דער מלמד אינדערהיים פלעגט אוועקגיין פון זיין משפחה און פארן צו די מרחקים, איינשטיין ביי גוטע אידן, און לערנען מיט זייערע קינדערלעך, און אזוי איז מחונך געווארן דער דור, לטב ולמוטב, געווען אמאל א מלמד גאר א גרויסער ירא שמים וואס האט משפיע געווען אויף זיינע תלמידים אויפן עתיד, און אויך געווען זענען אזוינע וואס האבן געטון דעם ארבייט טאקע בשלימות, אבער געווען א קורץ טערמיניגער חינוך, געהאלטן די קינדער אין די ראמען, און נישט געמאכט קיין בושות פאר די עלטערן.
לאמיר נישט רעדן פון די צייטן ווען ליידער צווישן די מלמדים אין די שטעט און דערפלעך האבן זיך אריינגעכאפט אזוינע מיט אגענדעס צו פארשפרייטן השכלה רח"ל, און ליידער אפגעפירט דעם יוגנט פון אידישן וועג, וואס דאס וועלן מיר שוין לאזן פאר די היסטאריקער צו פארציילן און אויסשמועסן.
אין קורצן, דער וויכטיגסטער פאזיציע צו מחנך זיין די דורות איז געווען אזוינער וועלכער האט ליידער נישט געקענט אנגעפילט ווערן פאר הונדערט פראצענט פון די תשב"ר, און האט געהאט א ווייטן אפרוף אויף דורי דורות.
ברוב רחמיו וחסדיו פון דעם בורא עולם, לעבן מיר אין א וועלט וואס דער חינוך איז געשפרינגען פי אלפי אלפים, און די חשוב'ע עלטערן שיקן יעדן טאג די קינדערלעך צו די הייליגע מוסדות התורה, יעדער אין זיין מסורה, מיט די ריכטיגע טאלאנטן אויסגעוועלט דורך הנהלה'ס און ועדים וועלכע געבן זיך אוועק לייב און לעבן פאר דעם חינוך פון אונזערע קינדערלעך.
יא, עס איז נישט אלס גרינג, און נישט אלס גייט עס פונקט ווי מ'וויל, מ'דארף אסאך תפלה און סייעתא דשמיא, אבער דער בלופרינט איז געשריבן געווארן דורך די גדולי הדור, און אונזערע הייליגע רבי'ס וועלכע האבן ברוב חכמתם געזעהן אז דער דור דארף האבן א סיסטעמאטישן חינוך וואס זאל צוזאמארבייטן מיט די עלטערן, און ארויסהעלפן די עלטערן דארט וואו זיי אליינס קענען נישט צו ערפילן דעם תפקיד פון חינוך הבנים.
איז דאך גוט! נו וואס איז אונזער שמועס?
יא, עס איז טאקע גוט ווען דער ארבייט ווערט געטון בשלימות, און כדי דער ארבייט זאל געטון ווערן בשלימות מוז זיין זייער קלאר ווער טוט וואס, און ווען, און דאן קען מען דן זיין צו דער ארבייט ווערט געטון טאקע בשלימות.
דער שטן שלאפט נישט, ער האט זיך געטראפן אין א פראבלעם, דער חינוך ווערט אהער געשטעלט דורך אידן תלמידי חכמים וואס זייער שאיפה איז דאס שטייגן פון די קינדערלעך, און זיי טוען דאס א גאנצן טאג יעדן טאג.
האט ער אנגעטראפן אן אוזן קשבת ביי די שותפים די עלטערן, וואו ער מאכט מ'זאל צומאל פארגעסן אז דאס קינד איז דער חפץ אויף וועלכן דער שותפות איז פאררופן, און ווען א קינד ווערט צעמישט צווישן די חינוך אין חדר, מיטן חינוך אינדערהיים, זענען די רעזולטאטן ביטער און שלעכט.
וויאזוי פאסירט אזא גאר פארשטענדליכער טעות?
לאמיר עס אויסשמועסן.
חינוך האט א קורצטערמיניגן ריוח, און א לאנג טערמיניגן געברויך. דער ריוח פארן היינט, איז אז די קינדער זענען נישט אונטער די פוס א גאנצן טאג, מ'קען גיין ארבייטן רואיג, די מאמע קען אנגרייטן די שטוב, די קינדער זענען אין א גוטע סביבה, און מ'לייגט אין זיי אריין אז זיי זאלן אויספאלגן אפי' אינדערהיים אויף ווי ווייט מעגליך, און דאס העלפט פשוט דורך גיין דעם יעדן טאגיגן שוועריגקייט פון באגלייטן קינדערלעך וואס זענען צומאל שווער צו באגלייטן אויב וואלט מען עס געדארפט אליינס טון.
