איך געדענק נישט פונקטליך וועלכע יאר אדער פונקטליך וועלכער בדחן ס'איז געווען, אבער די לייענער קענען מיר אריינשיקן דערמאנען ווער ס'ווייסט יא, איינער פון די בדחנים אויף א שושן פורים טיש ביי רביה"ק הברך משה זי"ע האט עפעס געמאכט א בדיחות'דיגן טעלעפאן קאלל אויפן טיש, און ווען דער מענטש אויפן אנדערן זייט טרייבל האט אים געפרעגט אויב איינער הערט וואס ער רעדט, ווייל ער וויל אים זאגן א סוד, האט יענער ספאנטאניש געענטפערט: ניין קיינער נישט, איך בין אין א ליידיגן זאל.
דער עולם האט פיין געלאכט, די אמאליגע וויצן זענען בכלל געווען פון אן אנדערן קאליבער, ווייס איך נישט היינט צו איך קען מסביר זיין פאר דעם נייעם דור פארוואס מ'האט געלאכט, אבער אזוי איז געווען.
איך דערמאן מיך דעם עפיזאד ווייל איך האב דורכשפאצירט די גאסן פון קרית יואל די פארגאנגענע צייטן אמאל מיט די פוס, און אמאל מיטן אויטא, און ס'האט זיך מיר ארויסגעשטעלט א נייער מין מציאות מיט וואס מ'דארף זיך ספראווענען, און איך האב אנגעהויבן א נייע התחייבות פאר יעדן טעלעפאן קאלל וואס איך מאך, אז בעפאר איך הייב אן רעדן צו סיי וועם פרעג איך: איך בין אויף ספיקער?
איר פארשטייט נישט פארוואס וועל איך אייך מסביר זיין, די נייע משוגעת וואס קומט מער ווייניגער פון די סאציאלע מידיע וועלט, וואו מ'לאזט מעסעדזשעס און מ'פירט גאנצע שמועסערייען מיט איבערלאזן מעסעדזשעס אויף מעסעדזשעס, און אויף די קלוגע טעלעפאנען איז גרינגער ווען מ'גיבט א דרוק דעם באטטאן און מ'הערט הויך אויף ספיקער דעם מעסעדזש.
איי וואס איז אויב יענער האט דיר געשיקט א גאר פערזענליכע מעסעדזש וואס נישט די גאנצע גאס דארף הערן? דאס איז שוין א גוטע שאלה.
האט זיך דער משוגעת אריבער געפירט צו אפי' די טיפיקעל קרית יואלע'ר טעלעפאנען וואס אנשטאט צו מטריח זיין ארויפצושלעפן דעם רעכטן האנט צוויי פוס צום אויער און געהעריג רעדן מענטש צו טעלעפאן, לייגט מען דעם קנעפל אויף ספיקער און מ'רעדט אין גרויסן.
דער אויף די אנדערע זייט פון טרייבל ווייסט גארנישט אז ער האלט יעצט א דרשה אין בית הכסא פון גרויסן ביהמ"ד, אדער אז ער האלט א דרשה אין סופערמארקעט ביים רעדזשיסטער, ער ווייסט אפי' נישט אז ער האט די טאלאנטן פון פאבליק ספיקינג,
און איך שטעל אפ א אינגערמאן וועלכער שפאצירט אזוי ארום נעבן זיין הויז מיטן טעלעפאן אפגערוקט א טפח מיט א זרת פון זיין מויל און הערט איינעם זיך אייסערן איבער זיין בעה"ב און זיינע מיטארבייטער, ער שעלט מיטן שם ומלקות, ער שוימט און ברויזט, ער ווייסט נאר נישט אז איינס א האלב גאסן אין קרית יואל זענען יעצט זיינע געטרייע צוהערער, און האבן אפשר אפי' מיטלייד מיט זיינע צרות.
איך פרעג דעם אינגערמאן מיט א תמימות: קענסט אים אפשר בעטן אז נעקסט טיים ווען ער וויל מיר עפעס זאגן זאל ער מיך קאלן דירעקט? און איך הייב אן אים צו געבן מיין טעלעפאן נומבער. פארשטייט זיך אז איך האב געמיינט אז איך ברענג ארויס קלאר דעם מעסעדזש אז דער אינגערמאן ווייסט גארנישט אז ער רעדט צו מיר אויך.
אבער דער תמימות'דיגער טעלעפאן באזיסער גיבט זיך אזא צושאקל מיט שרעק און פרעגט מיך: ער מיינט דיך??? (פארגעסט נישט ער האלט אינדערמיטן צו בארעדן זיין בעה"ב אויף די גאסן אין קרית יואל)
אנשטאט ער זאל כאפן דעם וואונק, ווייסט ער גארנישט דעם פראבלעם נאר דאס אז אפשר מיינט עס מיך און איך שפיר ווי איך נעם א חלק אינעם שמועס.
דער אינגערמאן האט גארנישט געכאפט אז איך באלאנג נישט אינעם שמועס, פון זיין תשובה האט אויסגעזעהן ווי איך מאך גאר דעם טעות דא, און דער טעלעפאן קאלל איז יא אפיציעל געווען א פאבליק אנאונסמענט.
