יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ קריסטאל
ארטיקלען

גלות באקוועמעריקע

פערספעקטיוו · "היימשטאט" · פרשת במדבר תשפ"ג

אין א פריערדיגן ארטיקל האמיר אנגעהויבן צו שרייבן אביסל איבער די נושא פון שנעל און באקוועם, ווי מענטשן לייגן זיך אריין אין א געוויסן מצב פון באקוועם וואס ווען זאכן גייען נישט פונקטליך אזוי שנעל אדער באקוועם ווערט גאר שטארק אומאיינגענעם און מ'נעמט זיך צום הארצן.

לאמיר אביסל מער מאריך זיין אין די נושא, און אביסל טיעפער פארשטיין די אוואלוציע פון דעם מענטשליכן לעבנסשטייגער פון ווען דער מבול האט אפגעטריקנט און נח איז ארויס פון די תיבה, ביז היינט.

נח איז ארויסגעקומען פון די תיבה צו א וועלט וואס אויב האט ער געוואלט עסן האט ער געזייעט און געפלאנצט, און יעדער האט געקענט האבן דאס וואס מ'האט געקענט מאכן אדער פארשאפן, אמאל דורך אליינס פלאנצן און אמאל דורך איינטוישן מיט א צווייטן, קנין חליפין, די ערשטע פון די קנינים וואס דער מענטש פלעגט מאכן.

א תקופה איז אריבער און מ'האט אנגעהויבן באצאלן מיט גאלד אדער אנדערע ווערדפולע חפיצים צו אפקויפן און אזוי האט זיך געדרייט א רעדל ווען מ'האט אנגעהויבן צו האנדלען מיט מטבעות אין די צייטן פון עפרון, און מיט וואלוטע יארן שפעטער.

אבער די טויש פון דעם לעצטן יאר הונדערט איז נישט איבער די טויש אין די וואלוטע אדער מטבע, עס איז מער די פלעצער וואו מ'שפענדעט דאס געלט. אמאל פלעגט אלס ווערן געטון פאר חפצים אדער מאכלים וואס זענען געווען נויטיג צום לעבן, פארשטייט זיך די רייכע פאר א מער רייכערע לעבן, און די ארימע ארימערע לעבנס שטייגער, אבער אלעס האט געהאט א געוויסע נויטוועדיגקייט.

היינט ווי מ'האלט איז די מצב אז עס מוז נישט זיין קיין שום געברויך צום חפץ אדער ווי מ'רופט אין די היינטיגע וועלט "סערוויס", און סך הכל דארף מען קענען אויפווייזן פאר די דומע קעפ אז מ'קען אנקומען א מינוט שנעלער, אדער זיין א טראפ באקוועמער און עולם גולם וועט נאכלויפן מיטן געלט.

דער גלות אין וועלכן מיר געפונען זיך איז "גלות באקוועמעריקע", עס איז אן עונש משמים וואס מיר נעמען זיך מיט די אייגענע הענט. מ'לעבט אין א מלכות של חסד, און לכאורה ווען מ'וואלט פארציילט א געשיכטע פאר אונזערע אור עלטער זיידעס איבער א לאנד אויפן אנדערן קאנטינענט וואו אידן וועלן קענען האבן בתי מדרשים, בתי חינוך, היטן שבת בפרהסי', מאכן פראטעסטן, כינוסים, און הכנסת ספר תורה'ס, אלעס אן קיינע פראבלעמען נאר אפי' מיט פאליצייאישע וואך פון דעם קריסטליכן גוי, וואלטן אונזערע זיידעס זיך פארגעשטעלט אז אין אזא מצב וועט גאנץ כלל ישראל זיצן אין ביהמ"ד און לערנען, צופרי און ביינאכט וועט מען פארהאנדלען פארן ביסל עסן און א דאך איבערן קאפ, און לעבן רואיג תחת גפנו ותחת תאינו.

זיי וואלטן זיך פארגעשטעלט אז אויב גארניט שטערט אונז פון טון אונזערע פליכטן און מיר קענען רואיג ברענגען פרנסה, וועלן מיר זיך באגעניגן מיט וואס מיר האבן, און זיך פרייען אויף די פרייהייט וואס מ'האט אונז געשאנקען.

