יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ קריסטאל
ארטיקלען

למעשה, ווער איז שולדיג?

פערספעקטיוו · "היימשטאט" · פרשת תרומה (פורים) תשפ"ג

אין ליכט פון דעם מצב הפורמי וואס האט אנגענומען דעם עולם מיטן אנקום פון דעם פרייליכן חודש אדר, האב איך זיך ארויסגעלאזט אויף די יארכע זוכן א טעמע וואס זאל סיי זיין אביסל לייכטער און אויף די פרייליכערע זייט, און ווי אויך אביעקטיוו און ווירקזאם.

מיין ערשטע שריט איז געווען זיך צו דרייען אביסל אין די בתי מדרשים אין שטאט, און הערן פון וואס דער ציבור רעדט אלס, און אפשר מאכן נאטיצן און זיך באציען צו די טעמעס וואס איך הער די מערסטע אינטערעסע ביים ציבור.

מיין ערשטע באזוך איז אין איינס פון די קלענערע בתי מדרשים אין שטאט, און איך הער ווי דער שמועס אין קאווע שטובל רעדט זיך פון עפעס א לאקאלע פארמעסט איבער די זיצן אין ביהמ"ד. איינער טענה'ט אז מ'דארף ווען געבן בחנם די זיצן פאר די געווענליכע מתפללים, א צווייטער טענה'ט אז אויב שוין בחנם וויל ער עס אהיים נעמען צו זיך, ער דארף סיי ווי נאך אפאר בענקלעך אין שטוב. איינעמס איינפאל איז מיר גראדע געפאלן, ער זאגט מ'זאל יא בעטן פול פרייז פאר א זיץ אבער מ'זאל געבן דיסקאונטס פאר גוטע קאסטומער'ס און בשעת די תפילות ציבור זאל עס זיין בחנם, נאר אויב איינער זיצט דארט אין אנדערע צייטן זאל קאסטן.

זעהט מיר נישט אויס א טעמע צו אדרעסירן, איך פארשטיי נישט צו זיצן בכלל. איך גיי ווייטער אין מיין געיעג נאך א טעמע, און איך טרעף מיך טרינקען א קאווע אין גרויסן היכל התורה פון ביהמ"ד הגדול, ערגעץ צווישן די הקפות זוילן און די פאקן ספרים צעטל, און איך פרוביר צו הערן וואס מ'שמועסט אויפן אנדערן טיש, אה, גארנישט מ'טאר דאך נישט שמועסן דא, זיצט דער עולם און לערנט און דאס ברענגט מיר נישט קיין טעמע פאר אן ארטיקל אין היימשטאט, מ'דארף זיך ארויסזעהן פון דא פאר איך ווער באמערקט פון די גבאי התאחדות אברכים אז איך זיץ אן א ספר ציללאז.

אין דעם גרויסן פרוזדור יהודא וואו די מקוה מיטן היכל און קאווע שטובל און חק שטובל און ווער ווייסט ווואס נאך קומען זיך צוזאם, דארף אייביג זיין אינטערסאנטע שמועסן, בפרט ביי די מאנטלען, דארט איז זייער פאסיג צו אויפכאפן א שמועס, מ'מאכט זיך וואו מ'זוכט דעם מאנטל, און מ'האלט מיט פונקטליך וואס די צדדים אינעם שמועס זענען.

און יא, איך נעם זיך זוכן מיין אומגעברענגטן מאנטל, און איך דריי זיך ווי א מאסקיטא ארום צוויי אינגעלייט פארטיעפט אין א שמועס, זיי זעהן אויס צו רעדן פון עפעס וואס קען נוגע זיין פאר די תושבי העיר. טענה'ט דער בלאנדער אינגערמאן אז מ'מוז עפעס טון אין שטאט איבער פארקינג, עס איז ממש אומדערהערט נישטא קיין פארקינג אין גאנצן שטאט, ווי אימער עס פלעגט אמאל זיין אביסל פארקינג שטייט היינט א זעקס שטאקיג הויז מיט 400 נפשות בליעה"ר. ער איז ממש פארביי. ער קאכט און זידט. איך זעה פון הינטערוויילעכץ ווי דער חבר וועלכער זעהט אויס מער א באזעסענער עלטערער אינגערמאן פרובירט אריינצוהאקן אן קיין הצלחה, אלע וויילע וואס דער זידט הויך אויפן קול.

ביז ער באקומט שוין דעם רשות הדיבור האלבוועגס פארשטייט זיך, און ער פרעגט אים: אבער חיים, דו האסט דאך בכלל נישט קיין קאר? וואס איז דיין דאגה מיט פארקינג?

זאג נאר - פרעגט ער אים צוריק - דעם שמועס וואס אונז האמיר נעכטן געהאט איבער אלס וואס קהל טוט נישט און וואס מ'דארף אלס פארבעסערן און דו האסט נישט געענדיגט קאמפלעינען, מאכט יא מער א פירוש? דו צאלסט מעמבערשיפ?

