרישע 50 אלפים גאראנטירט, און איך ווייס פנוקטליך א צייט ווען איך וועל האבן אי"ה דאס געלט. צוזאמען האב איך 150 אלפים אוועקגעלייגט.

יעצט ווען ס'קומט צום חתונה מאכן וועל איך "שפילן" מיט מיין געלט, איך וועל נוצן דערפון וויפיל איך דארף און איך וועל צוריק לייגן וויפיל איך קען צו האבן פאר די קומענדיגע קינדער.

די געדאנק איז נישט אז דער בינטל געלט גייט צאלן פאר די חתונה הוצאות, נאר ס'וועט העלפן צאלן,

והראי' ווען דער מענטש האט נישט אוועק געלייגט געלט נאר קומט אן צו די חתונה מיט ליידיגע הענט און דארף דעמאלס בארגן געלט מימין ומשמאל און צומאל אויך באצאלן אינטערעסט אויפן געלט אויף די הלואות, טוט ער דאך די זעלבע זאך.

נאר אנשטאט עס צו טון ווי א חכם הרואה את הנולד, צוריק צאלן די געלט פאר זיך אליינס, און איינוועגס נאך מאכן געלט דערויף, צאלט ער צוריק פאר גמ"ח'ן און פאר בענק, און דערלייגט די פראצענטן דערויף.

דאס ווייזט אז ווען דער מענטש באקומט א געלעגנהייט צו ארום שפילן מיט די געלט אין א לענגערע תקופה מוז ער נישט האבן אלעס נאר גענוג צו קענען האבן אלס א רוקן האלטער ווען מ'דארף.

איך האב שוין גערעדט צו אסאך אידן פון אלע גאטונגען, ארים און רייך, און אויך גאר רייך. איינס פון די וויכטיגסטע זאכן וואס אלע פרובירן צו האבן, איז "קעש פלאו" וואס העלפט דעם מענטש צו קענען דורכשטופן ווען ס'ווערט ענג.

דאס איז פארשטייט זיך א לענגערע שמועס וואס מיר קענען רעדן ווען ס'וועט זיין צייט, און אויב ס'וועט זיין א פארלאנג, אבער אזויפיל דארף איך ארויס ברענגען אז "קעש פלאו" איז די נקודה, נישט די ציהל וואס זעהט אויס אוממעגליך אויסצוצאלן אלע חתונות פון פאראויס, וואס דאס איז אודאי נישט קיין רעאליסטישע ציהל ביי רוב ציבור.

הצלחה רבה