יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ קריסטאל
ארטיקלען

וויאזוי איז דער וועטער היינט?

פערספעקטיוו · "היימשטאט" · פרשת ויקהל-פקודי תשפ"ג

דער אריבערגאנג פון פורים צו פסח קען א גוי נישט פארשטיין, עס גיבט זיך א 360 דעגרי מצב רונדע פליק און פון פרייליך לעבעדיג און לוסטיג, ווערט פרייליך לעבעדיג און אנגעצויגן, אודאי איז דער יו"ט פסח א צייט אויף וואס יעדע אידישע נשמה לעכצט און ווארט, עס איז דער חג האמונה ווען אידן דערציילן פאר די קינדערלעך די ניסים פון יציאת מצרים, און מיטן דערציילן ווארצלן זיי זיך אליינס איין די לעכטיגע אמונה וואס באגלייט דורכאויס דעם יאר.

אבער דערמיט קומט עפעס א קאלמוטנער אנגעצויגנקייט ביי מאנכע וואס האט נישט קיין פירוש. לאמיך מסביר זיין וואס איך רעד, ניין נישט די אנגעצויגנקייט פון וואס יעדער רעדט און אויף וועלכן די פאלקס ווערטלעך דרייען זיך ארום אז די קינדער זאלן נישט זיין דער קרבן פסח, וכדו', איך וואלט אייך נישט באמוטשעט צו לייענען דאס וואס איר קענט שוין פון אויסנווייניג, איך רעד פון גאר אן אנדערן מציאות.

איר האט שוין אמאל געזעהן ווען א בעל תפלה דאוונט און ציהט ארויף מיטן גארגל אויף למעלה מעשרים אמה און דער עולם ארום זעהט פלוצלינג אויס ווי זיי שטרענגען זיך אן, די שטערנס ווערן פארקנייטשט און די מיילער פארגאפט, און ס'זעהט עפעס אויס ווי יעדער העלפט אים.

איר האט שוין אמאל מיטגעהאלטן ווען איינער כאפט א זיץ אינעם לויפנדן שאסיי און יעדער פארקרומט די מיילער פאר פיין און יסורים?

אדער ווען איינער צושרייט זיך אומווילנדיג אין א פולן ביהמ"ד און יעדער בייגט זיך אראפ פאר בושה.

ווען דער לכה דודי פארפארט און דער עולם ווערט רויט?

יא, די אלע באקאנטע פעלער ווען דער ארומיגער המון עם וואס האט באמת נישט קיין שייכות צום דורכפאל אדער איבערארבייט ווערן אבער פאר סיי וועלכע סיבה אומווילנדיג אונטערן געוויסן אנגעשטרענגט. עס זעהט עפעס אויס ווי א אומנאטורליכע אבער העכסט נאטורליך און געוויינליכע ערשיינונג ווען מענטשן ווערן נשפע פונעם ארום, און רעאגירן אומפארשטענדליך דערצו.

דרייט זיך א אינגערמאן אין די ערב פסח טעג אנגעשטרענגט פונעם מצח ביזן בארדע כאילו ער האט עפעס א גרויסן שייכות מיט הוהא און געטומל, ער פארקויפט נישט קיין מצות ער קוועטשט נישט קיין טרויבן, ער עסט ביי די שווער און שוויגער, און ער האט אפי' נישט קיין קאר פסח'דיג צו מאכן. סך הכל דארף ער הערן צוויי דריי שיעורים צו וויסן אפאר תורות איבער צו זאגן ביים סדר, קענט איר מיר זאגן פארוואס דער אינגערמאן איז אזוי איבערגעשטרענגט?

פארציילט מיר א געוויסער פאנדרעיזער פון א גאר הייליגן מוסד, וועלכער איז שטארק אנגענומען און מענטשן רעספעקטירן זיין צוועק גאר שטארק און מ'גיבט אים שיינע סכומים. ווי נאר דער שושן פורים זמן צאת הכוכבים קומט אפיר, הייבט זיך אן אזא סארט אפענטפעריי פון רוף מיך נאך פסח, איך בין יעצט פארנומען פארן יום טוב.

ער זאגט מיר ער פארשטייט אז אידן זענען אנגעשטרענגט מיט טיילן פאר קמחא דפסחא, און ער דארף אביסל זיך רוקן אין די זייט פאר די עסקנים פון די זמניות'דיגע צוועקן, אבער וואס איז דאס דער שארפער אפזאג פון קום צו מיר נאך פסח ווען עס רעדט זיך פון אזוינע וואס די קמחא דפסחא צוועקן שטרענגען זיי נישט אן, זיי זענען פשוט אנגעשטרענגט פון דעם מצב.

איך רעד צו א איד וואס איז אין א ביזנעס לגמרי נישט קיין שייכות מיט געלט, א סערוויס וואס ער גיבט פאר אנדערע ביזנעסער, און ער אויך ווי אלע באקומט דעם קאלטן רוקן פון "נישט יעצט, נאך יו"ט". און ער וואונדערט זיך פאר מיר, וואס פאר א שייכות האט מיין ביזנעס מיט ספירת העומר? פארוואס קענען נישט די אידן וואס זענען עוסק א גאנצן טאג על המחי' ועל הכלכלה אנגיין געהעריג און נישט אויסזעהן ווי זיי קומען אקארשט פון ים סוף.

ס'דא אזוינע וואס נעמען דעם חייב אדם לראות את עצמו אויף א גאר עקסטרעמע לעוול פון ממש שפירן די היץ פון דעם מצרי'שן בראטענדן זון אויפן פלייצע, ס'שפירט זיך עפעס ווי א מולטי טעסקינג פראבלעם, ער קען נישט טון צוויי זאכן אויף אמאל סיי ס'זאל זיין חודש ניסן, און סיי באצאלן בילל'ס. וויפיל קען מען דאס פארלאנגען פון איין מענטש.

עס איז צייט צו פארשטיין און איבערטראכטן אז דער מחליף זמנים און משנה עתים וועט שוין אליין מסדר זיין דעם יום ולילה, און ער דארף נישט קיין אתערותא דלתתא אז מ'זאל אים העלפן און זיך אנשטרענגען מיט דעם. יא מ'קען און מ'דארף לערנען הלכות החג, עוסק זיין אין די הייליגע מצוות וואס מיר קוקן ארויס אגאנץ יאר צו קענען מקיים זיין, אבער דאס איבעריגע קען מיר רואיג לאזן פארן מערכת השמים, און דער שמייכל קען צוריק ארויפגיין אויפן פנים כאילו עס איז נישט פאר פסח נאר נאך פורים.

אז מ'רעדט שוין יא פון מצב, און פון אטמאספערע, איז אינטערסאנט צו באמערקן אז דאס אפעקטירט אויך אונזער פשוט'ן יעדן טאגיגן לעבנס שטייגער גראדע גאר נאטורליך, ווען דער וועטער איז א שטארקער מכריע צו דער מענטש זאל היינט זיין אויף די רעכטע אדער לינקע זייט, אין די אמאליגע וועלט פלעגט מען עס רופן אויפשטיין אויף די לינקע זייט, כאטש וואס אין חז"ל איז קלאר אז עס איז דא דערביי אן ענין זיך צו לייגן אויף לינקס אויפצושטיין אויף רעכטס, בין איך כמעט זיכער אז עס איז נישט קיין דרבנן אז ווען מ'שטייט אויף אויף לינקס מוז מען מפקיר זיין דעם טאג.

דער אידל קריכט ארויס פון אונטער די קאלדרע און אויפן פענסטער זעהט ער א פארנעפלטן וואלקן, און ער שלאגט כפרות מיטן גאנצן טאג. עס איז אמת אז נאטורליך איז דער מח אזוי פארדראטעוועט אז דער קערפער שפירט דעם וועטער, אבער מיר זענען דאך עטוואס שטערקער פון דעם, און אפי' לאמיר שוין זאגן אז עס איז א שווערער פראצעדור, מ'פארגעסט דעם כח השמחה וואס מיר פארמאגן, מוז מען דאך נישט געבן צו שפירן פאר די ארומיגע אז מ'איז מקיים דעם מצוה מיט הידורים.

אן ארבייטער ביי א פירמע פארציילט אז ווען ער זעהט דעם וועטער צופרי ווייסט ער שוין וואס ווארט אים פון זיין בעה"ב אין די ארבייט היינט, ער פרובירט מיט אלע כוחות אין א פארנעפלטן טאג צו שטיין אויפן אנדערן שטאק און ווי ווייט מעגליך פון זיין בעה"ב וועלכער האט א עקסקלוסיווען קאנטראקט מיט די וועטער און קען בשום אופן נישט ברעכן דעם קאנטראקט פון זיין אנגעצויגן.

אלזא וויאזוי ספראוועט מען זיך דערמיט? פירט אריבער דעם מח אין די חסדי ד' וואס באגלייטן אייך אימער, און טראכט איבער די שיינע לעכטיגע שטוב וואס איר האט, אדער די פיינע פרנסה, אדער אנדערע אנערקענטע חסדים אויסער די אלפי אלפים חסדי ד' וואס מיר זעהן נישט, שפענדט מען א מינוט אדער צוויי מיט א הודאה צום אויבערשטן על כל הטוב אשר גמלנו אין סיי וועלכן הינזיכט וואס ווארעמט דאס הארץ, און דער וועטער ווערט אויס פאקטאר, מ'פארגעסט אין וועלכן פלאנעט מ'לעבט, מ'זעהט נישט קיין רעגן און מ'שפירט נישט קיין שניי, מ'איז פרייליך ביז די טיעפענישן פון הארץ. אזוי טוט אן ערליכער איד.

און אויב ארבייט זיך אייך נישט אויס דער ענין, און עס פעלט אייך אויס א עבודה קשה דערויף מאכט עכ"פ זיכער אז די ארומיגע פאלן נישט קרבנות צו אייער פערזענליכן פראבלעם מיטן וועטער. שטייט ווייט פון אייערע ארבייטער אויב קענט איר נישט ספראווענען דערמיט, און מיט סיי וועם איר טוט אפעקטירן אין יעדן טאגיגן לעבן. שפארט אייך איין אין א שטוב אן קיין חלונות און קומט ארויס ווען דער וועטער ווערט בעסער.

געדענקן דארף מען די ווערטער פון הייליגן חינוך וואס זענען יעצט אזוי פעליג בימי החג, אדם נפעל כפי פעולותיו, און נישט כפי דמיונותיו אדער קור וחום. צו קעלט און צו היץ דארף מען טוישן די בגדים, נישט דעם נפש האדם, מ'שטעלט זיך אוועק אלס א כאראקטער וואס ווערט נישט באאיינפלוסט פון דעם וועטער.

די פארנומענע אידן וואס זענען באמת פארנומען מיט מצוות און מעשים טובים, און אפי' על המח' ועל הכלכלה, האבן נישט קיין צייט צו ווערן נשפע פון דעם מצב, און אפשר איז כדי איר זאלט אויך ווערן פארנומען מיט עפעס.

איך רעד נישט צו אייך, איר האט נאר פונקט געליינט דעם ארטיקל, אבער עס איז געשריבן פאר איינעם וואס האט יא דעם פראבלעם, איר קענט עס לייענען און הנאה האבן אז מ'מיינט נישט אייך ב"ה.

האט א גוטן לעכטיגן שבת