יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ קריסטאל
ארטיקלען

זענט איר איינגעבינדן?

פערספעקטיוו · "היימשטאט" · פרשת משפטים תשפ"ג

געווען זענען זיי דריי בארג קריכער, דאס האבן זיי געטון פאר א פאך, זיי האבן גוט געקענט קריכן אויף די גראדעניש, געהאט די ריכטיגע שמירה און היטונג כלים וואס מ'דארף אלס האבן אין פאל מ'פארפלאנטערט זיך אויפן וועג ארויף אדער אראפ.

איינע פון די גאר וויכטיגע סעיפטי ארטיקלען וואס זיי האבן אלס געהאט מיט זיך איז געווען א ספעציעלער שטריק וואס ביים שפיץ האט עס אזא סארט הוק, מ'טוט דאס פארפעסטיגן צום שפיץ בארג אדער נענטסטער שפיץ וואו מ'קען דערווייל צוקומען, מ'בינדט זיך ארום שטארק און פעסט, און מ'קריכט ארויף, אין פאל ח"ו אויב פארלירט מען באלאנס בלייבט מען כאטש הענגען מיטן שטריק ביז מ'קען זיך צוריק כאפן אדער מ'קען רופן פאר הילף.

איז אבער געווען א חילוק צווישן די דריי, יעדער פון זיי האט טאקע געהאט די כלים, אבער נישט יעדער פון זיי געהעריג דעם שכל הישר, דער ערשטער האט זיך ארומגעבינדן מיטן שטריק טאקע גאר גוט פארפעסטיגט צום בארג, אבער ווען ס'געקומען זיך ארומצובינדן זיין קערפער האט ער דעם שטריק געלייגט פונקט ביים האלז זיינעם, ער האט זעהט אויס איינגעזעהן אז דארט איז אים דאס גרינגסטע צו געבן א שנעלן בינד און קריכן.

דער צווייטער האט זיך ארום געבינדן ווי געהעריג אינמיטן קערפער, און אזוי טאקע אנגעהויבן קריכן.

און דער דריטער האט געהאלטן דעם שטריק אין די האנט, אין פאל ער וועט עס דארפן וועט ער עס נוצן, אבער דערווייל דארף ער עס נישט, ער שטייט דאך דא אונטן, הערשט ווען ער וועט זיין אויבן וועט שייך זיין דער גאנצער געברויך.

נו, דארף מיר דאך אייך נישט מסביר זיין וויאזוי דער שפיל ענדיגט זיך אויב זאל ח"ו פאסירן א קאטאסטראפע, דער ערשטער בלייבט הענגען און ביז אפאר מינוט איז נישטא וועם צו ראטעווען. דער צווייטער איז אין גאר א גוטע פאזיציע מ'קען האפן אים צו ראטעווען בשלום, דעם דריטן דארף מען פשוט צאמנעמען דאס געביין אינטן ביים בארג און פראווען א לוי' ווי עס פאסט זיך.

כלפי מה דברים אמורים? לאמיר רעדן אביסל אין די נושא פון "געהערן צו א חברי', צו א קהלה אד"ג".

עס איז אן אלטער ויכוח, נישט אזוי ווייט באזירט אויף רוחניות'דיגע אדער הייליגע מושגים נאר פשוט דער געדאנק בגשמיות און אלס א באקוועמליכקייט אין לעבן פאר א אידישע שטוב, וואס עס ברענגט דער קשר צו א קהלה אדער חבורה פאר א אידישע שטוב, בגשמיות וברוחניות, און צו איז עס עפעס וואס מ'דארף צו האבן, אדער גאר פארקערט עס שטערט אין לעבן.

די צדדים אין די איבעי' קען מען הערן איבער די מקואות פון די ניו יארקער בתי מדרשים כסדר, דא אזוינע וואס זאגן מיט א שטארקייט אז זייער גאנצער לעבן איז באזירט אין די ראמען פון די קהלה צו וועלכן זיי געהערן, און אז זיי שפירן ווי דאס האלט זיי פעסט סיי ווען ס'קומט צו החלטות ברוחניות און צו קענען זיך האלטן קעגן די שטורמישע אמעריקאנער גאסן, און זייער שטארק אויך ביי די גשמיות'דיגע צרכים אין לעבן וואס עס העלפט זיי צו זיין א חלק פון א גרעסערע חברי' וואס ווען ס'פעלט אויס העלפט מען זיך איינער דעם צווייטן, און אפי' ווען ס'פעלט נאך נישט אויס איז דער אנגעהערן צו א חברי' עפעס וואס איז בא'טעמ'ט און געשמאק און אזוי ווייטער.

