ווען איך בין געווען א אינגל אין חדר, געלערנט אין בניני זופניק אין וויליאמסבורג, דער מנהל איז געווען דער אומפארגעסליכער הרה"ח ר' זלמן בינער ע"ה וועלכער האט יעדן טאג ביי פרישטאג און לאנטש געהאלטן די קינדערלעך געשפאנט מיט זיסע מעשיות פון צדיקים, און שיינע ווערטלעך און ניגונים.
פון די מעשה'לעך וואס קיינער פון די קינדער וועלן נישט פארגעסן איז געווען זרח חאלאמאק, פון וועם ר' זלמן האט געטריבן צימעס, און אויך פון א אידל וועם ער האט גערופן "חוזק", און פארציילט פארשידענע מעשה'לעך פון חוזק וואס אפי' מיר קליינע קינדער האבן פארשטאנען אז דער נאמען חוזק האט ער זיך וואויל פארדינט.
איך האב געוואוסט אז חוזק איז א פיקציע, און נישט קיין אמת'ער נאמען, ביז יארן נאכדעם, ווען איך בין שוין ב"ה אליינס אויפגעוואקסן און זיך אנגעהויבן צו באקענען מיט די וועלט אינדרויסן פון די ציגלנע ווענט פון חדר, און זיך באגעגנט מיט פארשידענע סארטן פון די בריאה ספעציעל פון דעם מין המדבר, וועלכע שטעלן פאר א קאלירפולע זאמלונג פון נאטורן און אינטערסאנטע אדער אומאינטערסאנטע זיטן וועלכע קען מאכן אמאל אנגעצויגן אדער גאר א שמייכל אויף די לעפצן.
האב איך מיך באגעגנט לעצטנס מיט ר' זלמן'ס חוזק להבחל"ח, ביי אונז אין ביהמ"ד, פונקט א טיש קעגן מיין פלאץ ביים שמועסן נאכן דאווענען, און איך האב ממש נישט געקענט אראפנעמען אן אויג פון אים, עס האט מיר געברענגט נאסטאלגישע געפיהלן פון די יוגנט יארן, און אפשר ווען איך טייל דאס מיט די חשוב'ע לייענער וועט נאך איינער אדער מערערע נשפע ווערן פון דעם ווארימען געפיהל פון אמאל.
חוזק איז געזעצן ארומגענומען מיט א קבוצה אידן וועלכע האבן אומשולדיג פארזוכט פונעם תיקון וואס דער שמש האט אנגעגרייט לעי"נ א געוויסן אידן, און גשמועסט פון פארשידנס וואס קומט פאר אויף דער וועלט, און פארשטיט זיך אז מיט חוזק ביים טיש האט נישט גענומען לאנג ער זאל נעמען דעם רשות הדיבור אן קיין רשות, און פון א שמועס איז פארוואנדלט געווארן צו א פולשטענדיגע רעדע פוהל מיט התחוזק"ת, אויף ענינים העומדים על הפרק.
ווי למשל צום אלעם ערשטן האט ער גערעדט פון אונזער שטאנד אלס חסידיש'ע אידן, ער האט אין א גאר טרעפליכע וועג געוואוסט אז מיר זענען "חוזק" אין די וועלט, צוליב פארשידענע מיסברויכן אדער תהליכי החיים וועלכע מיר האבן בטבע געירש'נט פון די אבות החסידים, מיט וועלכע מיר דארפן זיך ווען מתקן זיין, ער האט במתק לשונו פארציילט פארשידענע חסידישע קאמישע עפיזאדן וועלכע האבן קלארגעשטעלט אז חוזק דער חסיד איז א חוזק דורי דורות און באוויינט דעם מצב און אומגליק פון זיין געבורט אין א חסידיש'ן אטמאספערע.
ניין ניין, ער זאגט נישט אז חסידות איז נישט גוט אדער אז חס מלהזכיר א צווייטע חסידות איז בעסער, ער ברענגט נאר ארויס אז . . .
אז וואס? אז ער איז גענוג קלוג צו פארשטיין אז ער איז חוזק.
