אין מיין סעריע פון ארטיקלען וועלכע ווערן גערופן "פערספעקטיוו" איז דער ציהל צו אריינקוקן אין א נושא פון א זייטיגן בליק, און מיט אן ניכטערן אפשאצונג אינדרויסן פונעם שאכטל, עס איז דער ציהל צו העלפן די לייענער זיך אפשטעלן א מינוט אין באטראכטן די נושא פון די אנדערע זייט פון די מטבע.
פארוואס פארצייל איך אייך דעם ציהל, ווייל איך האב לעצטנס ערהאלטן שאלות אין דעם געביט צו פרעגן ר' זאב וואס איז דער ציהל פון דעם קאלום? איז עס א פלאץ וואו איר גיבט ארויס אייער אויפברויז אדער שעצונג איבער זאכן וואס קומען נאר אינטער, אדער איז דא דערין עפעס א טיעפערער ציהל.
אלזא, ניין, גארנישט פערזענליך, נאר נושאים וואס פארדינען א ניכטערן בליק פאר ניכטערע אידן, און מיטן האפענונג אז איר האט הנאה און נעמט ארויס עפעס ווערדפול. און יא, איך בין אלס אפן פאר הגהות און קריטיק מיט א ציהל צו פארבעסערן און פארשענערן דעם קאלום.
די וואך וויל איך רעדן פון א טעמע מיט וועלכן אונזער דור איז געבענטשט געווארן צו זיין געשלאגן דערמיט. אן אינטערסאנטער פאראדאקס צו זיין געבענטשט מיט שלעגעריי, אבער איר וועט בעסער פארשטיין אין אפאר מינוט פארוואס איך רוף עס אזוי אן.
נישט לאנג צוריק האט זיך אנגעהויבן די תקופה וואס האט געשאפן די נייע סאפיסטיקירטע וועלט ארדענונג, וואו אסאך געלונגענע אדער מזל'דיגע ביזנעסלייט זענען נתעשר געווארן דורך דעם נייעם מהלך המחשבה פון "באקוועמער, און שנעלער". דאס הייסט, אז ביז א געוויסע נקודה אין דעם קליינעם עולם השקר אין וועלכן מיר לעבן, איז די וועג פון פארדינען געלט געווען זייער א פשוט'ער, עס זענען געווען געברויכן וואס דער מענטש ברויך, און ווער ס'האט געקענט צושטעלן די זאכן האט געקענט דערפאר פארדינען אפאר דאללער.
אזוי ווי בעפאר די צייטן פון באראן ראטשילד איז נישט געווען קיין געהעריגער באנקינג סיסטעם, און הלואות מיט ריבית זענען געווען עפעס וואס איז נאר געטון געווארן צווישן עליטע אדער סוחרים צווישן זיך, און דערנאך האט זיך פארשפרייט דער געדאנק פון א באנק פאר די פשוט'ע גאס, אזוי ארום אז א פשוטער מענטש אן קיין שום פארגאנגעהייט אין געלט אדער א ירושה האט געהאט די געלעגנהייט צו אנהייבן טראכטן פון עשירות, און טאקע געקענט אנקומען.
בעפאר דעם איז די וועלט געווען ממש צוטיילט צווישן די ארימע און רייכע שיכטן מיט א גאר דיקן וואנט, עס איז געווען גאר שווער און מזל'דיג פאר איינעם פון די ארימע שיכטן צו רייך ווערן אדער אפי' האבן אן אויסקוק פאר הרחבה. די איינציגע פלאץ וואו א פשוט'ער מענטש האט געקענט בדרך הטבע נתעשר ווערן איז געווען דורך טרעפן אן אוצר, געווינען א לאטערי, אדער ערהאלטן א ירושה וכדו'. די איבעריגע וועלט האט געארבייט צו לייגן עסן אויפן טיש און וואסער אין גלעזל, און פרובירט איבערצולעבן א טאג ווייניגער ווי ווען דאס געלט נוצט זיך אויס.
ווען דער באנק איז געווארן א מציאות האבן מענטשן מיט א שטיקל וויזיע געקענט אנהייבן אינוועסטירן אפי' אויב זיי האבן נישט געהאט קיין געלט ביז היינט. און אזוי איז געשאפן געווארן א טויש אין דעם גאנצן אלוועלטליכן עולם המסחר.