זיי וואלטן קיינמאל נישט געטראכט אז מיר וועלן נעמען אויף זיך צו ארבייטן 50 שעה א וואך כדי נאכצוקומען א באקוועמליכקייט אדער א סטאנדארט וואס דער שכן האט, אדער אפי' וואס דער גוי לעבט.

זיי וואלטן קיינמאל נישט זיך פארגעשטעלט אז מאכן זאכן ארבייטן שנעלער און באקוועמער גייט מאכן אונזער לעבן מער פארנומען און ווייניגער פרייע צייט.

פרובירט מסביר זיין פאר א איד וואס קומט פון מדבר די לאגיק. מיר ארבייטן אויף פארשנעלערן די ספיד פון אנקומען פון אין פלאץ צום צווייטן אויף א פארנעם ווי קיינמאל בעפאר, מיר זענען אין א אינסטענט וועלט ווי אלעס געשעהט אין אן אויגן בליק, און פארט האבן מיר נישט קיין מינוט צו אטעמען.

איר ווייסט וואס דער איד וועט אייך ענטפערן?

ער וועט נישט ענטפערן, ער וועט זיך אוועקבייגן איר זאלט נישט זעהן אז ער לאכט פון אייך. ווייל עס וועט נישט שטימען מיט קיין שום לאגיק אין די וועלט.

און דא זענען מיר אין א אייגן געשאפענעם גלות וואו מיר לויפן נאך דעם שאטן, מיר דרייען זיך ארום דעם אייגענעם אפקלאנג, און מיר ווייסן שוין אליינס נישט פארוואס מיר לויפן און דרייען זיך.

אה, אודאי, ווייל אז מיר וועלן זיין באקוועמער, וועלן מיר קענען מער לערנען. ניין? אודאי יא, און א טאג נאכדעם ארבייטן מיר נאכצוקומען דעם חלום פון נאך באקוועמער און נאך שנעלער, און מיר ווערן נישט פערטיג.

וואס איז טאקע פשט? וויאזוי קען דאס זיין א מציאות, אז אמאליגע צייטן ווען וואשן וועש איז געווען א פולער טאג ארבייט ביים טייך, האט מען 8 אזייגער געליינט קרי"ש שעל המטה, און היינט ווען מיט א דרוק אויפן קנעפל וואשט זיך און טרוקנט זיך קען מען נישט ענדיגן דעם טאג פאר מ'איז אויסגעמאטערט ווי אן ארעסטאנט אין א דריטע וועלט מדינה?

נאר דא קומט אריין דער רעצעפט וויאזוי אן אייגן געמאכטער גלות ווערט באשאפן.

אלעס הייבט זיך אן מיט די קליינע חוט השערה חילוק פון ווילן און גלוסטן, ווער וויל דען נישט לעבן רואיג, האבן אלעס וואס מ'ברויך, און אט קומט אריין דער שר פון לא תחמוד, דער הער פון גלוסט, ער ווייזט פון דערווייטנס עפעס וואס אונזערע עלטערן וואלטן קיינמאל נישט באאבאכטעט, ער ווייזט אז דער גוי האט באקוועמליכקייטן וואס דער איד וואלט ע"פ הלכה אויך געמעגט האבן, אלזא וואו שטייט אין די תורה אז מ'מוז זיך פייניגן?

איר הערט אים? פייניגן, פרעגט ער. זינט ווען איז א אומבאקוועמליכקייט א ברוטאלער פיין? ווייל ביים גוי וואס האט גארניט אין לעבן, און קיין שום תכלית פארן צוקונפט איז נישטא קיין אנדערע סיבה צום אנגיין נאר די פארמערטע שוואוילטאג, איז דאס דען דער זעלבער געדאנק ביי בני מלכים?

האט אמאל דער פרעזידענט געפרעגט די באדינער פארוואס ער מוז נעבעך אלס אנקומען אז אנדערע זאלן אים באגלייטן וואו אימער ער וויל גיין? פארוואס זאל ער נישט קענען האבן א שיינעם אויטא'לע און זיך געבן א זעץ אריין און פארן וואו דאס הארץ גלוסט אים? פונקט ווי יעדער פראסטער גוי?

ניין, ער ווייסט אז ער באקומט אן אנדערע סארט לוקסוס, א מלכות, עס איז כלל נישט נוגע פאר אים די באקוועמליכקייטן פון די היפפי לעבנסשטייגער פון דעם פראסטן גוי.