איך גיי נישט צופיל ווייטער, און א צווייטער רעדט צו מיר הויך, און דאס מאל פון א גאר הויכן יוקאן אויטא, וועלכע האט ספיעקערס אויפן גאס אזוי ווי די אמאליגע הצלחה קאר און ווען סערוויס (איינער געדענקט נאך?) און איך בין נישט זיכער צו דער אינגערמאן אין אויטא הערט אויך וואס יענער רעדט, אבער די וואס גייען אין די גאס אריבער דעם קאר הערן זיכער זייער קלאר וואס זיין פראבלעם מיטן וועירהאוז איז, און פארוואס ער האלט אז מ'מוז טוישן דעם סלאגאן אויף די עד'ס. (פרעגסט מיך נישט איבער, דאס איז געווען די שמועס און איך האב נישט איבערגעפרעגט פונקטליך)
איך קלאפ אריין אין פענסטער פאר דעם אינגערמאן, פארשטייט זיך אז מיט אביסל פחד, איך שפיר מיך נישט אזוי באקוועם צו רעדן צו גרויסע ביזנעס פירער'ס, אבער אמאל קען איך מיך נישט איינהאלטן, און איך פרעג אים צו ס'איז אויך דא די מעגליכקייט צו ענטפערן צום טעלעפאן קאלל פון אינדרויסן, אדער דאס איז נאר ביים טרייבל וואס ער האלט פונקט אין די האנט.
ער קוקט מיך אן פון די לבנה, וואס זאגט איר? איך פרעג אים איבער, אויב וויל איך ענטפערן וועגן די קשי' וואס ער האט איבער די וועירהאוז, דארף איך עס טון פון אינעווייניג דא אין קאר, אדער איז דא ערגעץ א קליינער לעכל אינעם קאר פון אינדרויסן וואו איך קען צוגיין און ענטפערן, און אזוי ארום דיך נישט שטערן?
דער אינגערמאן כאפט נישט: ווער האט אייך געפרעגט? פארוואס שפירט איר אז איר דארפט דא אריינרעדן?
אה, ווייל איך בין א מענטש מיט מדות, ווען איינער רעדט צו מיר האב איך ליב צו ענטפערן, עס איז נישט איידל צו לאזן רעדן א צווייטן צו די וואנט, אדער צו די ביימער אין אונזער פאל. (פונקט א גאס וואו ס'איז נאך יא דא ביימער).
בקיצור, צו מאכן א לאנגע מעשה לענגער, דער אינגערמאן האט נישט פונקטליך פארשטאנען וואס איך וויל, האב איך געקלערט זיך צו ווענדן צום ציבור דורכן שופר פון די שטאט, מיט א שטיקל אויפפאסונג אויף דעם נייעם מנהג פון מבזה זיין א איד וואס זיצט נעבעך ערגעץ אין א אפיס אדער אין שטוב, און מיינט ער רעדט צו איינעם פריוואט, און ווייסט גארנישט אז די פרויען ביים באס סטאפ האבן א שיינעם שמועס איבערצוקייען פאר די קומענדיגע פאר באסעס ווארטן.
ווען איך קאלל איינעם צו באשטעלן א פראדוקט, וויל איך רעדן צו דעם באטרעפנדן, און נישט צו די קינדער וואס שפילן אויף די ביציקלעך.
ווען איר רעדט צו די בני בית נישט אויפן טעלעפאן נאר פנים אל פנים, וואלט איר געשריגן דעם שמועס אז יעדער זאל מיטהאלטן? פארוואס האלט איר אז ווען זי רעדט צו אייך אויפן טעלעפאן איז זי יא גרייט פאר א צעשריגענעם שמועס וואס יעדער האלט מיט?
אינטערסאנטער ווערט עס נאך ווען מ'הערט נעבעך דעם אנדערן זייט טרייבער פרעגן: דו ביזט אליינס? קענסט רעדן? און דער ענטפערט ווי דער בדחן אויפן שושן פורים טיש: איך בין אין א ליידיגע זאל!
פון היינט און ווייטער ווען איר רופט איינעם טעלעפאנישט מאכט אייך א נייע מנהג: פרעגט דעם באטרעפנדן צו איר זענט אויף ספיקער, און נאכדעם קענט איר ווייטער רעדן. (אפשר. איך קען נישט אייערע חברים)
איך וויל נישט רעדן צו די סאושעל מידיא אדער וואטסעפפ קונדשאפט, איך ווייס נישט וויפיל לייענען דעם היימשטאט, אבער אויב מאכט זיך אז איינער לייענט יא, ביטע פארשטייט אז ווען איינער שיקט אייך א מעסעדזש אויף "אייער" טעלעפאן, איז ער ביים מיינונג אז איר גייט הערן דעם מעסעדזש פריוואט, ער וואלט בשום אופן נישט געוואלט איר זאלט עס אויפשפילן אויף די העכסטע טענער אין ביהמ"ד אדער גאס, עס איז געהעריג גניבת דעת.
מענטשליכקייט איז עפעס וואס קומט נישט געפאקט אין א פלאסטיק, און האט נישט קיין שיינע פראזן ביים קויפן, עס איז עפעס וואס אויב מ'האט עס נישט דארף מען זיך עס אליינס שאפן, און ס'איז נישט קאסטבאר, און אודאי נישט שווער.
די איינציגע זאך וואס מ'דארף טון צו קענען זיך איינהאנדלען מענטשליכקייט איז געדענקען דעם מאמר חז"ל: מה דעלך סאני לחברך אל תעביד. אויב איז עס עפעס וואס איר וואלט נישט געוואלט מ'זאל טון פאר אייך, טוט דאס נישט פאר יענעם.
איינמאל איר קריצט דאס איין אין מוח און לעבט מיט דעם כלל, וועט איר זיך פלוצים ארומזעהן אלס א "מענטש" און מיט א געוויסע מאס מענטשליכקייט.
האט א כשר'ן לעכטיגן יום טוב