דער צווייטער זייט פון די מטבע איז אזוינע וואס זאגן פארקערט, און איך רעד נישט פון מופקרים וואס זוכן פשוט אז מ'זאל זיי נישט איינטיילן אין אידישקייט וכדו', ס'איז בכלל נישט דער שמועס, אבער מ'רעדט פון ערליכע אידן וואס זוכן אויפצושטעלן ערליכע אידישע שטובער, און זיך האלטן פעסט ביי די אלטע מסורות, אבער זיי שפירן אז דער חיבור צו א קהלה אדער חברי' איז נישט עפעס וואס העלפט זיי, אמאל איז די טענה אז פארקערט אויב איינער איז אין א קהלה און דארט מאכט זיך א פארדארבן קערל ח"ו אדער עפעס א אומרעכט ווערט עס ביים מעמבער עפעס צו וואס מ'ווערט צוגעואוינט, מ'לייגט נישט צו קאפ און מ'גייט קאפ אין וואנט מיט די גאנצע חברי', זיי זאגן אז עס איז אמאל א גורם אז דער מח זאל ווערן פארטעמפט און מ'זאל נישט אליינס טראכטן, וואס דאס פאר זיך איז נישט קיין פראבלעם טאקע, אבער ווען ס'קומט צו א אויסנאמס פאל ווען מ'טרעפט זיך ערגעץ אינדרויסן פון די חברי' קען עס ברענגען צו פארלוירענע מצבים.

למשל א גוטער צושטעל איז דער היינטיגער אינגערמאן מיט זיין אויטא, אמאל ווען א איד האט געהאט אן אייגענעם אויטא האט ער ווי נישט ווי זיך געקענט אן עצה געבן מיט פראבלעמען אויב האט זיך דער קאר צובראכן ערגעץ אינטערוועגנס, ער האט געקענט פונקטליך די קאר מיט אירע מעכאניזם'ס און מער ווייניגער זיך געקענט אן עצה געבן.

היינט ווען א איד האט א פראבלעם מיט זיין קאר וועט ער ע"פ רוב זיין פארלוירן און נישט וויסן וואס צו טון, כאטש וואס ער וועט האבן הילף אסאך שנעלער ווי אמאל, אבער אויב איז ער אויף א מקום ווי הילף איז נישט אזוי נאנט וועט ער זיין אין א גרעסערן פראבלעם.

לאמיר אביסל צונעמען די זאך פון אונזער פערספעקטיוו.

וואלט איר צוריק געגאנגען צום אמאל מיטן קאר, אפי' אויב עס איז טאקע געווען מער וואכזאמקייט צו די פרטים פון דעם אויטא? אמת אז א בעל עגלה האט שנעלער געקענט זיך ספראווענן מיט א פראבלעם, אבער איז נישט בעסער צו זיין אין א צייט ווען דער קאר האט ווייניגער פראבלעמען, און הילף איז אסאך מער דא ווי ווען נישט?

פון די אנדערע זייט, איז עס נישט ממש דומה, אודאי אן אלטער אויסגעקראכטער דזשאלאפי איז נישט בעסער ווי די היינטיגע פשוט'ע קארס און ווער וויל צוריק גיין דערצו? אבער קען מען דען זאגן אז דער עצם רעיון אז א מענטש האט בעסער געקענט דעם קאר און געווען מער וואכזאם צו פראבלעמען איז עפעס א מעלה וואס מ'קען דיפאזיטן ערגעץ? ס'ברענגט אים עפעס? די אינטערשטע שורה איז ער וויל קענען פארן און נישט דארפן זיך באפאסן מיט פראבלעמען, איך וויל ענדערש נישט פארשטיין גארנישט פונעם קאר און קיינמאל נישט דארפן וויסן אדער זיין וואכזאם איבער וויאזוי מ'גיבט זיך אן עצה.

עכ"פ דאס זענען די צוויי צדדים, איינס איז אז געהערן צו א קהלה איז מורא'דיג וויכטיג סיי ס'איז געשמאק און גאר לעבהאפט און ווי אויך העלפט מען זיך איינער דעם צווייטן און מ'האט בענעפיטן פון דעם ציבור'ישן געברויך וואס דער רבים טוט אויטאמאטיש דערהאבערן און דער יחיד וואלט דערצו נישט געקענט סתם אזוי דערגרייכן, א שטייגער ווי גמ"ח'ן, מקום תורה ותפלה, שיינע מקואות וכדו'

פון די צווייטע זייט די טענה אז ניין, קודם שטיי נישט אין מיין וועג און קוק מיך נישט נאך, אבער מער פון דעם וויל איך מיך נישט אפלערנען פון יעדן נאר ווייל ער געהערט צו מיין קהלה, און ווי אויך וויל איך זיין וואכזאם און נישט סתם גיין מיטן שטראם, אזוי אז אמאל עס מאכט זיך א שוועריגקייט זאל איך מיך קענען אן עצה געבן.

ס'איז אינטערסאנט צו באמערקן אלס א כלליות'דיגער מציאות ביי די זאכן ווען מ'רעדט פון צדדים אין א דעבאטע אז ביידע צדדים וועלן צו מאל זיך בייגן שארף צו זייער ריכטונג און אנהייבן צו גלייבן אין זייער מיינונג אפי' שטערקער ווי זיי וואלן לכתחילה געהאלטן, דאס הייסט אז ווען מ'רעדט איבער אן ענין און מ'מוז איבערצייגן א צווייטן דערויף ווערט מען אליינס פארבלינדעט אפי' ווען מ'איז גערעכט.

