קוים האב איך מיך געטראפן אין דעם היימשטאט אין שאטן פון מיין ערשטן קאלום איבער פערספעקטיוו, און שוין האב איך זיך פארפלאנטערט, די אימעיל איז פיל מיט קאמענטארן פון ביידע זייטן פון דעם ספעקטרום,
מיר האבן געשריבן וועגן דעם קאמיוניסטישן קאפיטאליזם, און פארשטייט זיך אז די קאמוניסטן וועלן זיך נישט לאזן באטיטלען מיטן קאפיטאליסט און פארקערט גייט אויך נישט. אלזא דא איז א שמועס וואס איך האב מיט איינעם פון די ביידע זייטן געהאט איבער די נושא,
דער קאמוניסט, ער ווילדעוועט ער שרייט, ער פארשטייט נישט ווי איך קען זיין אזוי איגנאראנט, שרייבן אויף א קאמוניסט דעם ווארט קאפיטאליסט אין די זעלבע ארטיקל ווער רעדט נאך אין די זעלבע שורה, ער וויל מיר דאס נישט מוחל זיין.
דער קאפיטאליסט, מיט זיין פאליטישן קארעקטן טאן, וואס הערט זיך נישט ברוגז'דיג אבער ווער ס'קען אים ווייסט אז ער קאכט פאר כעס און שוימט מיט פארע, אזא מין חוצפה פון לייגן אים צוזאמען מיטן קאמוניסט אין איין זאץ.
שטיי איך אין דער מיט אפגעבריהט פון ביידע זייטן, געשאפן צוויי שונאים ניטאמאל איינער אויף מיין זייט.
אלזא לאמיך זיך מסביר זיין אביסל און אפשר וועל איך מצליח זיין און ברענגען די טענער צו א מעסיגן מאס.
לאמיר נעמען אפאר קליינע משלים וואס וועלן אונז העלפן אראפמאלן דעם פענאמענא פון "קאמוניסטישן קאפיטאליזם", וואס אפשר דאס וועט סיי העלפן די קאמוניסטן צו שטיין ווייט פון דעם קאפיטאליסט און די קאפיטאפליסטן צו שטיין ווייט פון די קאמוניסטן.
למשל ווען מ'רעדט פון קויפן א קאר, דאס איז איינס פון די געברויכן אין די היינטיגע וועלט, נישט לאנג צוריק האט קיינער נישט געדארפט קיין קאר, נאר דער בעל עגלה אדער דער פרייוועט שאופער פון דעם גרויסן עושר פון שטאט. מער ווייניגער איז טראנספארטאציע געווען א דבר השוה לכל, מ'האט אדער געקענט גיין צופוס, אדער מיט די באן, וואס יעדער האט גענומען, און צו מאל א פערד און וואגן געדונגען אויפן מארק, ווער מיט אביסל מער געלט האט געקענט אינעם וואגן האבן אויסגעבעט אפאר קישענעס נישט צו ווערן אינגאנצן צובראכן ווען די געהאקטע רעדער האבן געקנאקט אויף די צוביילטע ראוד'ס, און דאס איז געווען מער ווייניגער דער סדר.
א גרויסער עושר האט געהאט אן אייגן פורל, און א גאר גרויסער עושר האט אפי' געהאט 6 פערד דערצו, נאך אלס נישט מקנא צו זיין דעם צעשאקלטן רייזע ווען 6 פערד שלעפן א וואגן, אבער דאס איז געווען די בעסטע וואס זיי האבן געקענט.
היינט איז א קאר נישט נאר א געברויך, נאר יעדער ממש מוז עס האבן. מ'האט חתונה און מ'לויפט קויפן א קאר, איינער רענט, א צווייטער ליעסט א דריטער פינאנצירט, איינער א גענוצטע א צווייטער א גאר נייע וכו', נישט דא קיין מעשיות, מ'מוז האבן א "ווהיקל" מ'מוז דאך קענען זיך א ריר טאן. איי וואס וועט זיין מיט פארקינג? מיט געז פרייזן? מיט ריפעיר'ס? מיט באצאלן? דער אייבערשטער וואס האט געהאלפן די אידן אין מצרים האט אונז נאך קיינמאל נישט פארלאזט, און אודאי נישט לאזן א אינגערמאנטשיקל זיך ארום דרייען בארוועס אן קיין קאר מיט בושות נוראות.