נעה, איך וויל נישט רעדן דא פון דעם, איך בין נישט קיין אגענט פאר קיין קהלות, איך גיי ווייטער, אה, איך זעה שוין, א גוטע פלאץ צו שטיין און הערן שמועסערייען וואלט געווען ביים שערן ווינקל, דארט שטייען מענטשן און ווארטן, מאכט זיך זיכער א גוטער שמועס. איך האב א שטיקל פראבלעם אז כמעט האב איך שוין נישט קיין האר אין קאפ, אבער איך מוז דאך נישט אפגעבן דין וחשבון פארוואס איך שטיי דארט.

זעהט נישט אויס אינטערסאנט איך וויל שוין אוועק גיין ביז איך הער דעם איד מיטן רויטן בערדל זיך צוברימען מיט מערקבארע אויפברויז אויפן מצב הדור, אריינקוקנדיג אין א ליפלעט פון איינע פון די מוסדות וועלכע גייט נאך געלט און זאגט צו אויסנאמע סגולות. דער איד פארטראגט נישט דעם גאנצן סגולות פענאמאנע, ער דרייט זיך אויס צום ערשטן קרבן וועלכער ווארט אינטער אים, און ערקלערט מיט אויפברויז:

ווען איך בין אינגער געווען איז די איינציגע סגולה געווען מעביר סדרה זיין שנים מקרא ואחד תרגום, און דא היינט א וועלט, מ'קען לעבן און לאכן נישט טון גארנישט אויף דער וועלט, און מ'האט א מחנה מיט מסגלים וואס גיבן זיך אפ מיט פארקויפן דעם נשמה פאר אפאר טוללער.

וואס זענט איר אזוי ברוגז? עס איז אן עולם התיקון, מ'איז פארנומען מיט מצוות ומעשים טובים, אלזא וואס איז אז איינער האט געטראפן אין א ספר א סגולה און מאכט אן עסק דערפון? - פרעגט אים דער אינגערמאנטשיקל.

ניין, וואס פארשטייסטו? אונזערע עלטערן זענען נישט אזוי קלוג געווען? מ'קומט דא אויף מיט נייע זאכן, וואו האט מען עס געזעהן?

אה, דא ווערט לעבעדיג, איך מאך זיך אומזעהוודיג און איך האף אז זיי באמערקן נישט ווי איך נעם אפיר דעם פעדער און מאך מיינע נאטיצן. עס איז דאך א טעמע וואס איז כסדר אויפן אויבערפלאך. לאמיר הערן וואס ער ענטפערט. ששש...

"רבי איד, די דורות ווערן בעסער ב"ה, און עס שטייט שוין אזוי אין די ספרים אז פאר משיח וועט קומען וועט זיין אן עולם התיקון, און דאס איז וואס איר לעבט מיט, איר דארפט זיך פרייען אז מ'ווערט בעסער ב"ה".

"ווערט בעסער? שרייט ער הייזעריגערהייט, דו מיינסט מיר צו זאגן אז אונזערע רבי'ס פון אלטן דור זענען געווען אין א שוואכערע מדריגה ווי די היינטיגע".

"רבי איד איר ווילט זיך שערן???" - די שמועס קומט צו א פלוצים'דיגן האלט, און איך האלט ווייטער ביי אל"ף.

גיי מיר ארויס פון דא, נישטא וואס צו הערן. ביי די שטיגן אינדרויסן שטייט א קופקעלע, זעהט מער אויס אז מ'שמועסט איבער די טערקישע ערד ציטערניש, אבער קומענדיג נענטער הער איך אז מ'רעדט פון וויכטיגערס, די דעעשער ראוד איז אפגעשפארט, און יעדער פארציילט חכמה'לעך וויאזוי מ'האט זיך ארויסגעזעהן פון פלאנטער. נישט אינטערסאנט, אבער איינער האט יא געזאגט עפעס ווערד צו פארצייכענען. ער פארציילט אזוי:

"איך בין אריין אויף מירון, געקומען קיין דעעש, פארשפארט, פאר איך צו געצל'ן, איז דא א חתונה ביי מרדכי שעהר'ן, פארקירווע איך צו ישראל זופניק'ן שטייט מען ביז לעמבערג ווארטנדיג אז די סטאפ סיין זאל זיך טוישן צו א פאר סיין, דריי איך זיך צוריק צו כהנא, און איך שטעל מיך אראפ ווארטן אויפן ישועת ד'."

דאס איז נישט אזוי אינטערסאנט ווי דער ליטוואק אין דער זייט וואס איז געקומען מעורר זיין אז צו רעדן לשה"ר אויף אזויפיל אידן אין איין שמועס פאסט נישט אפי' פאר חסידים. ביז איינער האט אים מסביר געווען ווער די חשוב'ע אידן זופניק שעהר און כהנא וכו' זענען געווען און ער האט זיך בארואיגט און געגאנגען זוכן א מנין מנחה.