איך האב אנגעהויבן דעם ארטיקל מיט די מעשה פון די דריי בארג קריכער'ס וואס איך שפיר אז דאס איז א גוטער אפשפיגלונג פון די נושא, די לעבן איז ווי א בארג אויף וועלכן מיר אלע קריכן און יעדער פרובירט אנצוקומען העכער, און פארשטייט זיך אז אלס אידישע קינדער איז דא דער כלל פון אלס זיין הולך נישט דא קיין עומד, אדער גייט מען אויף ארויף אדער אויף אראפ ח"ו.

די דריי בארג קריכער זענען עקספערטן אין זייער פאך, זיי ווייסן וויאזוי מ'קריכט א בארג, מ'האט זיך געלערנט לאנגע צייט צו קענען דאס באווייזן, און אט אזוי זענען מיר מענטשעלעך אויף די וועלט, דער אויבערשטער לייגט אריין אין אונז דעם יכולת צו קריכן אויף דעם גרויסן שרעקוועדיגן בארג, און מיר זאלן אינסטינקטיוו וויסן ווען מיר גייען אויף ארויף אדער אראפ.

מיט די אלע פאקטן פון עקספערטיז און וויסנשאפט, פעלט זיך אויס פאר זיכערקייט צו האבן מיט זיך כלים א שטריקל אין וועלכן זיך אנצוהאלטן אויב ח"ו פאלט מען.

און אלס א צוגעלייגטן נקודה איז אפי' דער שטריק עפעס וואס אויב קען מען זיך באקוועם פארבינדן דערין מאכט דאס אז נישט נאר זאל מען זיך שפירן מער פארזיכערט אין א סכנה, אבער עס קען אויך העלפן אין די געוויינליכע קריכעריי, מ'קען זיך מער באקוועם אנלאנען, און זיך נישט דארפן אזוי אנשטרענגען.

אויב אבער איז דער שטריק נישט געבינדן וואס דאס איז דער געדאנקענגאנג פון לאמיך זיך אליינס שטעלן אויף די פוס, לאמיך זיין גרייט זיך אליינס צו באהאנדלען אויב זאל עפעס פאסירן, איך דארף נישט קיין הילף אדער קיין פארזיכערונג מעטאדן, פארשטייט זיך אז די סכנה איז גרויס און מ'האט נישט די בענעפיטן פון א גרינגערע קריכעריי ווי אויבן דערמאנט.

דער אומגעבינדענער קריכער טענה'ט "וואס איז די חכמה צו קריכן ווען מ'איז פארבינדן"? און די תירוץ פאר דעם קריכער איז זייר פשוט: ווער זוכט חכמות? מ'זוכט אנצוקומען.

די אלע וואס טענה'ן אז איך דארף נישט זיין אנגעבונדן, ווייל איך וויל "ווייזן" אדער "זעהן" צו איך קען אליינס, דאס איז אלעס גוט ווען מ'שפילט געים'ס, אבער דאס לעבן, דאס אידישע שטוב, איז קיין שפיל נישט, און א חכם זוכט נישט צו ווייזן אז ער קען אליינס ווען ס'איז דא אזויפיל טייערע און וויכטיגע צו פארלירן אין א שלעכטן גליטש.

ווידעראום דער וואס בינדט זיך דעם שטריקל ביים האלז, איך וואלט אים צוגעשטעלט צו דעם וועלכן דאס אנהענגען אין א קהלה גייט מיטן פולסטן געוויכט ווי איינער וואס נעמט פון זיך אראפ יעדן אחריות און שפירט אז מיט דעם וואס ער געהערט זיך אן צו א קהלה איז ער פטור פון אלעם, ער פארלאזט זיך אויפן כח הציבור, דאס איז אודאי אויך נישט קיין מהלך, דאס ברענגט אז יעדע מינדעסטער שאקל אין דעם סיסטעם צעשאקלט דעם מענטש צום תוך.

מ'מוז אלס קענען גיין מיטן דרך הממוצע, זיך בינדן גענוג צו קענען זיין פארזיכטיג, און אפי' הנאה האבן פון די עקסטערע באקוועמליכקייט זיך אנצולאנען אויף דעם קהלה אדער חברי' לעבן, אבער נישט אינגאנצן זיך פארלירן און אנהאלטן די אייגענע שאיפות און רצונות, מ'מוז נישט נאר וועלן שטייגן ווען יעדער שטייגט אדער נאר וועלן בעסער ווערן ווען ס'דא קול קורא'ס, מ'מעג אליינס אויך טראכטן, ס'איז דא א דרך ממוצע וואס ערלויבט דעם מענטש צו נוצן דעם מח אויך.

מיר וועלן ממשיך זיין אי"ה נעקסטע וואך. ביטע שיקט מיר קאמענטארן אויף אימעיל