יא, דער נאמען פון ארטיקל איז נישט קיין ספעלינג טעות, איך רעד טאקע היינט פון די אפיקומן אפקומעניש וואס ווערט מער און מער אן אינטערנאציאנאלער פראבלעם.
פון איין זייט ארבייטן די עסקנים פון חינוך אויף די קינדער אויף אן אופן וואס מ'האט נישט געזעהן אין די פארגאנגענהייט,
פון די אנדערע זייט ארבייטן די עסקנים פאר צמצום הוצאות אויף א גאר אפעקטיוון אופן.
עד שבא הכתוב השלישי און די קינדערלעך מאכן א גרויסן שלשלת און ס'טוט זיך טיש און בענק און אפיקומן.
לאמיר אביסל קלארער מאכן וואס די טעמע איז, דער מנהג פון אפיקומן איז נישט עפעס וואס 'מקען לייכט אוועק מאכן, מ'האט פאר די קינדערלעך געגעבן פארשידענע מטעמים זיי צו האלטן וואך ביים סדר, און דער געדאנק פון גנב'נען דעם אפיקומן גייט צוריק צו אור אלטע מנהגים אין וועלכן איך רעד אפי' נישט אריין.
אבער דער וועג וויאזוי פון א מנהג ווערט אמאל די אותיות גיהנם איז זייער א גרינגער און לייכטער בייג, און דאס איז די טעמע.
לאמיר קודם אויסשמועסן אין א גוטע וועג וויאזוי דאס וואלט געדארפט צוגיין, און ווי שיין עס קען זיין און טאקע איז ביי אסאך אידישע משפחות.
די קינדערלעך ווייסן אז מ'גיבט זיי רשות בדרך לא דרך דורך צופירן א גניבה אינמיטן העלן נאכט, די שמחה איז עד לב השמים, דער טאטע מאכט זיך כאינו יודע לשאול, און די קינדער האבן הנאה פון דעם ספעקטעקאל. און אזוי ווארטן זיי ארויס אויף דעם אומגעוויינליכן ערשיינונג מיט גרויס שמחה.
דער טאטע האלט ביי צפון ער בעט דעם אפיקומן, די קינדער פארלאנגען שטרענגע קאנסעציעס, און ס'טוט זיך א שטיקל פארהאנדלונג, און דער אפיקומן איז דא לשם יחוד. און צוריק צום סדר.
א שטיקל צייט נאך יום טוב ווען די עלטערן זענען שוין צוריק ביי די כוחות פון דעם שיינעם דורכגאנג פינאנציעל, קויפן די עלטערן א מתנה'לע וואס ווערט אנגערופן דער אפיקומן און די קינדערלעך פרייען זיך. און אין רוב פעלער וועט טאקע דאס אויך נישט זיין, נאר די קינדער וועלן דאס האלטן אלס א נקודה אין ויכוחים'לעך אז די עלטערן זענען נאך שולדיג אפיקומן פון עטליכע יאר, און אזוי איז די אפיקומן די ערשטע ביזנעס אין וואס אונזערע קינדער קומען אריין מיט א געשמאק.
דא קומען אריין די כתובים שלישים וואס מאכן א לעבן אויף אונזער שיינעם מנהג, די וואס מאכן פרנסה אויף דעם אפיקומן מנהג. און איך בין נישט דא ח"ו אראפצורייסן אדער צו זאגן אז מ'טאר נישט אדווערטייזן דעם אפיקומן, אדרבה, עס איז נאך א פלאץ וואו אידן מאכן פרנסה, און געבענטשט זאל יעדער זיין.
אבער ווען מ'רעדט צו די קינדערלעך פון אפיקומן, פארוואס זאל מען נישט אין באטראכט נעמען די מצב פון געוויסע ואס קענען נישט נאכקומען די ריזיגע אפיקומן שפענדעריי? פארוואס מוז מען אריינגעבן געדאנקען אין קאפ פון א קינד אז יעדעס יאר פסח איז דער אפיקומן א עבירה גוררת עבירה, מ'גנב'ט קודם פונעם טאטן דעם מצה'לע און דערנאך זיין וואך וועידזשעס? איז נישטא דערין עפעס א פראבלעם? איך מיין אז יא.
הלמאי ר' זאב, זאל מען נישט אדווערטייזן? די געשעפטן ווארטן א גאנץ יאר צו קענען ארויס רוקן די שטויביגע שפילצייגן, זאלן זיי עס פארקויפן פאר גויים אום קראצמעך? דא איז א אידישע שטאט, ווען זאלן זיי האבן פרנסה?
אה, גוט געפרעגט, נאך א מזל ביזט פונקט דא געווען צו פרעגן ווייל פונקט דאס וויל איך יעצט מסביר זיין.
מ'מעג אדווערטייזן אז מ'פארקויפט אפיקומן מתנות, און אויך אז מ'קען קויפן א 3 טויזנט דאללערדיגן אייטעם, אבער וואלט נישט געווען כדי צו נוצן אביסל מחשבה, און שרייבן למשל:
אויב איז געווען אין פלאן צו קויפן דעם אייטעם, קענט איר יעצט נעמען די געלעגנהייט בים אפיקומן ווען מיר האבן א פולן סטאק פון דעם וכו'.
דאס הייסט אזוי, אין מארקעטינג איז דא צוויי גרויסע יסודות וואס אלע ווייסן. איינס מ'דארף וויסן וואס איך פארקויף! צוויי, מ'דארף מאכן דעם קאסטומער וועלן קויפן יעצט!
מ'קען די צוויי זאכן טון זייער שיין, און רעדן צו בעלי דעת וואס זענען שוין ערוואקסן, און זיי קענען באשליסן צו זיי ווילן טאקע נעמען די זאך אין די האנט אריין און קויפן יעצט. אבער ווען מ'רעדט צו קליינע קינדערלעך און מ'אפעלירט צו די מוח'לעך פון די קינדערלעך, און זיי פארשטייען קלאר אז דא רעדט מען פון א מנהג אבותינו, עס איז גאר א חיוב, וואלט נישט געווען פאסיג אז מיר זאלן זיך רעכענען מיט די וואס קענען נישט נאכקומען, און יא אדווערטייזן אבער נישט באופן וואס שטעלט א פראבלעם פאר די עלטערן וואס קענען נישט נאכקומען די נייע סטאנדארטן.
ווי איר זעהט פרוביר איך צו גיין צווישן די טראפן נישט מיטן גאנצן חומר וואס איך וואלט ווען עכט געוואלט זאגן, ווייל איך וויל די רעדאקציע זאל נאך וועלן אריינלייגן דעם ארטיקל, אבער ווער ס'קען לייענען צווישן די שורות פארשטייט אז מ'קען נעמען דעם שמועס צו א גאר העכערן אדער רוף עס טיפערן לעוול.
לאמיך אייך אריינלייגן אין דמיון פון א שטיקל עתידות פון 20 יאר ארום, אזוי אפשר וועט איר גרינגער קענען פארשטיין מיין פראבלעם פון היינטיגע צייטן.
איר ליינט די צייטונגען אין יאר תת"ד און איר זעהט א ריזיגן געספרינקלטן קאלארפולן עד פאר אפיקומן מתנות אן עס ליינט זיך עפעס אזוי: טייערע קינדער דאס יאר זאלט איר נישט צוריק געבן דעם אפיקומן פאר איר באקומט א קלרן טיטל אויף א אויסגעצאלטע דירה. אדער א ליעס פאר א קאר?