ער האט פארביסן אין דעם לעקאך און געשנאפט פון די יי"ש און אויסגעקלארט די שטימע און ארויף א טאן (פארגיבט מיר אז איך קען מיך נישט אויס מיט טענער, איך ווייס נאר אז עס איז אריין אין א העכערע שטופע) און דא האט ער מצמצם געווען די דברי חוזק מער ספעציפיש צו אונזערע אידעלעך אין ביהמ"ד וואו ער האט אנגעוויזן אויף פילע קטנות הדעת פון אונזערע אידן וועלכע לעבן אין א באקס, ס'איז א סארט שאכטל פון וועלכעס מ'קען נישט ארויסקוקן, און מ'ווייסט נאר וואס טוט זיך דערין, מ'לעבט אין עפעס א סארט דמיון.
ער האט געהאט ראיות ברורות אז מיר לעבן אין א באקס נישט ווייל ער איז באקאנט מיט באקסעס, נאר ווייל ער ברוב חכמתו האט שוין שפאצירט ארום דעם באקס, און געזעהן וואס טוט זיך אין די וועלט, ער ווייסט צו זאגן אז נאר חסידישע אידן שפייען און פארשארן דאס שפייעכץ מיט די פוס, ער געדענקט נישט א גוי זאל דאס אמאל טון. ער ווייסט אויך אז אויפן פליגער, (ער מיינט צו זאגן אז ער פארט אסאך) איז עס אלס די חסידישע אידן וועלכע דרייען איבער און פירן א רעדל וכהנה, חוזק האט גוואוסט פארצולייענען די סאמע ביכל פון אנטי-חסידיסיזם מיט די נקודות און שלשלת'ן ווי א געניטער בעל קורא.
דער עולם איז געזעסן דארט און זיך האלב אדער גאנצליך צוגעהערט צו חוזק'ן, איין אידל האט אפילו אריינגעווארפן א הלצה אויפן חשבון, א צווייטער האט שוין קוים געווארט צו ענדיגן פארקייען און זיך קענען אוועקיאגן פון דעם געשאפענעם סומאטוכע, אבער איינער א גאר חשוב'ער און באקאנטער איד מיינער איז נעבעך געזעסן מיט פארטרערטע אויגן און זיך צוגעהערט צום שווערן מצב הגלות מיט א ערנסטקייט, ממש גענומען זיך צום הארצן דעם שווערן עפילאג פון חוזק'ן ווען ער האט געענדיגט מיט קלארע רייד אז מיר מוזן זיך מתקן זיין.
דער טיש האט זיך אויפגעלעזט, דער נעקסטער מנין דאוונט שוין, און איך זיץ פארחלומ'ט, איך טראכט, איי איי איי, וואו בין איך דא? פונקט מיין שלימזל אז איך בין א חלק פון אזא פארבאקסטע נאאיווע שטרעמונג, און נישט נאר דאס, איך בין פונקט צו מיין מזל אריינגעפאלן אין די קהלה און חסידות וואו עס איז נעבעך אזוי פאר'חוזק'ט און פאר'גולמ'ט, אן קיין שום פארשטאנד.
אויפן וועג ארויס האב איך געטראפן חוזק'ס א משפחה מיטגליד, איך בין לאו דוקא זיכער דעם יחוס וויאזוי זיי זענען קרובים, אבער דאס בין איך זיכער אז זיי האבן געלערנט די זעלבע חכמה ערגעץ, זיי זענען געשטיגן מיט א בינה יתירה וואס אונז פשוט'ע בני אדם האבן נישט.
זאגט ער דארט אין א שמועס גענוג הויך אז יעדער זאל הערן, "אונזער פראבלעם איז אז . . . " איך געדענק נישט וואס די פראבלעם איז, ווייל איך האב מיך געיאגט, אבער איך האב קלאר געהערט אז אונז האב מיר א פראבלעם און חוזק'ס קרוב ווייסט וואס ס'איז.
