יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ קריסטאל
ארטיקלען

ביזט נערוועז?

פערספעקטיוו · "היימשטאט" · פרשת פנחס תשפ"ג

איך האב שוין לאנג א חקירה, אפשר אביסל צו לומדי'ש, אבער איך וועל עס מסביר זיין. איך פארשטיי אז מ'קען ווערן זייער נערוועז פון שטיין אין טרעפיק, אדער ווען א בעל תפלה ציהט פונקט ביים לעצטן שטריקל פון די מח אדערן, אדער אפי' נאר ווען ביים רעדזשיסטער שטייט א שורה פון קאסטומער'ס און דער פארקויפער ווערטלט זיך פונקט אויף זיין טעלעפאן מיט א גוטן חבר.

איך פארשטיי אויך אז ס'איז נאטורליך אזוי, און אז געוויס דארף מען ארבייטן אויף די מדות, און די וואס זענען אויסגעארבייט שטייען רואיג און געלאסן און לאזן די כוואליעס פארביי גיין און לעבן א גוטן טאג, ווידעראום די וואס האלטן נאך אין די ערשטע קלאסן פון מעביר על מדותיו סעסיע קענען נאך אזא עפיזאד האבן א גאר שווערן און אויפברויזנדען טאג.

וואס איך וויל אבער פארשטיין מער איז דער עצם מהות פון "זיין אנגעצויגן" צו איז דאס נאר א שלעכטע תוצאה וואס מ'דארף נעבעך ליידן דערפון אויב ווייסט מען נישט וויאזוי עס צו באהאנדלען. אדער גאר איז עס א מתנה פון הימל אז דער מענטש זאל נישט ח"ו אומקומען פאר צער און ער באקומט אזא סארט צייטווייליגע מחלה וואס הייסט נערוועז און דאס געבט דעם קערפער די געלעגנהייט ארויסצובלאזן די שלעכטע ווינטן פון כעס וחימה אויף א נאטורליכן אופן און אלעס גייט צוריק צום נארמאל?

פארוואס וויל איך וויסן? וואס וועט מיר דאס העלפן? און מער פון אלעם פארוואס פארדריי איך א קאפ דעם ציבור לייענער מיט די מאדנע שאלה.

ווייל איך האלט אז ס'קען אונז אלע העלפן אין אזוינע מצבים צו קוקן פון א פערספעקטיוו פון דער הייעך, ווען מיר פארשטייען וואס פונקטליך עס שפילט זיך אפ, און דאן ווערן זאכן אסאך לייכטער אויפן הערצעלע.

לאמיר נעמען דעם "טרעפיק" משל, מיר וועלן עס רופן מיטן צונג דרייער לשון פון "טרעפן און טרעפיק" סיטואציע. דער מענטש פארט ארויס צו זיין ערגעץ וואו ער וויל שטארק אנקומען צייטליך, און איין קליינער דריי מיטן רעדל אריין אויף די בעיקערטאון גאס אין קרית יואל, דערמאנט אים אז ער איז יעצט נישט אין קאנטראל בכלל, ער וועט שטיין געדולדיג אדער אומגעדולדיג און זיך רוקן ביסלעכווייז ביז אלע לייט'ס און אלע לייט וועלן מסכים זיין און אלעס וועט ענדליך מאכן פלאץ פאר זיין אויטא זיך שטופענווייז דורכשטופן דעם אנגעלייגטן טרעפיק.

זיצן למשל צוויי אידן אין די זעלבע מצב, און לאמיר אננעמען אז ביידע יאגן זיך צוגלייך, און ביידע זיצן די זעלבע באקוועם אדער אומבאקוועם.

ראובן איז געפערליך אויפגעברויזט, ער שטורעמט, ער קאפעט, ער פארשטייט נישט די מענטשהייט, מ'דארף אונטערברענגען דעם גאנצן ראוד, מ'דארף מאכן אן עירפארט גראד נעבן זיין הויז ער זאל אנקומען צייטליך, ס'איז נישט נארמאל, ער שפירט זיך באקריוודעט, ער שוויצט פאר כעס.

שמעון זיצט רואיג, הערט זיך צו א דרשה אדער א שיעור, אדער א שיינעם ניגונ'דל, ער זינגט זיך אונטער. ער האט אפי' צייט צו באמערקן אז דא האט מען געפלאנצט נייע ביימער, און אז דארט איז ארויף נאך א הייזקעלע וואס א איד בויט, ער שמייכלט, ער וואונדערט זיך אויף געוויסע נייע זאכן וואס ער באמערקט נישט ווען ער פארט שנעל, יעצט האט ער דאך צייט צו זעהן מער.

אה, פאר איך פארגעס, איך מעסט נישט די מדות צווישן ראובן און שמעון, איך וועל אננעמען אז ביידע זענען אויפן זעלבן שטאפל פון מדות, צום גוטן אדער צום בעסערן.

וואס איז אלזא דער חילוק צווישן די צוויי???

דאס איז דער הויכפונקט פון מיין חקירה. און נאך אסאך פארשונג ארבייט אויף א גאר פראפעסיאנאלן פארנעם בין איך געקומען צו א אויספיהר, א וויכטיגע נקודה צו ארייננעמען אין סדר החיים.

אבער לאמיר קודם רעדן איבער דעם צווייטן עפיזאד ווען דער בעל תפלה א גאר חשוב'ער איד וועלכער וואלט אלס א בנש"ק אפי' געקענט זיין א רב אין שטאט אדער א רבי אין ביהמ"ד, אבער אלס בעל תפלה האט ער די אומגלויבליכע קוואליפיקאציעס פון ארויסנעמען מענטשן פון די כלים, ער שלעפט פונקט וואו מ'דארף נישט, ער ציהט אויס דארט וואו מ'ציהט איין, און ער דרייט דארט וואו יעדער איז גראד, ער האט א טאלאנט.