נו שוין דער אויבערשטער האט געהאלפן, מ'גיבט זיך אן עצה און מ'קויפט א קאר, אבער דא פאסירט עפעס וואס אפי' דער מלאך טוב האט נישט געקענט פארשטעלן אזא אומגליק. דער אינגערמאן זעהט זיך ארום אז אויף זיין בלאק ממש נישט ווייט וואוינט א איד א נגיד וועלכער דרייווט א קאר וואס איז עפעס שלא מעלמא הדין, מ'רעדט פון א מאשין ווי א טאנק הויך און ברייט, אזוינע ריזיגע זיצן אויף וועלכן מ'קען קלאר אפפראווען דעם סדר נאכט, לעקטערלעך און פענסטערלעך אפי' ווי עס איז קיינמאל נישט טונקל, און אזוי ווייטער, נו, וואס טוט מען דא? ממש נישט קיין יושר.
זאל מען אננעמען אז דער אינגערמאנטשיקל האט נישט די רעכטן צו האבן אזא שיינעם וואגן נאר צוליב דעם פאקט אז ער האט נישט קיין געלט??? וואס איז ער שולדיג? פארוואס דארף אים נעבעך די אויגן ארויסגיין פאר קנאה? מאכט נישט קיין שום סענס און מ'דארף שוין זעהן צו ארויסהעלפן דעם צובראכענעם אינגערמאן.
אלזא מ'מאכט א חשבון, מ'קען דא העלפן דעם צובראכענעם אינגערמאן אויף צוויי אופנים.
מאכן אז דער אינגערמאן זאל יא האבן דעם שיינעם קאר, על אף וואס ער האט נישט דאס געלט, אבער געלט שפילט נישט קיין ראלע ווען מ'רעדט פון לעבן און קלעבן פראגעס. מ'וועט שאפן געלט, מ'וועט דרייען, מ'וועט שולדיג בלייבן, מ'וועט נישט צאלן העכסטנס שכר לימוד אדער אנדערע נישט אזוי וויכטיגע עקספענסעס.
מאכן זיכער אז דער איד דער נגיד קומט אראפ פון בוים, בייגט זיך איין אין דרייען אין א קלענערען קאר, מ'האט שוין געהערט אזוינס, די אמאליגע עשירים מיט די 6 פערד האבן אויך נישט געהאט קיין פיקניק אינטערוועגנס, מ'קען אנגיין אזוי אויך. וואס דארף מען זיך נאכגעבן די תאוות? וכו' וגו' ותשלב"ע. און שעמען מעג ער זיך עניוועי פארן ארויספיקן די אויגן פון אזוינע אינגעלייטעלעך נעבעך וואס קענען זיך נישט עפפארדן.
איך מיין בדרך הטבע איז ביליגער צו אנרייסן דעם עושר און אים מאכן שפירן ווי א ליידיג גייער פארן האבן א שיינעם קאר, ווי איידער זיך דארפן ספראווען מיט הונדערטער אדער ווער ווייסט אפשר טויזנטער אינגעלייט וואס קענען זיך נישט עפארדן דעם שיינעם קאר. ס'איז א פשוטער חשבון אז מ'וועט ענדערש אים אראפברענגען ווי זיי אלע ארויפברענגען.
אה, דאס איז קאמוניסטישע קאפיטאליזם בתפארתו.
אנשטאט וואס דער אינגערמאנטשיקל זאל איינערקענען אז זיין מצב על של עתה איז נישט קיין זאלכעס וואס פארטראגט אזא שיינעם קאר און ער איז בכלל נישט אין קאמפעטישן מיט דער נגיד פון בלאק, וועט מען איינשטימיג פארלאנגען פון דעם איד דעם נגיד זיך צו צושטעלן צום סטאנדארט פון דעם אינגערמאנטשיקל. פארוואס? ווייל אויב נישט וועט ער נעבעך מקנא זיין.
פארשטייט איר נאך אלס נישט פארוואס דאס הייסט קאמוניסטיש?