דער לאנג טערמיניגער חינוך איז פארשטייט זיך דאס וואס מ'וויל די קינדער זאלן אויסוואקסן, יעדער וויל דאס קינד זאל זיין אן ערליכער איד, א תלמיד חכם, און אזוי ווייטער, און דאס איז די ארבייט וואס מ'לערנט אויס אין חדר "וויאזוי צו זיין אן ערליכער איד" , וויאזוי צו אפלערנען א בלאט גמרא, און וויאזוי צו דאווענען אן ערליכע אידישע תפלה.
ווען דער קורצער טערמיניגער חלק החינוך ווערט אפעקטירט דורך א שבת, יום טוב, אדער וואקאציע, וכדו', ווען די קינדער זענען מער אינדערהיים, און די עלטערן דארפן זיך ספראווענן מיט עפעס וואס זיי זענען נישט געוואוינט צו טון יעדן טאג, די קינדער זענען דאך על פי רוב נישט מיט זיי א גאנצן טאג, קען מען זעהן ווי מיט א קליינעם אומריכטיגן דרוק אויף א קנעפל מאכט מען חרוב דעם לאנג טערמיניגן ציהל.
א קינד זעהט אז עלטערן ווערן מער איבערגענומען פון חיצוניות'דיגע עראי'דיגע פראבלעמען, און ס'גייט זיי נישט אזוי ווייט אן דאס וואס די מלמדים האלטן אין איין רעדן, אז די עלטערן ווילן קינדער תלמידי חכמים, און קינדער זענען נישט קיין נערנים, זיי זעהן זייער שנעל אז די עלטערן ווילן נאר אביסל מנוחה, מאך נישט משוגע, טו וואס דו ווילסט, און לאמיך שלאפן, וכדו'. גייט דאס אריין אין קאפ, און ס'ווערט א סתירה מיט זיין טאג טעגליכן מעסעדזש וואס ער באקומט פון דעם מלמד.
ווען א קינד זעהט אז דער טאטע רעספעקטירט נישט דעם מוסד, אדער אמאל נאר דעם מלמד, אדער מנהל, מיט א פשוט'ן אויסדרוק פון אומצופרידנקייט אדער נישט האבן טראסט אין זייערע ארבייט, נישט קיין חילוק צו דער טאטע איז גערעכט אדער נישט, דאס קינד וועט נישט פארשטיין קיין חילוקים. ביי אים אין מח האט זיך אויפגעבויט א גאר שטארקער ווידערשטאנד צום גאר הייליגן מעסעדזש וואס דער חדר דארף אים צו אריינלייגן, און עס גליטשט זיך אוועק ווי נאר עס קומט נאנט צו אים.
ליידער פאלן מיר עלטערן אסאך דורך ביודעים ובלא יודעים, ווען מ'צעמישט די קינדערלעך מיט זייערע הייליגע מח'לעך דורך די אלע צעמישטע מעסעדזשעס, און דאס שטערט דעם חינוך.
לאמיר נעמען א דוגמא פון א אומווילנדיגן קאונטער מעסעדזש וואס א קינד באקומט, וואס מ'מיינט אז עס איז געווען א "קורצטערמיניגער" לעזונג פאר א פראבלעם, און ס'וועט לאזן לאנג טערמיניגע שאדנס וואס מ'קען נישט באצאלן.
א קינד קומט אהיים און האט א געוויסע טענה אויפן חדר אדער אויפן רבי'ן, דארף מען דאך נישט מסביר זיין אז דאס איז כמו א קליינע דין תורה'לע, וואס ביי דעם קינד אין קאפ איז דאס יעצט לכאורה די וויכטיגסטע געשעעניש וואס מוז באהאנדלט ווערן, און דער טאטע וועט אודאי מיטשטיין און מאכן זיכער אז דאס קינד זעהט אז די עלטערן באפאסן זיך ערנסט מיט זיינע "גרויסע" פראבלעמען.
אבער וויאזוי מ'באפאסט זיך דערמיט קען האבן א שטארקע משמעות. די איבערגעטראכטע עלטערן, וועלן אויסהערן דאס קינד, מיטוויינען, מיטלאכן, מיטשפירן, און ווייזן אז מ'האט א מיטגעפיל מיטן קינד, נאך איידער מ'קומט צו מסקנות איבערן פראבלעם אליינס.
וויאזוי האסטו מיין קינד אנגענומען דעם פראבלעם, איך זעה אז דו האסט אליינס שכל געהאט נישט צו מאכן ערגער דעם פראבללעם, איך האב הנאה פון דיין גבורת הנפש, עס ווייזט אז דו ביזט קלוג.
מיר האבן נאך אפי' נישט גערעדט פון דעם פראבלעם בעצם, מ'רעדט ביזעדערווייל נאר פון דעם "קינד" און וויאזוי ער באפאסט זיך מיט "זיין" פראבלעם, וואס מיר די עלטערן האבן נאך בכלל נישט אפגעלערנט און גענומען א שטעלונג.
