פארווארט:
אין ליכט פון דעם פולן ערשטן יאר פון אונזער אויסגאבע דער היימשטאט וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין נישט נאר דער שופר פארן ציבור תושבי קרית יואל, נאר א גאר אויפגעכאפטער אויסגאבע פאר אנ"ש ארום די וועלט וועלכע האבן הנאה וועכנטליך פון די רייכע און ריינע מאטריאל וואס ווערט געשריבן מיטן ציהל להרים קרן התורה, האט די פארוואלטונג זיך גענומען צו א נייעם פראיעקט וואס אויפן פארלאנג פון פילע ליינער וועט האפנטליך ברענגען גאר אסאך נוצן און זיין גאר אונטערסאנט צום לייענען.
כלנו חכמים כלנו נבונים, דער עם הנבחר דער עם הספר, אידן וואס זענען אויפגעוואקסן און מחונך געווארן אין די דרכי אבותינו ורבותינו, וואס ווען מ'וועט פרעגן סיי וועם אין סיי וועלכן ענין וועט מען בדרך כלל באקומען די זעלבע ענטפערן פון דעם רוב ציבור, עס וועט נישט זיין קיין גרויסע דיפערענצן אין די מיינונגען, אלע פה אחד זוכן דם תכלית פון שטייגן און גיין אויף ארויף.
עם כל זה ווען עס קומט צום אקטועלן טאג טעגליכן לעבן, אפי' אין דעם גשמיות'דיגן זין פון ווארט, זעהט מען אמאל אז דער אונטער באוואוסטזיין איז זיך מתגבר און מ' טוט אמאל קעגן דעם פארגעשריבענעם שכל. און דאס איז נאטורליך אזוי פון הימל סיי ביי אונז אידן, און להבדיל אין סיי וועלכן קרייז אויף זייערע אופנים.
דער ציהל פון די סעריע "היימשטאט פערספעקטיוו" איז צו בארירן געוויסע ענינים וואס ווערן פון דעם מח איגנארירט אויב רעדט מען נישט אמאל דערפון, און א קליינער שאקל מיטן מח קען אויפוועקן דעם מענטש צו טראכטן אנדערש, און זעהן א קלארערן בילד וואס קען אמאל טוישן דעם לעבן פון אונז אדער פון אונזערע ארומיגע.
עס מוז קלאר געשריבן ווערן אז דער סעריע איז נישט קיין מוסר אדער הדרכה שמועס, עס איז ליבערשט א פריינטליכער דורכשמועס וואס ברענגט ארויס אינטערסאנטע און אמאל שמייכלדיגע פאקטן מיט וועלכע מיר באגעגענען זיך אין טאג טעגליכן לעבן, און א בליק מיט אן אנדערן פערספעקטיוו קען מאכן שמייכלען און אודאי אויך אננעמען פארשידענע פארמען פון טויש צום בעסערונג. ברוחניות ובגשמיות.
לייענט און האט הנאה:
(אויב האט איר א נושא וואס איר שפירט אז עס פעלט אויס צו שרייבן דערוועגן, אדער אן אינטערסאנטע געדאנק, ביטע שיקט אריין צו ....... און מיר וועלן זיך באפאסן מיט אייער פארשלאג מיטן פולסטן ערנסטקייט בעז"ה)
---
איך פלעג זיך אלס וואונדערן וויאזוי עס האט פונקציאנירט דאס לעבנסשטייגער ווען מ'האט נישט געהאט קיין לעצטע נעמען. איך מיין וויפיל מענטשן קענען דאס הייסן די זעלבע, און וויאזוי ווייסט מען ווער איז וועלכער,
די מעשה ביכלעך האבן יא גאנץ גוט אילוסטרירט ווי מ'האט זיך אן עצה געגעבן, יענקל ר' משה'ס, חיים ר' יענקל'ס, דערנאך איז פארשטייט זיך געווען די קלארע סימנים לויט די פאכן וואס דער מענטש האט פארמאגט אדער געארבייט מיט, א שטייגער ווי חאצקל וואסער טרעגער, אייזיק פישכאפער, הערשל בעל עגלה, ועל גביהם פארשטייט זיך איז געווען ר' זושא דער ראש הקהל, ר' חיים דער דיין, און אזוי ווייטער. און ווי עס שטעלט זיך ארויס איז דער מהלך פון רופן א מענטש ביי זיין פאך אדער סטאטוס איז גאנץ א גוטער מהלך.
