די וואך וועלן מיר בעז"ה שליסן דעם נושא וואס מיר האבן גערעדט די פארלאפענע וואכן, גערופן "קאמוניסטישע קאפיטאליזם". מיר וועלן נאך מעגליך צוריקקומען צו דעם יסוד ווען עס וועלן אונטערקומען אנדערע נושאים וואס האבן שייכות מיט דעם, און מיר האפן אז אויף ארויפצוברענגען דעם נושא איז עס געווען גענוג קלאר.
נאר איידער מיר רוקן זיך ווייטער צום קומענדיגן נושא, לאמיר מאכן א סך הכל פון וואס מיר האבן גערעדט, און קלארשטעלן די פונקטן וואס ווערן ארויסגעברענגט אין ראמען פון אונזערע פריערדיגע ארטיקלען.
אסאך איז שוין גערעדט און געשריבן געווארן אין דעם שמועס פון איבריגע שפענדערייען און אומ'אחריות'דיגע סטאנדארטן וואס באפאלן דעם היימישן ציבור און לייגן אריין אפילו פארהעלטנסמעסיג שיינע פארדינער אין שווערע חובות.
אונזער ציהל מיט דעם קאלום איז נישט צו ברענגען פרישע צוימונגען אדער אפילו הצעות וואו צו שפארן געלט, נאר אנצוכאפן דעם פראבלעם ביים נאמען, און דאס איז וואס מיר האבן גערופן "קאמוניסטישע קאפיטאליזם".
דער פראבלעם וואס מיר זעען פאר די אויגן איז נישט דאס אז דער ארימאן נעמט א ריזן ארקעסטרא ווען ער מאכט חתונה, אדער אז דער אינגערמאן וואס האט קוים צו דעקן די מינימאלע הוצאות אין שטוב דרייווט א יוקאן.
דער שורש פונעם פראבלעם איז אז דער סטאנדארט אין וואס מיר לעבן, איז א געמיש פון קאמוניזם און קאפיטאליזם, וואס אינאיינעם ברענגט דאס אז מענטשן ווילן נישט – אדער שפירן גאר אז זיי קענען נישט – אנערקענען אין זייער אויפריכטיגער סטאטוס.
דער הויפט חילוק צווישן קאמוניזם און קאפיטאליזם איז אז אין די צייט וואס דער קאמוניסטישע אידעאלאגיע זאגט אז יעדער דארף זיין אייניג, דער עושר טאר נישט האבן גארנישט מער ווי דער ארימאן, זאגט דער קאפיטאליסטישע אידעאלאגיע פונקט פארקערט, יעדע מענטש האט זיין אייגענע רעכט צו שטייגן און מצליח זיין אין לעבן און דארף זיך נישט צוריקהאלטן פון גארנישט צוליב א צווייטנ'ס קלענערע יכולות.
דא האט זיך ארויסגעשטעלט אן אינטערסאנטער בילד, אז אין די צייט וואס דער עושר אנערקענט אז ער מעג שפענדן מער ווייל ער איז אן עושר – וואס דאס איז מער נוטה צו קאפיטאליזם, אנערקענט דער ארימאן אז אויב וועט ער נישט זיין אייניג מיטן עושר, פעלט אים עפעס – וואס דאס איז ריין קאמוניזם.
שטעלט זיך אבער א פראגע וואס איז אריינגעשיקט געווארן דורך מערערע ליינער: אויב איז ריכטיג אז דער ציהל ברויך זיין יעדער זאל אנערקענען זיין אייגענעם סטאטוס, נו פארוואס איז בכלל פארהאן אזא זאך ווי "חתונה תקנות" און אנדערע פריערדיגע תקנות וואס ציהלן איינצוצוימען די הוצאות אפילו ביי די פארמעגליכע?
אלזא, דאס איז קלאר אז געווינטשן וואלט זיכער געווען אז יעדער זאל אנערקענען זיין סטאטוס. נאר וואס דען? זיך קריגן מיט א מציאות איז נישט קיין לייכטע אונטערנעמונג. דער מציאות איז אז דאס איז א מכת הדור און מ'דארף זיך ספראווען דערמיט.
בלייבט איבער צו זעהן וואס מען טוט, און אויף וועלכע וועג מ'קען דא אויסגראדן דעם קנייטש.
ביי איינעם פון די שלום בית סעסיעס ווי מ'האט געזוכט שלום צו מאכן צווישן א מאן און ווייב וואו דער שווארצער קאץ איז אריבער געלאפן, האט די פרוי גע'טענה'ט חי וקיים אז דער מאן איז נעבעך נישט אין ארדענונג, ער איז א טאטאלער משיגענער, זי פארשטייט אז ער קען זיך נישט העלפן, אבער וואס זאל זי טון? נעבעך וואוינען מיט א חסר דעה?