דאס זעלבע האט פאסירט יארן שפעטער ווען ווי עס קוקט אויס האט שוין מאטריאליסטישע חידושים נישט אויסגעזעהן ווי ס'האט נאך פלאץ פאר וואוקס, און ס'איז אריינגעקומען א תקופה פון נעמען דאס וואס מ'האט שוין און מאכן באקוועמער און שנעלער.
עס האט זיך געשאפן די היינטיגע גרעסטע ביזנעס אינדוסטריע פון "סערוויס", עס איז געווארן א נייער דערהער, א נייער מציאות, מענטשן וואס האבן יארן פארדעם נישט געחלומ'ט צו צאלן געלט פאר עפעס וואס זיי קענען האבן פאר ביליג, עקסטער געלט עס צו האבן שנעלער אדער באקוועמער, האבן אנגעהויבן לעבן מיט דעם נייעם מציאות אז עס לוינט צו צאלן אביסל מער און באקומען א סערוויס פון שנעלער אדער באקוועמער.
אין די בראשית יארן פון די "סערוויס" דערהער, איז עס נאך געווען אויף זאכן וואס האבן באמת אויסגעמאכט במציאות א גאר שטארקן חילוק, דהיינו, עס האט באמת געקענט שפארן אסאך עגמת נפש און אפי' פיקוח נפש'דיגע פראבלעמען, וואס מיט די נייע באקוועמערע אדער שנעלערע סערוויסעס האט מען באמת געקענט פארלענגערן לעבנס פון מענטשן, און פארבעסערן די קוואליטעט פון לעבן.
לאמיר נעמען פאר עקזעמפל די "קאר" טראץ וואס עס איז א גאר וויכטיגער געברויך פון טראנספארטאציע, מענטשן דארפן באמת אנקומען פון איין פלאץ צום צווייטן, איז מען יארן פארדעם אויך אנגעקומען עס האט נאר גענומען לענגער געווען שווערער, און מער מסוכן.
דער קאר האט געטוישט סיי דעם מענטש'ס לעבן און די שעות פון דעם טאג, אמאל ווען איינער האט געדארפט פארן פון א דערפל צום שטעטל האט עס געקענט מיינען א טאג ארויסגעווארפן פון די ששת ימי המעשה נאר פארן ציהל אנצוקומען, און פארשטייט זיך אז מ'האט געדארפט דערמיט זיך ספראווענען, און אלע באשלוסן זענען געווען באזירט אויפן מציאות אז עס נעמט לאנג צו גיין פון נקודה א' צו נקודה ב'.
ווען דער קאר איז געווארן א מציאות האבן מענטשן געקענט פלאנירן גרעסער, און בעסער, און שנעלער, און באמת האט עס געהאלפן די מענטשהייט.
מיט די צייט זענען אינטערגעקומען אנדערע ווייניגער וויכטיגע באקוועמליכקייטן, אבער פארט האבן זיי שנעל געשלאגן ווארצלען און די וועלט האט זיי אדאפטירט אלס א צורך וואס מ'האט זיך שוין נישט געקענט אפגעוואוינען. אנשטאט צו דארפן עפענען דעם קאר מיט א שליסל, אדער דרייען דעם פענסטער צו עפענען מיטן דרייער (ווער געדענקט דאס נאך?) אדער דרייען א ריזיגן רעדל אויפן טעלעפאן 9 מאל צו קענען איינעם רופן, אדער גאר רעדן מיט אן אפערעיטאר יעדע מאל מ'רופט איינעם און א לעבעדיגער אפערעיטאר האט געדארפט נעמען א דראט און באהעפטן צו קענען מאכן דעם קאנעקשאן, איז געווארן אלעס אויטאמאטיש, און מ'קען נישט זעהן איינעם וואס בענקט זיך צוריק צו די צייטן ווען מ'האט יא געדארפט שווערער און לענגער ארבייטן פאר די אלע באקוועמליכקייטן.
ביז עס איז געקומען די לעצטערע תקופה, ווען באקוועמליכקייטן ווערן באשאפן נישט אזוי ווייט ווייל ס'איז א עכטער צורך, נאר ווייל פאר איימיצן איז בייגעפאלן א געדאנק וויאזוי מ'קען עפעס נאך גרינגער אדער שנעלער מאכן, און דעמאלס האט זיך געטוישט די וועלט פון "טרעפן לעזונגען פאר פראבלעמען" צו א וועלט וואו מ'זוכט "פראבלעמען צו לעזן".