עס האט מיר אנגעהויבן קלארער צו ווערן ביי די מינוט און די שעה אז חוזק האט א ריזיגע משפחה, און זיי דרייען זיך ארום צווישן אונז און טיילן אונז דברי חוזק מיט גרויס שפע, נאר "אונזער פראבלעם איז" אז מיר ווייסן נישט וויאזוי צו אקצעפטירן און דאנקבאר זיין פאר די טיעפזיניגע חכמה פון די ברייט פארצווייגטע משפחה.
זיי ווייסן קלאר אז וואס מיר טוען איז נישט גוט, און זיי ווייסן קלאר אז וואס אנדערע טוען איז יא, נישט אלס ווייסן זיי קלאר פארוואס פונקטליך עס איז אזוי, אבער עכ"פ זאגט דאך דער הייליגער מסילת ישרים אז דער תכלית איז צו וויסן אז מ'ווייסט נישט.
איך בין געקומען צו די הכרה אז משפחת חוזק האט גאנץ א קלארן מהלך, עס איז נאריש פאר א מענטש צו טראכטן אדער גלייבן איין מינוט אז דאס וואס איך טו אדער דארט וואו איך געהער איז גוט, ער מוז אלס טראכטן אז יענעם'ס גראז איז באמת גרינער, עס קומט פון תמימות און אומוויסנד פון זיין אין א באקס און זיך איינרעדן אז ס'איז גוט.
חוזק'ס שיטה קומט פון דורי דורות חוזק'ס וועלכע האבן נעבעך אלס פרובירט צו שאפן א צורת חכמה מיטן אנגריפן די אייגענע ווערדן און אלס זיין קלוגער פון די ארומיגע דורך זיך אליינס אראפרייסן, זיך אליינס מבזה זיין, און אלעס טון מיט א שמייכל ווי כאילו זייער חכמה איז אזא הויכער ניווא אז ס'גייט אים נישטאמאל אן דער פאקט אז ער רעדט דא פון אייגענע, און אז ער איז גאר א חלק פן דעם פראבלעם.
זיין חכמה דערגרייכט אזוי הויך אז ער קען זיך פונאנדערשיידן פון זיין עצם מהות און מציאות, און מאכן א גאר קלארע אנאליז אויף זיינע דורכפעלער און מיסברויכן אן קיין שום געוויסנביסן.
אט דאס איז חוזק
זענט איר אויך חוזק?
---
לסיומא דמילתא, מיר זענען שטאלץ מיט אונזער לעבנסשטייגער, און מיר האבן זיך נישט פאר וועם צו שעמען ב"ה. אודאי איז אלס דא מקום צו ווערן בעסער, און דער אחריות אויף א חסידישן איד זיך צו פירן בנימוס איז פיל מער צוליב דעם קידוש השם וואס ער מאכט מיט זיין התנהגות, אבער אז איר וועט אמאל ארויף קומען אויפן פליגער ווען א גרופע סטודענטן קומען פון א נסיעה פון א טור, און אויפן זעלבן פליגער וועלן א קבוצה חסידים צוריק קומען פון א נסיעה, וועט איר זעהן און פארשטיין דעם דיפערענץ פון א תורה לעבן און א חיי הוללות, עס איז קיין פארגלייך.
מיר דארפן אודאי נישט מאריך בדיבור זיין, אבער די נקודה ארויסצוברענגען זייער קלאר איז אז אפי' ווען עפעס זעהט אויס אז עס דארף א תיקון און קען זיין אז ס'דארף טאקע, טאר דאס נישט אוועק נעמען פון די שטאלץ פונעם איד,
מ'זאגט נאך פון הייליגן חפץ חיים אז ער האט זיך אויסגעדרוקט אז נאר צוליב דעם שטאלצן אידישקייט פון די חסידים זענען מיר זוכה אנצוהאלטן דאס אידישקייט אין דעם לאנגן גלות, און פון נאך גאונים ווערט געברענגט אזוינע אויסדרוקן וואס כשלעצמו פאר אונז איז דאס נישט קיין נייעס, אבער מ'ווערט נישט קלוגער ווען מ'באשמוצט זיך אליינס, אדער ווען מ'רעדט אויף די אייגענע קרייזן, עס קומט מחוסר דעת ורוח.
האט א לעכטיגן שבת