וואס איז דאס אנדערש ווי פרובירן אראפצוברענגען דעם לעבנס שטייגער פאר א גאנצע מדינה צו לעבן אויף ארימע לעוולס ווייל ס'איז דא ארימעלייט אין די גאס, וואס מ'האט געטון אין די סאוועיטן פארבאנד?
איר פרעגט פארוואס איך רוף עס "קאפיטאליסטיש" אויך? אה ווייל, ווען נישט דעם פארדארבענעם ווערימל פון קאפיטאליזם מיט וואס דער ארימער אינגערמאנטשיקל איז נעבעך געשלאגן געווארן וואלט ער דאך קיין שום פראבלעם נישט געהאט, און יעדער וואלט געקענט לעבן בשלום ובשלוה, אבער ניין ער איז א קאפיטאליסט, און דערפאר מוז מען אננעמען קאמוניזם בתפארתו אים נישט צו לאזן פארווייטאגט ווערן.
איך קען נישט לאזן די טעמע האלב רוי ווען פון די אנדערע זייט איז קלאר אז די סטאנדארטן וואס ווערן אראפגעשטעלט פארן ציבור, מצד די קהלה אדער די אויטאריטעטן פון די שטאט וכדו' איז עפעס וואס איז ווערד צו משבח זיין, און זיכער עפעס וואס העלפט ארויס אידישע קינדער אין אלע מצבים,
יא אזוי ווי עס איז געווען אין די צייטן פון ר' יושע בן גמלא מיט די תכריכים, און אזוי היינט ווען מ'מאכט די חתונה תקנות, יעדע קהלה לויט זייער שטייגער און לויט ווי די מנהיגי העדה זעהן פאר וויכטיג אין זייערע ווינקלען, דאס זענען זאכן וואס חז"ל האבן אלס געזעהן פאר וויכטיג אראפצושטעלן געוויסע סטאנדארטן צו וועלכן דער ציבור דארף זיך צושטעלן וויבאלד זיי האבן געזעהן א פראבלעם און מיט די תקנות האבן זיי געזעהן א האפענונג צו לעזן דעם פראבלעם.
למשל די חתונה תקנות וואס האבן זיך אנגעהויבן נאך בימי רבינו הברך משה זי"ע, און ווערט געפירט ווייטער להבחל"ח דורך כ"ק רבינו שליט"א, און האט שוין געהאלפן אנ"ש מיט מיליאנען דאללארן פון גיין לטמיון, איז זיכער עפעס צו וואס מ'דארף זיך צושטעלן, און עס איז געמאכט אויף אזא מין אופן אז יעדער זאל זיין שוה אויף א נארמאלן שטייגער, און עס איז אנגענומען געווארן א מיטל וועג וואס די מנהיגים און עסקנים האבן איינגעזעהן אז דאס קען ווערן אדאפטירט דורך יעדן.
די תקנות זענען א תיקון עולם ווייל מ'לעבט נעבעך אין א פארדרייטע וועלט, און די מציאות איז אז מ'מוז ליידער זיך ספראווענען מיט געוויסע פאקטארן פון דעם צודרייטן וועלט אין וועלכן מ'לעבט. אבער דאס איז קלאר נאר ביי די זאכן וואס זענען באמת וויכטיג, חתונה מאכן מאכט יעדער, און מ'מוז עפעס טון אז מ'זאל נישט לאזן דעם ציבור אויסבלוטן, איי ווער האט געהייסן איינעם נאכמאכן דעם צווייטן? ווער האט געזאגט אז ווייל דו קענסט דיך נישט עפארדן א 10 מאן בענד ביזטו עפעס ווייניגער ווי דיין חבר? א גוטע קשי', אבער אויך זייער א ריזיגער פראבלעם, און די אלע וואס שטעלן זיך צו דערצו צו העלפן דעם ציבור האבן זיכער א זכי' גדולה.
די זעלבע איז ביי סיי וועלכע תקנות אדער קהלי'שע חיובים.
אבער וואס טוט זיך ביי די זאכן וואו ס'איז נאכנישט דא די תקנות, דארף מען טאקע גיין אהין אויך? דארף מען צוזאמנעמען די רבנים און מאכן א גרויסן כיירעם אז פון היינט און ווייטער מעג יעדער נאר גיין מיט האלב גאלד און האלב שווארצע ברילן? אדער מעג נאר דרייוון א קאר הויך בערך צווישן 16 און 35 אינטשעס? דארף מען טאקע צוזאמנעמען די אלע עשירים, די געמיינע מענטשן וואס האבן געארבייט שווער פאר זייער געלט, און בינדן הענט און פוס ווייל זיי טוען זאכן וואס אנדערע ווילן אויך טון?