צייטן זענען פארלאפן און די לעצטע נעמען זענען געווארן א רעאליטעט אין לעבנס שטייגער, פארשטייט זיך אליינס אז אין די בראשית יארן פון די לעצטע נעמען עפאכע איז נאך געווען בחסד, יעדער האט דאך געהאט א נאמען וואס מ'האט זיך געקליבן, און ווי ס'קוקט אויס האבן זיי נישט געקוקט צופיל אויף ווי לאנג אדער קורץ דער נאמען וועט אויסקומען אויפן טלית בייטל, און מ'האט געקענט זיך געבן סימנים לויטן אייגענעם וואונטש, און די וועלט דרייט זיך ווייטער.
ביז ביז מ'איז אנגעקומען צום היינטיגן דור, איך מיין דעם נעכטיגן דור, גלייך נאכן קריג ווען מ'האט זיך ארום געזעהן אז מ'דארף שוין האבן סוב לעצטע נעמען, פרידמאן אליינס איז שוין נישט גענוג, נאך פון פוילן און אונגארן האט מען אנגעהויבן צו צולייגן קוטשי מיט פושטא, אלס סימנים אין צוגאב צום נאמען, ווייל אז 10 אידן הייסן יעקב פריעדמאן מוז מען דאך האבן א געוויסע סימן צו דעם אויך, ובכן נתרבו הסמנים,
א דור אראפ און מ'האלט מיט די יואלי'ס אין חדר, און אלע הייסן יואלי א' יואלי ב' און מ'האלט שוין בליעה"ר א דור נאכדעם.
ועל של עתה, שטייען מיר אין א גאר שווערן מצב, דער מצב האט זיך דערקייקלט אז מ'קען נישט רופן מענטשן ביי די נעמען אליינס, ווייל אלע הייסן ווי אלע, און עס איז ממש א מצב וואס מ'מוז אמאל א מענטש באטיטלען מיט דעם יחוס ביזן עלטער זיידן צו וויסן פון וועלכן מ'רעדט. אמאל אמאל אז יענער האט קערפערליכע סימנים איז אפשר גרינגער, אבער אויב זעהט ער נישט אויס אנדערש ווי דער סתם עמך איד, קען מען דארפן א לאנגן אטעם צו קענען פשוט זיך באציען צו א מענטש.
און יעצט צום פינטל: דער הויפט פראבלעם איז אז מ'קען שוין אויך נישט זיך באציהען צו קיינעם אלס די פאך אין די האנט אדער זיין פרנסה, מ'קען שוין נישט דערקענען קיין חילוק צווישן בעל עגלה און ראש הקהל, עס איז א נייע פלאכער וועלט, ווי מיר לעבן אין א קאמוניסטישן געדאנקען גאנג אינערהאלב דעם קאפיטאליסטישן אמעריקע, א גלייכבארעכטיגונג אין שטייגער און אין סטאטוס, קיינער איז נישט ארימער, און קיינער איז נישט רייכער.
פארשטייט זיך אז מיר באציעהן זיך צו דעם פאך צייכן נאר אלס א נקודה פארן עצם רעיון, עס גייט קיינעם נישט באמת שטערן צו מ'קען באצייכנען א מענטש מיט זיין פאך אדער נישט, עס איז נישט דער עצם פראבלעם, אבער עס איז דער צייכן פון א גאר טיעפערן פראבלעם וואס שטערט אונז יא אין דעם טאג טעגליכן לעבן, וואס דאס איז ווי געזאגט דער "קאמיוניסטישער קאפיטאליזם" אין דעם שטח פון "סטאטוס", דהיינו דעם אמת'ן מצב פון דעם מענטש.
דאס פארדרייט די יוצרות, און ברענגט צו א עבודת הפרך טייפ פון פלאג און יאג וואס וואלט געקענט פארמיטן ווערן.
די מצריים האבן געמאכט די מענער טון פרויען ארבייט, און אזוי פארקערט און די מפרשים זאגן אז דאס איז דער אפטייטש פון עבודת הפרך. איז דאס דען נישט די זעלבע ווען א אידל אין א געוויסן לעבנסשטייגער מוז פאר אלע פרייזן אהערשטעלן אן אנדער סארט מציאות און נאכלויפן דעם אייגענעם שאטן אן קיין שום ריכטיגע ציהל אדער סיבה?