ביים זעלבן מנין זיצן ראובן און שמעון, און פונקט דאס זעלבע שפילט זיך אויס. ראובן ברויזט, שישקעט, ציצקעט, ער האלט עס נישט אויס, ער האלט דריי פינגערס אין די בלעטער פון דעם סידור, איינס גרייט צו איבערהיפן אפאר קאפיטלעך די צווייטע אריינצו-ווארפן זיינע תהלים קאפיטלעך ערגעץ ווען דער בעל תפלה ציהט, די דריטע איז גרייט פאר פולשטענדיגע רעזיגנאציע צו צושפארן דעם סידור און אויפגעבן דעם קאמף.

שמעון, זיצט רואיג, ער דאוונט זיך געמיטליך, ער האט אפי' צייט א אטעם צו כאפן ווען דער בעל תפלה ציהט לענגער ווי געוויינליך, ער זעהט אויס ווי ער הערט יעצט א חזן ממש לתיאבון.

וואס איז דער דיפערענץ?

מדות איז א גאר וויכטיגער יסוד אין לעבן, אבער צו ארבייטן אויף מדות סתם ווייל מ'האט געהייסן איז גרינגער צו זאגן ווי צו טוהן. עס איז אלזא וויכטיג צו איינגעוואוינען דעם מח דורך געוויסע קלוגע טאקטיקן וויאזוי צו באמת ווערן רואיגער, און באמת ארבייטן אויף די מדות.

ווען דער מח טרייבט צו איבערגעטריבענע אנגעצויגנקייט, און ס'שפירט זיך ווי עפעס וואס מ'קען נישט קאנטראלירן, איז עס באמת נישט אזוי, עס ליגט שטארק אין די הענט פון דעם מענטש צו קענען קאנטראלירן פונקטליך זיינע געפיהלן.

לאמיר נעמען א ביישפיל ווען דער מענטש גייט צו א ספעציאליסט דאקטאר, וואו עס איז דער סדר אז מ'זיצט אין ווארטזאל בערך א שעה אדער מער, דער מענטש גרייט זיך אויף דעם, ער ווייסט אז דאס איז א חלק פון דעם סדר, ער דרייט דעם טאג ארום דעם סקעדזשול, און ווען ער קומט אן אין דעם ווארט זאל, זעצט ער זיך באקוועם אוועק און ווארט מיט געדולד.

ווען ער גייט אבער אריין אין א קליין געשעפטל כאפן א קויף, אדער אנדערע אזוינע פלעצער, און עס נעמט אביסל לענגער ווי געראכטן, הערט ער שוין ווי דער מח רעדט צום הארץ מיט הויכע טענער "ווער נערוועז" יעצט איז די צייט צו זיין אנגעצויגן.

און די סיבה איז קלאר ווייל ער שטעלט אוועק זיינע ערווארטונגען אויף א וועג וואס ווערט אומגעראכטן צעווארפן און דער מח פארטראגט נישט דעם פלוצימדיגן טויש אין קלימאט.

ווען אבער דער מענטש זעהט זיך ארום אז דער בעל תפלה איז דער יעניגער וואס ציהט, אדער אז ער איז אנגעקומען צום פארפיינטעטן טרעפיק, און ער פארציילט פארן מח דעם פלאן, אז יעצט גייט מען ווארטן אפאר מינוט לענגער ווייל אזוי ארבייט עס, נישט ווייל קיינער איז שולדיג, נאר ווייל דאס איז די מציאות פון לעבן.

פלוצים פון איין מינוט אויפן צווייטן וועט ער זעהן אז דער גרויסער באבל וואס דער מח האט אנגעהויבן אויפבלאזן צעקראכט זיך און דער מצב ווערט רואיג ווי קיינמאל וואלט גארנישט געווען, און דער מענטש גייט ווייטער אן מיט א רואיגן געמיהט אין זיין טאג.

ווי וויכטיג עס איז דאס שטעלן די ערווארטונגען צום ריכטיגן מציאות סיי ביים פלאנירן צו פארן ווען מ'ווייסט אז דאס קען פאסירן, סיי ווען מ'איז שוין דארט און מ'ווערט שאקירט אומערווארטעט פון דעם טרעפיק, אין אלע פעלער איז דער מענטש בעה"ב אויף איין מינוט צו טוישן די לופט און מאכן א רואיגן אטמאספערע.

ס'נעמט נישט מער ווי אליינס טראכטן, דאס איז דער מציאות, און עס וועט נישט טוישן גארנישט די רוגזה.

אין צוגאב צו די אויבנדערמאנטע נקודה איז וויכטיג צו געדענקען אז צומאל כאפט מען זיך נישט וואו מ'בויט אויף דעם מצב פון חימה אליינס, צומאל אומווילנדיג דורך מיטגיין מיטן געפיהל און טון פעולות וואס ווייזן ארויס דעם גרויסן אויפברויז, און אדם נפעל כפי פעולותיו, ווי מער דער מענטש דרוקט אויס זיין כעס מיט פעולות אדער ווערטער, טוט ער דערמיט מער און מער אויפבלאזן דעם חימה, עס ווערט נישט ווייניגער.

עס איז וויכטיג, גאר וויכטיג אליינס צו קאנטראלירן און בארואיגן זיך, נוצן אן איידעלן צוגאנג צו סיי וועלכע פון די פעלער וואס נעמען ארויס פון די כלים, און אליינס צוריק אריינקריכן אין די כלים.

האטס א לעכטיגן רואיגן שבת.