דער טעראפיסט האט זייער תמימות'דיג געפרעגט די חשוב'ע פרוי, היתכן אין די גאס און אין שוהל, און צווישן חברים איז דער מאן דוקא יא א נארמאלער מענטש, און זי איז די ערשטע צו טרעפן ביי אים דעם מאדנעם פעלער.
די פרוי האט געענטפערט אז עס מוז זיין אז איר מאן "מאכט זיך נארמאל" ווען ער איז אין די גאס, אנדערש קען גאר נישט זיין.
דער טעראפיסט האט אויף דעם רעאגירט מיט וואס איר וואלט אויך רעאגירט, מ'קען זיך נישט מאכן נארמאל, מ'קען זיך מאכן משוגע, ווייל א נארמאלער מענטש איז ביכולת זיך צו מאכן משיגע, אבער איינער וואס איז נישט נארמאל, אויב קען ער זיך מאכן נארמאל איז ער דאך נארמאל! (נעמט א מינוט צו פארשטיין? אבער זייער א קלארער מהלך המחשבה)
לאמיר איבער לאזן דעם שמועס דארט און זיך נישט אריינמישן אין אזוינע הייקאלע ענינים, טראץ וואס די מעשה איז נישט קיין משל נאר א מציאות וואס האט שוין פאסירט, אבער לענינינו איז דער תירוץ וואס דער טעראפיסט האט געענטפערט נישט נאר שייך ביי אט דעם פאל, עס איז א מציאות אין יעדען סארט מענטשן קאטאגאריע.
דאס הייסט אז אין יעדע קאטאגאריע פון מענטשן זענען דא די וואס קענען, און די וואס קענען נישט, ס'נישט מוכרח אז מ'איז מיט עפעס ווייניגער אדער מער, אבער אין די נושא פון וועלכן מ'רעדט איז דא דער וואס קען און דער וואס קען נישט.
למשל, ווען ס'קומט צו לערנען, ס'איז דא א תלמיד חכם, און אן עם הארץ, מיר וועלן נישט אריינגיין אין די תירוצים פארוואס דער איז געבליבן אן עם הארץ, און קען זיין אז ער איז גערעכט, א שטייגער אז א איד איז אויפגעוואקסן אין א מלחמה צייט אין א פארווארפן דערפל און נעבעך נישט געהאט די יכולת צו לערנען. עכ"ז ווען מ'וויל אז איינער פון די צוויי זאלן פרובירן זיך צו צושטעלן וועט נאר דער תלמיד חכם קענען אנשטעלן א פנים פון אן עם הארץ אויב וויל ער, דער עם הארץ וועט קיינמאל נישט קענען זיך אנשטעלן א פנים ווי א תלמיד חכם, ער האט פשוט נישט די ידיעה וואס פעלט אויס צו קענען רעדן ווי א תלמיד חכם.
דאס זעלבע איז מיט געלט, קיינער איז נישט שולדיג אויב מ'האט נישט קיין געלט, און קיינער קוקט נישט אראפ ווער ס'האט נישט גענוג געלט, ווייל ליידער איז דאס דער מציאות החיים, ווייניגער ווי 2 א האלב פראצענט מענטשן אין אמעריקע פארדינען מער ווי 250 טויזנט דאללער א יאר, און ווען מ'רעדט פון א לייף סטייל ווי מ'לעבט אין ניו יארק, מיט די רענט און עסן וכל דעימי' וואס קאסטן אליינס באלד אזויפיל, ווער רעדט נאך ווען שכר לימוד אדער סיי וועלכע נאך זייטיגע הוצאות קומען צו, איז ממש דא א גאר קליינער פראצענט וואס וועלן קוואליפיצירן צום טיטל "עושר". קומט אויס אז ווען מ'לאכט פון דעם ארימאן לאכט מען פון רוב ציבור. מאכט נישט קיין סענס.
אבער אין פאקט איז דער וואס האט יא געלט דער בעל יכולת אין די קאטאגאריע, ער קען זיך ערלויבן צו טוישן, און ער קען זיך ערלויבן צו מאכן א געוויסן אנשטעל, ווי מ'זעהט טאקע אז אין פאקט ווען איינער איז למשל קארג, און וויל נישט ספענדן עקסטער געלט, דארף קיינער נישט וויסן פון זיין עשירות, ער קען זיך ארומדרייען אפגעריסן און אפגעשליסן, און אמאל נאך נעמען געלט פון די צדקה קאסעס אלעס צו פארפעסטיגן דעם מסוה העניות.
אבער א ארימאן זאל זיך אהערשטעלן אלס נגיד בדרך הטבע קען מען דאס נישט, ער האט פשוט נישט דעם יכולת, אלזא וואס טוט דער ארימאן וואס האט יא א געהעריגן געזונט פראבלעם צו ווייזן אז ער האט ווען ער האט באמת נישט, ער טוט פארשידענע פעולות צו אויפווייזן זיין כינעזע באלון עשירות, ער וועט ספענדן געלט וואס ער האט נישט, ער וועט דרייען מיט חובות, דרייען דעם קאפ ווי א פאלנדער דריידל, אלעס צו אויפווייזן דאס וואס ער קען נישט.
