יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ קריסטאל
ארטיקלען

למעשה, ווער איז שולדיג? (חלק ב')

פערספעקטיוו · "היימשטאט" · פרשת תצוה תשפ"ג

רעכענענדיג זיך מיטן מצב פון מרבין בשמחה האב מיר פאריגע וואך אנגעהויבן א מער לייכטערע טעמע נישט אנצושטרענגען די האלב בגילופין'דיגע לייענער, און טראץ וואס דער טעמע פאר זיך איז ערנסטער ווי איר מיינט, איז עס אפשר לייכטער צו פארדייען.

דאס איז די נושא פון "ווער איז שולדיג".

מיר זענען אידישע קינדער, מיר זענען אויפגעוואקסן און מחונך געווארן מיט א קלארע פארשטענדעניש אז סיי וואס עס פאסירט אין די וועלט, צו ס'זאל זיין א נאטורליכע אדער אומנאטרוליכע געשעעניש, צו ס'זאל זיין פון דעם דומם, צומח, חי, אדער מדבר וועלט, אלעס איז באשערט און גארנישט רירט זיך נישט אן קיין דירעקטע קלארע באפעל פון אויבן.

אונזערע שכנים אין דעם גלות אמעריקע זענען נישט אזוי אויפגעוואקסן, און אין די וועלט פון דעמאקראטיע איז דער דערהער פון קלאגן א צווייטן פאר מיינע פראבלעמען איינע פון די רעכטן וואס מיר באקומען אלס א סימבאל פון פרייהייט.

למשל: אויב האט איר א הויז ערגעצוואו אין די פאראייניגטע שטאטן און פאר א האלב פארלאזירטן גוי איז בייגעפאלן זיך אויסצוגליטשן פונקט פאר אייער הויז, נישט קיין חילוק אונטער וואספארא אומשטענדן, וועט די ערשטע שאלה זיין: ווער איז שולדיג? וועם קען מען קלאגן? וועם קען מען טראגן צום טייך און אויסוואשן פון יעדע פרוטה פאר די שרעקליכע עולה פון "זיין שולדיג" אז דער גוי האט זיך אויסגעגליטשט.

אויב איז אייער שלימזל אז עס איז פונקט פאר אייער הויז, זענט איר שולדיג, עכ"פ אויף אזויפיל אז איר ווערט יעצט מסובך אין א לעגאלן קריג צו נישט דארפן באצאלן פאר די שאדנס, וואס דאס אליינס איז א פרשה פאר זיך וויאזוי די שאדנס ווערן גערעכנט, און ווי מ'קען זעהן ממש בעין אז אמאל איז א גליטש א ירידה לצורך עלי', ווען דער מענטש וואס איז א קבצן כל ימיו ווערט פלוצלינג נתעשר ווייל דאס איז אפגעשאצט געווארן אלס די שאדן.

דאס איז נאר א משל אין דעם גרעסערן ראם פון די נושא, אבער עס פאסירט אויך אין גאר קלענערע פארמאטן, ווען א מענטש וועט אפי' נישט האבן אויף וועם צו ווארפן די שולד פאר א קליינעם עגמת נפש'ל און ער וועט נישט רוען אין זיין מחשבה ביז ער וועט זיך בארואיגן מיט א באשולדיגטן.

פארשטייט זיך אז עס האט זיכער א חלק וואס דארף אנערקענט ווערן אלס ריכטיג דעמאקראטיע וואו די אמת'דיג באשולדיגטע ווערן אויפריכטיג געפאדערט צו באצאלן זייערע שאדנס, און פארדעם איז דא אינשורענס קאמפעני'ס וואס מאכן א לעבן אויפן דערשראקענעם ציבור, וואס אין אמעריקע איז דער מרבה נכסים מרבה דאגה א פשוט'ער אמת וואס דארף נישט קיין מפורשים.

אבער דער מהלך המחשבה איז נישט געבליבן אין די גויאישע גאס, עס האט געמאכט א שטארקן לינקס אריין אין אונזער לאגער, און איז היינט פאר'אידיש'ט געווארן. עס איז אמת אז פון יעדע זאך וואס פאסירט קען מען זיך לערנען וויאזוי צו פארמיידן קומענדיגע מאל אזוינס, און דאס איז א אידישע מדה צו לערנען פון די טעותים און פאררעכטן, אבער וואו אין די וועלט שטייט אז יעדע מאל ווען איך כאפ א רוק מיינט אז איינער האט מיר עס געטון?

וויפיל מאל טרעפט זיך דער מענטש באשולדיגן יעדן נאר נישט זיך, אפי' פאר אזא קלייניגקייט ווי פארקוקן א עקסטערן טרעפל און כאפן א כמו שיער אראפזעץ אויף די שטיגן, וועמעס שולד איז עס? אויב נישט דער בויער וואס האט פונקט געלייגט א טרעפל וואו איך גיי?

ווער איז שולדיג אז איך בין היינט אויפגעשטאנען אויף די לינקע זייט? איר ווילט וויסן? איך אויך. קען זיין אז די וועטער איז שולדיג? ס'איז דאך א שיינער טאג, אה מוז זיין אז מיין נעכטיגער שמועס מיט מיין חברותא האט מיך צעשטורעמט, קען זיין דאס האט גורם געווען איך זאל היינט זיין שלעכט געלוינט? אבער וואספארא שמועס? מ'האמיר פלייסיג געלערנט און גארנישט געשמועסט בכלל, אלזא וואס איז די סיבה פארוואס איך בין היינט אויף די לינקע זייט? מוז זיין לכאורה אז די רעכטע זייט איז פונקט נישט דערביי געווען ווען איך בין אויפגעשטאנען האב איך געמוזט נוצן די לינקע.