איך גיי ווייטער, נישטא קיין צייט צו פארברענגען, אריין אין אויטא איך פאר צו אנדערע מקומות מסוגלים פאר א שטיקל שפיאנאזש ארבייט, אריין אין שאפינג סענטער, פארשטייט זיך איך פארק שיעף, מיט א האלבן ראד אין דעם שכן'ס פארקינג, פשוט מ'זאל נישט מיינען אז איך בין א פרעמדער דא. אזא סארט היימישקייט, און איך לויף אריין מיט מיין בלוטוט אין דעם ערשטן גראסעריי און כאפ א וועגעלע, און פאר ארום ווי איינער וואס זוכט בעקעלעך און קען נישט די סייזעס.

איך זעה נישט קיינעם שמועסן עכט, אבער איינער איז יא א גוטער איד, ער רעדט אויפן טעלעפאן זייער הויך, ער כאפט נישט זעהט אויס אז ער איז יעצט אין פובליק, אדער אפשר יא, אבער האט גאנץ אינטערסאנטע געדאנקען. ארויס מיטן ביכל און פעדער, איך מאך זיך ווי איך ליין די ארדער ליסטע, און היידא, מ'נעמט נאטיצן.

זאגט ער עפעס אז זיין שכן האט ארויסגעבויט א פארטש פונקט איבער די לופט וואס ער פלעגט נוצן צו אטעמען, אבער ער האט אים עפעס פיין צוגעפיקסט, (ער לאכט זיך אינטער און רעדט אומקלאר, איך לויף נענטער, א שטייגער ווי איך וויל טרעפן דארט די ציין בערשטלעך, פונקט שטייט ער דארט וואס זאל איך טון) "איך האב אנגעהויבן אטעמען די לופט פון די אנדערע זייט, איך פייף אריין אין אים".

אקעי נישט שלעכט, איך וואלט נישט געטראכט פון אזא מהלך, איך האף אז דער שכן האט נישט שלאפלאזע נעכט. אבער ער רעדט ווייטער, ער פארציילט אז באמת האט דער שכן געמעגט ארויסבויען, ווייל מ'האט זיך אזוי אויסגענומען, נאר די וועג וויאזוי ער האט עס געטון איז געווען אוממענטשליך. איז ער מסביר, "די גאנצע וועג, זיין עטטיטוד, איך ווייס נישט, דו ווייסט וואס איך מיין? די גאנצע וועלט איז זיינס. ער מיינט אז איך ווייס נישט אז ער דארף דעם גאנצן פארטש ווי א לאך אין קאפ, ער טוט עס נאר כדי צו ווייזן פאר (עפעס א נאמען, איך קען אים נישט) אז ער קען אויך ארויסבויען". - בקיצור א קריך אויף די גראדעניש.

איך טראכט אזוי צו מיר, אזוי אינטערסאנט די טעמע, מ'דארף פון דעם רעדן, וויפיל מאל איז דא וואס מיר קריכן אויף די גראדעניש צו באשולדיגן יענעם מיט עפעס און מיר ווייסן נישט פונקטליך פארוואס.

א בליץ! דער איד האט עס געמאכט מיט מיר, איך לאז דעם וועגעלע פונקט אינמיטן דארט ווי יעדער לאזט עס, זאל דער מעקסיקאנער עס אוועק רוקן באלד ווען ער ברענגט אריין די וואגן מיט סענדוויטשעס, און איך רייס אריין אין קאר, איך האב א טעמע. וזה החלי:

די טעמע פון די וואך וועט זיין "ווער איז שולדיג?"

אין די וועלט אין וועלכן מיר לעבן ווען עס גילט דער כלל אז וויאזוי עס גויאישט זיך ליידער אידישט זיך, און אסאך פון די אטמאספערע אין די גאס רייסט זיך נעבעך אריין אין אונזער היימישע אידישע סביבה, איז דא א נקודה פון "באשולדיגונגען" וואס וואלט ווערד געווען צו ארומשמועסן.

נו וואס זאל איך טון אז דער גאנצער הכנה צו די מצוה דא איז געווען אזוי גרויס אז איך האב מער נישט פלאץ אויף דעם ארימען בלאט וואס מ'האט מיר צוגעשטעלט פון די רעדאקציע, וועל איך שמועסן איבער די טעמע נעקסטע וואך אי"ה, און ביטע שיקט אריין א פארלאנג צו די רעדאקציע מיר צו געבן אביסל מער פלאץ זיך אויסצוברייטערן, איך האב אויך נישט ליב דעם "פארזעצונג קומט אי"ה" אבער איך קען דאך נאר שרייבן דארט וואו מ'ערלויבט מיך.

אויף ווידערזעהן קומענדיגע וואך טייערע לייענער, ביזדערווייל האלט אייך ניכטער.