איז דאס דער דרך וואס מיר ווילן גיין דערויף אלעמאל? אדער איז דאס נאר גוט ווען איך בין אויף די זייט פון די מטבע אז איך קען נישט נאכקומען עפעס וואס א צווייטער קען יא, האט איר שוין אמאל אריינגעקלערט אויף זאכן וואס איר קענט זיך יא עפארדן צו טון ב"ה, צו אויב איינער וועט אייך קומען איינטיילן נישט צו טון ווייל א דריטער קען נישט נאכקומען, וויאזוי איר וואלט זיך געשפירט? וואס וואלט איר געענטפערט?
אלזא דער איינציגער מהלך דא איז פשוט, די זאכן וואס די עסקנים און קהל'ס לייט האבן צוזאמען אויסגעארבייט אז ס'זאל זיין א דרך ממוצע, איז זיכער אז אפי' דער נגיד און דער שיינער איד ווי מער ער שטעלט זיך צו אלס מער איז זיין שכר, ער העלפט ארויס כלל ישראל,
און פארשטייט זיך אז דער וואס קען זיך נישט עפארדן, און עכ"ז שטעלט ער זיך נישט צו צו די תקנות וכדו' אזוינעם דארף מען פשוט אינזין האבן ביים דאווענען, און מיט כוונה, ביי עטליכע גאר וויכטיגע ברכות, דער איד איז אויף גרויסע צרות, אן מ'דארף איינרייסן פאר אים. און דאס איז נישט וואס איך זאג, נאר וואס יעדער טראכט, איך שרייב עס נאר ווייל מ'האט מיר געגעבן ליידיגע פאפיר צו שרייבן דערויף, זאל דער איד ארומגיין צו זיינע שכנים פרעגן צו זיי טראכטן טאקע אזוי, און ער וועט זעהן ווי זיי ווערן האלב רויטליך און ענטפערן שלא מן הענין...
אמאל פעלט זיך אויס צו א שמועס משלים פון 4 זייטן ביז דער ענין ווערט קלאר ארומגענומען, איך מיין און איך האף אז עס פעלט נישט אויס נאך משלים צו פארשטיין אז מיר ספראווענען זיך מיט א אייגן געשאפענע עקאנאמישע מציאות, צו וועלכן אויב מיר וועלן טון די ריכטיגע השתדלות וועלן מיר מעגליך קענען איבערקומען די נאכווייען וואס אט דער מהלך ברענגט מיט זיך.
עס איז וויכטיג צו געדענקען אז די גאס, די פרעמדע גויאישע גאס, האלט שוין יארן נאכדעם, און זיי זענען היינט אין א סטאטוס פון איבערגעקאצקעטן ליבעראליזם וואס כולם גולם קומט פון דעם געדאנקען גאנג וואס האט זיך לכאורה אנגעהויבן יארן צוריק מיט דעם קליינעם קנאה ווערימעל, און פון דארט איז געוואקסן און געשטיגן דער שרעקליך אומבאגרייפליכער שלאנג פון ליבעראליזם וואס שלאגט זיך מיט יעדען נארמאלן סטרונע וואס א מענטש פארמאגט נאך בקדקדו.
ווילן מיר ח"ו אויסזעהן אזוי? אויב נישט דארפן מיר אפשטעלן דעם "קאמוניסטשן קאפיטאליזם" ווען ס'איז נאך אין די קינדער שיך, און גאר שארף פארדאמען און אוועק מאכן די וואס ווייסן נישט זייער סטאטוס, ארויסהעלפן די אידן דורך זיי אנווייזן קלאר: ר' איד, אייער פלאץ איז דא אויף די רעכטע זייט, נעמט אייך א בענקל און זיצט רואיג. אז נישט וועט איר איין טאג זיך ארומזעהן אלס קאמוניסטישער קאפיטאליסט...
זייטס מיר אלע געזונט,
זאב