און נעבעך דער סוד וועט אים געלונגען צו פארדעקן נאר פאר די געלט גייערס וועלכע קענען אים נישט און מיינען נעבעך אז מ'קען אים בעטן א שיינעם נדבה ביים חתונה, וואס דארט שפילט ער שוין ממש מעשה עושר ווען ער ווייזט דעם האנט פלאך אויף ארויף ווי איינער זאגט איך האב שוין היינט צופיל געטיילט.
אבער די געסט וואס זיצן ביי די שמחה, אדער די חברים וואס קוקן צו דעם אויטא, אדער די שכנים די דירה און אזוי ווייטער, די אלע זענען גאר קיין מינוט נישט אויף א מיינונגס טויש, זיי ווייסן פונקטליך וואס גייט פאר, זיי זענען גאר צומאל די וואס צאלן פאר די אלע אוואנטורעס זיי זענען די וואס האבן געמאכט אדער וועלן מאכן א קאמפיין אים צו העלפן.
ער קען נישט מאכן דעם אנשטעל, ער ווערט נעבעך בזוי ומבוזה, שלא בפניו, אמאל ווייסט ער עס אפי' אבער ער האט נאך אלס א נסיון פון מאכן אן אנשטעל ווי ער ווייסט נישט אז יעדער ווייסט אז ער האט נישט, און שפילן מעשי עושר.
דאס איז קלאר, אז ער קען נישט אין דעם קאטאגאריע זיין דער וואס מאכט דעם גוטן אנשטעל, וויפיל ער זאל פרובירן, און אויב קען ער יא, איז ער נישט אזוי געענגט, ווייל איינס מיט איינס איז אייביג צוויי, אויב קען ער פון ערגעץ שאפן געלט פאר זיינע בלוזיגע אינטערנעמונגען איז דאך גוט, קען ער דאך יא, איז ער שוין אין די אנדערע קאטאגאריע.
און דאס איז אבער די סיבה צו ענטפערן פאר די אלע וואס פרעגן די אמת'דיגע גוטע קשי', פארוואס דארף דער נגיד וועלכער קען יא, אוועק ווארפן אלעס און זיך איינבייגן אין דרייען און נישט נהנה זיין מיגיע כפו מיט א שענערע שמחה, אלעס ווייל אפשר וועט איינער מיינען אז ער גייט פאפן די וועלט, אין די צייט וואס עס גייט אים סיי ווי נישט, פארוואס זאל נישט ענדערש דער ארימאן זיך צושטעלן צו זיין סטאטוס? ממש קאמוניסטישער קאפיטאליזם.
אבער יא דאס איז די תירוץ, עס איז א מציאות מיט וועלכן מיר דארפן זיך באפאסן, און די איינציגע וואס "קענען" טוישן זייער מהלך, און נישט נאר וועלן זיי דערויף נישט דערלייגן, נאר זיי ווערן גאר רעספעקטירט פארן זיין שפארזאם און הילפבאר פאר די וועלכע קענען זיך נעבעך נישט העלפן, זיי זענען די וואס קענען מאכן דעם אנשטעל אז זיי מאכן א פרייליכע שמחה און נישט אויפרייסעריש, און דער אנשטעל איז גאר קיין אנשטעל נישט, עס איז באמת אזוי.
און מיט דעם אויסער וואס זיי האבן די הנאה פון נישט אויסווארפן געלט פאר קיין נארישקייטן און קענען נוצן דאס געלט צו העלפן די קינדער און נאך אנדערע גוטע זאכן, האבן זיי די מצוה פון וחי אחיך עמך, לאז אים לעבן מיט דיר, לאז אים שפירן ווי ער איז ווי דיר, און אז דאס מאכט אים פרייליך, און מאכט ער זאל נישט פרובירן איבערציען דעם שטריק, איז די זכות גרויס פאר דעם עושר.
און מיט דעם וועל איך שליסן די נושא פון "קאמוניסטישן קאפיטאליזם" האפנטליך מיט עפעס א שטיקל קלארקייט אין די נושא.
איר קענט מיך קאנטאקטן אויף אימעיל מיט סיי וועלכע אינטערסאנטע געדאנקען אין די נושא, און מיר וועלן זיך באציען מיט ווירדע צו יעדע אימעיל וואס פאסט צו ארויף ברענגען דא על שלחן מלכים אויף וויפיל די צייט וועט ערלויבן.
מיין אימעיל פאר דעם קאלום איז: zevhalevi@gmail.com
האט א לעכטיגן תמיד
זאב