דער עושר וועלכער ערלויבט זיך עטוואס מער, קען נישט זיין א משהו אנדערש ווייל ער טוט דערמיט גרינג שעצן דעם פשוט'ן בעה"ב וואס קען זיך נישט ערלויבן, ווידעראום דער אינגערמאנטשיק וואס מאכט נאך נישט ברויט אויף הויזן קען ארויסקומען מיט בגדי מלכות און א פרעזידענטליכן קאר, ווייל ער האט געפונען א גוטן דיעל מ'כלומרשט, און קיינער קען קיין ווארט נישט זאגן ווייל וואס איז ער נעבעך שולדיג אז ער האט נישט? אלזא טאר ער נישט האבן אביסעלע זיך צו קענען הנאה האבן אין די קורצע 120 יאר אויף די וועלט?
עולם הפוך ראיתי, און אפי' ווען איך דריי זיך איבער עס צו באטראכטן איז עס נאך פארנעפלט און אומקלאר.
וואלט נישט געווען כדי אז יעדער זאל זיך קענען זיין סטאטוס? פארשטיין און וויסן אז ווען דער אומפארמעגליכער איד שפאצירט ארום מיטן טייערסטן, קוקן אים אן דער המון עם מיט רחמנות, און שפירן ווי זיי טוען א מצוה מיטן אים ווייזן א פאלשן רעספעקט פאר זיינע דערגרייכונגען, ווייל מיר לעבן אין א טעראפי וועלט, און יעדער איז א מצוה איד, מ'איז מחזק אידן מיט אלס וואס מעגליך, און דער איד נעבעך דארף א ריזיג געבויטן יוקאן אויפן שטראזע צוליב זיין אומזיכערקייט, עס איז פשוט א מעדיצינישע אמערדזשענסי...
ווי שיין און רעספעקטירט איז דער איד וואס קען זיין סטאטוס, האט שוין אמאל איינער אראפגעקוקט איימיצן פארן גיין אנגעטון פשוט און דרייוון א פשוט'ן קאר כפי יכלתו? האט שוין אמאל איינער אראפגעקוקט אויף א טאטן פון א שטוב מיט קינדער וואס דרייען זיך מיט א צופרידענעם שמייכל, און א רואיגן אטמאספערע, טראץ וואס דער טאטע לעבט א פשוט'ן לעבן שטייגער? אדער אפשר גאר צוליב דעם וואס ער לעבט מיט א פשטות?
אה, דאס ווייסן מיר זיכער אז נישט, עס איז גאר באגריסענד ווען איימיצער טוט וואס ער דארף מיט די ריכטיגע השתדלות און לעבט א באשיידן לעבן.
וואס דער אויפרייסערישער אידל מיט בגדים וואס מעסטן זיך אויף אים בכלל נישט דרייט זיך ארום, און פארגעסט אז די אלע אויגן וואס קוקן אויף אים האבן אן אינטערגרונד מיט א מח, און די אידן באטראכטן אים אינגאנצן אנדערש ווי ער מיינט, זיי וויינען פאר זיין מצב, זיי קלאגן אויף זיין אומוויסנדהייט, און האבן רחמנות אויף זיין צושטאנד. זיי האבן נישט קיין וועג אים צו זאגן דאס וואס ליגט זיי אויפן צונג: ר' איד, דאס באלאנגט נישט פאר דיינס גלייכן, ביזט נאך אלס גאר רעספעקטירט ביי מיר אפי' ווען דו גייסט אנגעטון מיט דיין סייז.
דער שמועס איז לענגער, ווען מ'גייט אריין אין וואספארא פראבלעמען דער לעבנסשטייגער ברענגט אריין, און פארשטייט זיך אז דאס זענען נישט קיין חידושים, אבער דאס אלעס פאנגט זיך נישט אן ביי די גרויסע און קענטיגע אפגעלאכטע אומפאסיגקייטן, עס פאנגט זיך אן ביי קליינליכקייטן.
מ'דערקענט נישט קיין חילוק פון דעם ארימאן צום עושר, איז דאס א מעלה? א חסרון? וועם גייט עס אן? אבער פארוואס מוז אזוי זיין אז דער ארימאן מוז זיך אהערשטעלן רייך, אזש ביז עס קומען צו מצבים אז דער עושר מוז זיך אהערשטעלן ארעם, און די וועלט דרייט זיך קאפויער אלעס כדי דער אומ'שכל'דיגער לא יוצלח לעבנסשטייגער זאל האבן דעקונג.
וואס וואלט ווען געווען ווען מיר אלע נעמען א טיעפן אטעם, און באטראכטן זיך אליינס אן קיין פארגלייך צו סיי וועם נאר מיט א קלארקייט צום אייגענעם סטאטוס, און לויט דעם שאפן באשלוסן אין לעבן? וואס זאגט איר?