און פארט האט דער מלאך החמדה באוויזן אין דעם מובחר שבאומות אריינצודרינגען קליינע פיצינקע גלוסטענישן פאר גאר מותר'דיגע זאכן, מיטן אויסרייד פון שאפן מער צייט און מער פרידן, און אזוי גענומען דעם פאר'גלות'טן איד אין א אומאויפהערליכע אומבאקוועמע רייזע אין "גלות באקוועמעריקע".

וואס קען מיר טאן דערצו? איין בליק אויף צוריק, א דריי דעם קעפל קיין רעכטס. געדענקען אז אפי' נאר די קליינגקייטן וואס מיר גיבן אוועק פון דעם באקווועמעריקערישן לעבן מאכט אונזער לעבן פולקאם און רואיגער, און עווענטועל קענען מיר האבן א שטיקל גאולה יחידי פון די צוואנגען פון די באקוועמעריסטן.

יא, מיר דארפן האבן פרנסה, מיר דארפן פארן און קומען, עס איז א וועלט אין וועלכן מיר לעבן און מיר קענען נישט אראפפפארן דעם וואשינגטאן בריק מיט א פערד און וואגן, מיר מוזן רופן אויפן טעלעפאן און אמאל שיקן אימעילס וכדו', אלזא וואס איז טאמער מ'מוז עפענען א קאמפיוטער דאס צו טון? עס פארנעמט צייט, הא? צייט פון וואס? צייט פון צייט וואס מיר האבן סיי ווי נישט? וואו איז אונזער צייט וואס מיר היטן אזוי און מיר צערטלען אזוי? קען איינער עס אנווייזן?

איין קליינטשיקע דריי אוועק פון "באקוועמעריקע", וועט פארנענטערן די ריכטיגע גאולה שלימה.

איך בין נישט קיין מוסר זאגער, און אויב האט אייך אויסגעזעהן פון דעם שמועס אז איך בין אן אפליקאנט צו זיין א מגיד בין איך אייך מודיע אז נישט, לאמיר פארגעסן פון דעם חלק הרוחני וואס דא איז טאקע א גרויסער עיקר. די אנדערע זייט פון די מטבע איז דאך ריין גשמיות, פארוואס גיבן מיר אוועק רואיגקייט און פרידן פאר די גרויסע פובליק רילעישאן'ס נעצן וואס מאכן אונז טראכטן אז מיר דארפן עפעס וואס מיר האבן קיינמאל נישט געוואוסט אז עס עקזיסטירט?

זעהן מיר דען נישט אז די אלע זאכן אפי' זיי זענען שנעלער ברענגען אז צייט זאל אויך אוועקגיין שנעלער?

איז דען דא אן ענדע וואס מ'קען זעהן מיט די אויגן, צו זאגן אז איינמאל מיר האבן די באקוועמליכקייט און די שנעלקייט וועלן מיר שוין זיך אראפזעצן רואיג און הנאה האבן דערפון?

זעהען מיר דען נישט אז די אלע וואס האבן די אלע באקוועמסטע נייעסטע פרעכטיגסטע טעכנעלאגיעס זעהען אויס סאך מער פארנומען ווי דער פשוט'ער איד וואס דרייט נאך א שלאס מיט א שליסל?

וואו איז די עקסטערע מינוטן וואס איר האט געווינען מיטן נישט דארפן אריינלייגן דעם שליסל אין שלאס, און די אויטאמאטישקייט וואס באגלייט אייך אויף טריט און שריט, איז דען דער פשוט'ער ארימער קלאס איד וואס האט דאס נישט מער פארנומען פון אייך?

עס דערמאנט דער ווארט "ביזי", איז נישט דאס א ווארט וואס דארף צו ווייזן אויף סוקסעס, אין די גלות באקוועמעריקע? שפירט זיך דען נישט דער ארימער איד אראפגעקוקט ווייל ער איז נישט ביזי???

וואס די אפטייטש דערפון איז דאך אזוי קלאר, אויב האסטו צייט, ביזטו נישט פולקאם באקוועמעריש, און דו ביזט נאך נישט דערגרייכט צום תכלית פון גליק, וואס דאס איז זיין מער ביזי...

התבוננות!!! ס'טוט נישט וויי.

א גוט שבת