יענס געלעכטער, ווער האט געזאגט אז איינער מוז זיין שולדיג? אודאי שטייט אין די ספרים הק' אז לייגן זיך אויף די לינקע זייט איז א סגולה אויפצושטיין אויף די רעכטע, אבער מיינט דאס דען אז אויב איך בין היינט אין א פארזשאווערטע גיסטע איז יעדער ארום מיר שולדיג?

די דעמאקראטן זענען שולדיג פארוואס איך צאל שטייערן.

קהל איז שולדיג פארוואס איך צאל מקוה געלט.

די מוסדות פאר מיין אומגעהויערע שכר לימוד.

די ירידת הדורות איז שולדיג פארוואס איך טרעף נישט קיין פארקינג.

די ווילעדזש איז שולדיג אויף ווילדע דרייווערס.

די מנהלים זענען אלע אינאיינעם שולדיג פארוואס מיין זון האט נישט געקענט ביים פארהער.

און די מגידי שיעור זענען שולדיג פארוואס מיין זון האט פארשפעטיגט זמן קרי"ש.

אויף וואס בין איך שולדיג?

אה איך בין נאר שולדיג פארן נישט זיין גענוג בראוו און טון צו די זאך און גיין מוחה זיין אויף די באשולדיגטע, איך בין נישט גענוג קוראזשפול זיך אויפצושטעלן פאר מיינע רעכטן. מיינע רעכטן ווערן צוטרעטן און פארווישט, און איך זיץ ווי א נער און טו גארנישט דערצו.

איך שמייכל זיך אונטער אסאך מאל ווען איך רעד מיט א מענטש און ער פאנגט אן צו רעדן די שפראך פון וידוי והודאה ווי איינער וואס גייט יעצט מודה זיין אויף זיינע אייגענע שולדן, און איך עפן די אויגן די גרעסטע וואס איך קען נאר פאר וואונדער צו הערן דעם נס גדול ווי איינער איז מודה אז ער איז גאר אליינס שולדיג. און וואס הער איך געוויינליך? עפעס אזוי:

איך וועל דיר זאגן דעם אמת, איך בין זיך אליינס שולדיג אין מיין זון'ס אויפפירונג, (וואס???? זאג איבער!) יא, איך קען גארנישט זאגן מער ווי מודה זיין אז איך בין שולדיג. (אזוי? דהיינו?) איך וואלט ווען געדארפט גראד אנהייב יאר אריבערגיין אין תלמוד תורה און אריינגעבן דעם מלמד מנה אחת אפים פארן זיין אזוי אומקאמפעטענט... (אה דאס איז דיין שולד? איך פארשטיי שוין)

אדער, איך וועל דיר זאגן ר' זאב, איך שפיר אז איך בין שולדיג אין די אומדערטרעגליכע אומשטענדן פון מיין דזשאב, (אזוי? דהיינו?) איך וואלט שוין לאנג געדארפט מיין בעל בית שטעלן אין פלאץ פאר זיינע אומרעכטן. וכדו'.

דאס זעהט אויס ווי איינער איז באמת מודה אויף שולד געפילן? אדער מיר זענען ווייטער ביים אלטן? יא, ווייל דאס איז די ליבעראלע וועלט אין וועלכן מיר לעבן, אלעס מוז האבן איימיצער ווער ס'איז שולדיג, און ביי קיין שום פאל קען עס נישט זיין איך אליינס.

אלזא לאמיר אראפשטעלן זייער קלארע הנחות, וואס איך מיין יעדער וועט מודה זיין דערצו.

ווען עפעס גייט קרום מיינט נישט אז עס מוז זיין מיט סיי וועלכע שולד אינדערמיט, עס איז אייך באשערט געווען א מינוט עגמת נפש, זאגט גם זו לטובה, און פארגעסט נישט אז דאס איז נאך בינך ובין קונך, און קיינער מוז נישט זיין שולדיג דערויף.

ווען איר טרעט אריין אין אויסגעגאסענע הערינג נאך א קידוש, דארפט איר נישט אפירזוכן דעם קינד וואס האט עס בטעות אראפגעווארפן כדי איר זאלט אויף אים קענען ארויפשליידערן די שולד. ס'וועט גארנישט פאסירן אז איר וועט קומענדיגע מאל בעסער קוקן וואו איר גייט.

ווען איר טרעפט נישט אייער מאנטל, דארפט איר בכלל נישט זוכן דעם שולדיגן וואס האט אראפגעלייגט זיין מאנטל נאך אייך און אייך געמאכט פארלירן חשבון די וויפילטע אייערס איז. אנשטאט זוכן דעם שולדיגן, געבט א זוך אויף דעם מאנטל, און קומענדיגע מאל פרובירט בעסער צו געדענקען.

ווען איר שרייט הויעך אמן יהא שמיה רבה אינמיטן קדיש אויפן נישט ריכטיגן פלאץ, דארפט איר נישט ווארפן די שולד אויפן שכן וואס האט אייך צומישט מיט זיינע דביקות גרימאסן. ס'מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות.