יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ קריסטאל
ארטיקלען

פרשת ויקרא תשפ"ג

פערספעקטיוו · "היימשטאט" · פערספעקטיוו

איך האב שוין מערערע מאל געדארפט אין מיין לעבן אויספילן א אפליקאציע פאר פארשידענע צוועקן, ווי למשל ווען איך האב איינגעשריבן זיך פאר א געוויסע דזשאב, אדער פאר געוויסע בענעפיטן, וכדו', און די שאלות אויפן פארם וואס איך האב געדארפט אויספילן זענען געוויינליך געווען גארנישט אויסערגעוויינליך, נאמען אדרעס און אזוי ווייטער,

צומאל וועלן אבער די שאלות ווערן טיעפער און שווערער, מ'וועט פרעגן שאלות פון דעם עבר וואס איך דארף האבן א גוטן זכרון צו געדענקען, כל שכן ווען דער אמת איז אז איך האב באמת אין עבר נישט געהאט עפעס וואס זאל זיין ריכטיג צו ענטפערן אויף די שאלה, און אויפקומען מיט א ליגנט דארף מען דאך יעדע מאל געדענקען דעם ליגנט.

ווי למשל ווען מ'האט מיך ביי עטליכע פעלער געפרעגט וואס מיין "האבבי" איז, דאס מיינט וואס איך האב ליב צו טון ווען איך בין לאנגווייליג, אדער וואס איך האב הנאה צו טון עפעס וואס האט נישט עכט קיין תכלית בכלל.

אין די גויאישע וועלט איז דא אסאך אזוינע זאכן ווי ספארטס און אנדערע שפילן וואס גרויסע טאטעס און זיידעס וועלן דורכשמועסן און איבערלעבן מיט א אייפער וואס מ'זעהט ביי קליינע אידישע קינדערלעך להבדיל ווען זיי טרעידן מצוה קארטלעך. (נאך אלס א ביזנעס? דארף איך פרעגן די קליינווארג) אבער די גרויסע גויעלעך נעמען דאס צו א גאר עקסטערעמען לעוול און מ'קען אפי' ווערן בייז איינער אויפן צווייטן אויב קריגט מען זיך איבער א געוויסן שפיל און איבער דעם אויסקום פון א געוויסע ספארט פארטיי,

ווען מ'גייט אריין אמאל צו א ביזנעס קאנווענשאן אדער מיטינג און מ'טרעפט זיך מיט גויים פון ארום דעם כדור העולם מיט אנדערע עבודה זרה'ס און פארשידנארטיגע נימוס, וועט אבער דער אייגנטליכער שמועס פון ספארטס אדער האבביס זיין עפעס וואס וועט עפענען דעם קארידאר פאר א שמועס מיט שרים פון אלע פעלקער צוגלייך און יעדער פארשטייט דעם שמועס.

אינטערסאנט אז אין געוויסע ביזנעסער וועט מען אפי' פארלאנגען פון די ארבייטער צו וויסן א שפאר ביסל פון די נארישקייטן צו קענען מאכן א שמועס מיט א פרעמדן לגבי פארקויפן א פראדוקט, און דער איד פלעגט אלס דאס טון אין א בחינה פון כפאו שד זיך אויסלערנען די טערמינען און זיך מאכן ווי מ'ווייסט א זאך אדער צוויי אין די נושא, אבער מער ווייניגער אינטער די וואנצן האט מען זיך אונטער געשמייכלט פון דאס נידריגקייט פון דעם שמועס.

גאר אינטערסאנט, אבער ווייט נישט נוגע פאר די חשוב'ע לייענער פון דעם היימשטאט, וואס גייט מיך אן צו א גוי האט ספארטס אדער אנדערע האבביס? עס איז דאך א ברכה פון הימל אז זיי האבן וואס צו טון מיטן צייט און טשעפענען נישט די צייט מיטן שונא לעשו, זאלן זיי זיך מחי' זיין מיט די הבלים. און איך שמייכל אז עס איז א חסד פון הימל דער גאנצער ענין פון ערוואקסענע שפילעריי.

אבער וואס איז יא נוגע איז ווען דער חילוק צווישן איד און גוי ווערט פארשמעלערט און עטוואס פארזעהן אינעם גאלאפ פון ירידת הדורות (הגם איך בין נישט קיין חסיד פון די ירידת הדורות קאמפיינערס, איך האלט גאר אז דער דור גייט אויף ארויף אין אסאך הינזיכטן, אבער הערט מיך אויס אויף דעם ענין)

מיר זענען אויסגעוואקסן מיט א אריינגעבויטן געפיהל אז אלעס וואס מיר טוען אין לעבן איז פארן תכלית פון עבודת ד', און האפנטליך ווען דער יצר איז נישט צו שטארק מתגבר דערמאנען מיר זיך און מיר לעבן אויף דעם אופן, עס איז אן אינערליכער אינסטינקט וואס יעדער אידיש קינד האט און וועט אלס האבן.

אבער אפי' אויב מ'רעדט נישט פון דעם תכלית האמיתי וואס דאס איז א צמיתות'דיגער אומטוישבארער מציאות, איז דער אידישער קאפ אזוי געווייערט אלס געווען אז ווען ער טוט עפעס דארף עס האבן א סיבה, מ'האט נישט געקענט נעמען א מענטש און אים בעטן צו טון עפעס סיי וואס נאר אויב האט מען אים געקענט געבן א סיבה און א תכלית, אמת אדער ליגנט, געלאזט זיך אפקויפן אדער נישט, אבער דאס איז זיכער ער האט פארלאנגט א קלארקייט פארוואס ער טוט וואס ער טוט און וואס דאס וועט אים ברענגען.

געווען טאקע תמימי לב וואס זענען אין די רייען פון אט די חקירות פון תכלית דורכגעפאלן, געווען אזוינע וועם מ'האט געקענט שנעלער איינרעדן א תכלית וואס לא הי' ולא נברא, אבער אפי' די גרעסטע שווינדלער האבן געוואוסט אז דעם איד קען מען נאר אפקויפן אויב קען מען פארקויפן תכלית.

איז געקומען א תקופה פון א נייע סארט אידישקייט, פלוצלינג הערט מען אידן רעדן פון האבבי'ס און "ענדזשוימענט" מ'רעדט פון דעם ווי עפעס וויכטיגס און עפעס וואס האט א ממשות, איין מינוט, ווערט נישט איבערגענומען דא, איך מיין נישט צו זאגן אז ס'איז אויסגעשלאסן אז מ'טאר זיך נישט אמאל אויסבלאזן און זיך אפרוען אדער אפי' האבן עפעס וואס האט נישט קיין ספעציעלע ווערדע און הנאה האבן, איך בין נישט קיין דיין אדער מורה הוראה צו פסק'ן וואס מ'מעג אדער מ'טאר נישט, אבער איז דען נישט קיין בושה ווען א טעמע ווי האבבי'ס ווערט א שמועס צווישן ערוואקסענע?

עס איז זיכער אז דאס האט צו טון מיט די נייע סמארט וועלט וואו שטותים און הבלים ווערן אויסגעשמועסט דורך מענטשן מיט טיטלען פון גרויסע עקזעקוטיוון, און ווען דער קליינטשיגער סוב מוח זעהט דאס גייט אים אריין אין קאפ אז עס איז גאר נארמאל, און ער פארגעסט זיך אז ער שטאמט נישט פון סיסרא אדער סנחריב.

דער איד וואס האט אלס געוואוסט אז ער איז עפעס העכער און אפי' אויב זוכט ער אמאל צו טרייבן צייט רעדט ער נישט דערפון, ער מאכט א שווייג, און האפט אז קיינער זעהט נישט, און היינט שעמט ער זיך נישט צו רעדן און דערציילן און האט גאר הנאה פון דעם שמועס און גלייבט מיר נישט אבער אמאל ווערט גאר דער שמועס היציג.

די אמאליגע עבירה ביי א שמועס איז געווען אז מ'האט פאליטיזירט אין אידישע לשה"ר'ס און ליידער איז דער יצה"ר פון שנאת חנם געווען דער קעעניג פון די פלוידערייען, ער האט אבער רעזיגנירט צום נייעם מלך זקן וכסיל פון פלוידערייען איבער לופטיגע נישטיגקייטן.

דער גוי האט אלס געדארפט האבן א "האבבי" און רעדן דערפון, און דאס איז א חסד פון הימל כדי ער זאל האבן עפעס א ציהל אין לעבן און כאטש זיך איינרעדן אז דאס איז דער ציהל, ער האט זיך אזוי פראגראמירט אז כדי צו האבן עפעס פון זיין לעבן מוז ער האבן "הנאה", און אן קיין ריכטיגן ציהל צו וואס ער וויל דערגרייכן, וואס קען דען זיין "הנאה"? עס מוז זיין עפעס וואס ער מוז אליינס פארשאפן אדער גאר באשאפן, און ער נעמט זיך א געוויסע ספארט און אפי' אויב האט ער עס נישט דוקא ליב מאכט ער זיך ביז ער האט עס שוין ליב, און ער פריידט זיך אז עפעס דערווארימט אים די טרוקענע גלידער.

דער איד וואס זיין תכלית איז פיל טיעפער און ווייטער, אפי' אויב בלאנדזעט ער א מינוט אויף די זייט, און ער פארגעסט דעם תכלית האמיתי, האט ער אבער א געוויסן אינסטינקט אז עס איז דא עפעס צו וואס ער וויל דערגרייכן, און אפי' אויב ער איז ביים ערשטן טרעפל אדער ווייניגער ווייסט ער צו שעצן דעם אומשאצבארן ארטיקל וואס הייסט "תכלית", און ער האט הנאה פון זיין פארשריט ווען ער מאכט דאס.

צו נעמען דעם אידישן קאפ און פרובירן נאכצומאכן דעם גוי אז מ'האט הנאה פון לופטיגקייטן, אלעס ווייל דער הויכגעשעצטער עקזעקוטיוו דער גוי רעדט דערפון מיט אכט און שעץ איז עפעס וואס דארף מחשבה און התבוננות.

רופט מיך נישט צו דין תורה אויב איר פארשטייט נישט פון וואס איך רעד, נאר נעמט אייך שוין לייענען דעם נעקסטן ארטיקל און פארגעסט די נושא, עס איז נאר נוגע פאר וועם ס'איז נוגע.

א גוטע וואך.