דאס הייסט אז בעפאר דער קינד שטעלט פאר א צד אויפן דין תורה, זענען די עלטערן דא זיכער מאכן אז דאס קינד פארשטייט אז נישט קיין חילוק וואס די מעשה איז געווען, האט ער זיינע עלטערן מיט זיך אים צו העלפן.
אבער דאן ווען דאס קינד וועט שוין יא אויסדרוקן זיין רוגזה אדער ווייטאג אויפן מלמד, וועלן די עלטערן וואס האבן געוויזן פארן קינד א ליבשאפט, קענען זאגן, און נישט פארלירן גארנישט אויפן קורצן טערמין אויך נישט. מיר וועלן אריינקוקן אין דעם נושא, און וויבאלד מיר ווייסן אז דו האסט גאר א גוטן און חשוב'ן מלמד, קענען מיר זיך נאר פארשטעלן אז עפעס איז אומפארשטענדליך, און מ'וועט אי"ה טון דאס מערסטע און די בעסטע אז מ'זאל זיךק ענען פארשטיין.
אין א אומבעטראכטע מצב, ווען עלטערן ווערן גראד פוסקים אויפן מצב, און נעמען א צד, סיי אויב ס'איז לטובת דעם קינד וואס דאס פארשטייט דאך שוין יעדער אז ס'איז נישט לתועלת, אבער אפי' ווען עס איז פארקערט, ס'זענען דא עלטערן וואס וועלן גראד מיטן גאנצן שארפקייט פארדאמען דאס קינד, ווייל דער מלמד קען נישט זיין אומגערעכט.
יא, דער מעסעדש איז אין לאנגן טערמין גאר וויכטיג, אבער עס קען אויך שאפן אומשאצבארע שאדנס, ווען א קינד באקומט א ווינק אז ער קען קיינמאל נישט נאטורליך זיין גערעכט, פארלירט ער דעם טראסט צו זיינע אנדערע שותפים, די עלטערן.
אלזא, איז וויכטיג צו וויסן דעם דינעם ליניע פון אינדערמיט, וואס אין קורצן איז עס, קודם ווייזן אז מ'איז דא פארן קינד, נישט אין באציאונג צו קיין מעשה, און ארויסברענגען עפעס וואס מ'קען אינעם קינדס פירונג וואס די עלטערן האבן דערפון הנאה, ברענגען פארן קינד א הנאה אז זיינע עלטערן קוקן אים ארויף אפי' אויב אין דעם הינזיכט וועט ער צום סוף נישט זיין גערעכט.
הערשט נאכדעם ווען דער יסוד איז א שטארקער, אז דער קינד האט עלטערן אויף זיין זייט, קען מען מיט א גאר שטארקייט ארויסברענגען ווי שטארק די עלטערן גלייבן אין דעם מלמד'ס ערפארונג און יראת שמים וכדו', און דערפאר וועלן זיי מוזן אריינקוקן אין די נושא אביסל מער צו מאכן זיכער אז מ'פארשטייט זיך.
קיינמאל איז נישט גוט צו געבן דעם איינדרוק, אז מ'גייט הערן דעם מלמד'ס זייט כאילו ס'איז א דין תורה, נאר אז עפעס מוז זיין א מיספארשטענדעניש וואס די עלטערן וועלן פרובירן אויסצוגראדן, און אין די זעלבע צייט האבן זיי נאך אלס דעם פולסטן צוטרוי אז דער מלמד האט געוויינליך נאר געטון לטובת דעם קינד, און אז דאס קינד איז ביי זיי טייער.
לסיכום: די געפיל וואס דאס קינד דארף פון די עלטערן, דארף מען פרובירן צו טון לפני המעשה, און נישט אנגעבינדן צום געשעעניש.
דער געפיהל אז דער מלמד איז גוט דארף יא שוין זיין אפי' לאחר המעשה, און דאן איז עס פיל גרינגער אויסצופירן.
דאס איז נאר איין דוגמא, אבער ווען מ'טראכט גוט אריין אין דעם יסוד, קומען די דוגמאות ביי יעדן אליינס ארויף, מיר מוזן אכט געבן אז די קינדער זאלן נישט צעמישט ווערן, און זיי זאלן וויסן אז מיר האבן א גאר באשטימטע שותפות, וואס מיר זענען ב"ה אזוי העכסט צופרידן דערפון. עס לוינט אפי' אמאל סתם אין א קאלטע מינוט ווען ס'איז גאר נישט ספעציעל געווען, ארויסצוברענגען די צופרידנהייט פונעם מלמד אדער חדר סתם אזוי. עס העלפט סיי קורצטערמיניג און סיי לאנגטערמיניג.
גוט שבת