היינט צו טאג ווען איינעם קומט א געדאנק צו פארגרינגערן אדער פארשנעלערן א סערוויס, וועט זיין זייער נארמאל אז ער זאל מוזן מסביר זיין דעם פראבלעם אסאך שווערער ווי צו מסביר זיין דעם לעזונג. עס איז א קאמישער שפיל וואס אין די ביזנעס וועלט פון קאפיטאליסטישע אינוועסטארס וועלן זיך אוועקשטעלן נייע אינווענטארס און מסביר זיין זייער אויפטרעף, און דער גרעסערער חלק פון די פרעזענטאציע וועט זיין מסביר צו זיין וואס דער פראבלעם איז.
ווען דער קאר אדער דער טעלעפאן איז ארויסגעקומען, האט מען קיינעם נישט געדארפט מסביר זיין וואס די פראבלעם איז, אדער וואס פאר א ריוח דאס וועט ברענגען פאר די וועלט.
אלזא וואס איז דער פראבלעם מיט דעם? איז דאך גוט? ניין?
ניין, דא ליגט א טיעפער פראבלעם (האסטו נאך איינעם וואס פרובירט מסביר צו זיין פראבלעמען. נו שוין) מ'האט אנגעהויבן נאכצויאגן דעם "קלימאקס", מ'האלט ביי א נקודה וואו מ'קען נישט גענוג צופרידן זיין פון שנעלער אדער באקוועמער, און מ'ווערט אלס מער און מער צוגעוואוינט צו א העכערן סטאנדארט, וואס דאס פאר זיך איז אפשר א מעלה מיט וועלכן דער דור איז געבענטשט, אבער אין א וועג געשלאגן, ווייל מ'האלט ביי א מצב אז ווען דער שנעלער אדער באקוועמער מהלך ארבייט נישט צו צוליב א טעכנישן פראבלעם, אדער צוליב א רוחניות'דיגן אפהאלט, שפירט שוין דער מענטש אז ער האלט עס נישט אויס, ער קען פשוט נישט אנגיין.
רבי איד, איר געדענקט ווען איר האט געדארפט מיט די צונג קלעבן דעם סטעמפ, און ווארטן אפאר טעג צו געוואויר ווערן אויב אייער מעסעדזש איז אנגעקומען? פארוואס ווען די אינטערנעט איז שטייט און דער אימעיל סימבאל דרייט זיך אביסל לענגער דארפט איר נעמען א בלוט דרוק פיל?
איר געדענקט אפשר ווען די טעלעפאן פלעגט זיין קאנעקטעד צום וואנט און מ'האט נאר געקענט רופן איימיצן שטייענדיג אין א בודקע מיט קוואדער'ס אין די האנט? פארוואס ווערט איר אנגעצויגן ווען די בעטערי פון דעם טעלעפאן ווערט האלב ליידיג און מ'גייט עס דארפן ריטשארדזשן?
איר דערמאנט זיך ווען נעמען א קאווע האט געמיינט גיסן ברעקלעך און מיט א לעפל צוקער, און מישן מיט א גאפל, און מילך פון אייזבאקס? פארוואס ווען די קאפי מאשין ארבייט אביסל שטייטער זענט איר שוין גערעגט אויף די בעלי בתים פון געשעפט? אדער פון שול?
און אזוי קען מען נעמען זייער אסאך משלים און נמשלים וועלכע ווייזט אונז א נייע עפאכע וואו מיר שאפן זיך אליינס עגמת נפש, אלעס ווייל מיר האבן שוין ענדליך פארשטאנען דעם גרויסן צורך פון שנעל און באקוועם, אויף אזוי ווייט אז ווען ס'איז נישט אזוי שנעל אדער אזוי באקוועם, ווערן מיר ערנסט אפעקטירט.
ס'איז צייט צו טראכטן, צו מתבוננן זיין, ווען עס איז נישט אזוי שנעל אדער נישט אזוי באקוועם איז נאך אלס בעסער ווי ווען מ'האט נישט געהאט די אלע וויכטיגע סערוויסעס אין לעבן, און דאנקען דעם אויבערשטן אויף וואס מיר האבן יא, און זיין צופרידן אפי' ווען ס'נישט אזוי גרינג ווי דער נייער אינווענטאר האט אונז געוואלט איינרעדן אז ס'מוז זיין.
א גוט שבת.