יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ קריסטאל
ארטיקלען

ווען דער ציהל איז גרעסער ווי דער ציהל ברעט

פערספעקטיוו · "היימשטאט" · פרשת מטות תשפ"ג

פארוואס? צוליב וואס? וואס איז די סיבה?

אויפן וועג צו דער ארבייט אויפן באס זיצן צוויי אידעלעך, איינער אנגעשטרענגט אביסל מער ווי דער צווייטער, זיי זענען נישט באקאנט איינער מיטן צווייטן, זיי האבן זיך נארוואס געטראפן פארנדיג פון קרית יואל קיין וויליאמסבורג מיטן באס וואס פירט ערליכע אידן וואס זייער פרנסה מיטל איז אביסל רחוק מן העיר און זיי מוזן יעדן טאג אדער אפאר מאל א וואך מאכן די רייזע פון שטאט צו שטאט, און אזוי ברענגען די אידן פרנסה בדרך כבוד, יראי ד' וועלכע דאווענען, לערנען, רוען זיך אפ, אויפן רייזע צו די ארבייט און פון די ארבייט.

אבער דער נייער רייזנדער וועלכער איז אביסל אומבאקאנט פאר די געוויינליכע מיטפארער ציהט אביסל א אויג. ער פארט נישט ווי איינער וואס יאגט זיך אדער וויל ערגעץ אנקומען, ער מאכט זיך מורא'דיג באקוועם, ער האט מיטגעברענגט מיט זיך א קושן צום שלאפן, א טעצל צום עסן, א פלעשל צום טרינקען, אפאר ביכער צו לייענען, ער איז אויפגעריסטעט מיט כל ערליי כלים צו קענען פארברענגען די צוויי שעה אויפן באס ווי א הוליאנקע.

עס זעהט אויס פון איין זייט אז ער איז אן עקספערט פארער, ער האט אלע מאשינעריע צו קענען פארן באקוועם, אבער פארט קען אים קיינער נישט אידענטיפיצירן.

אויפן באס זיצט ר' יחזקאל (ריכטיגער נאמען געהאלטן אין די רעדאקציע) ער איז פון די באקאנטע מיטרייזנדער, ער וועט צומאל דאווענען פארן עמוד, ער וועט העלפן ווען ס'פעלט זיך צו צולייגן א האנט פאר א צווייטן איד, ער איז אלס אקטיוו און גוט אויפגעלייגט, ווען ער קומט ארויף אויפן באס ווערט פרייליך.

ער האלט זיך נישט צופיל צוריק, און פרעגט דעם איד מיט א גאר ווארימע אויפנאמס מינע: וואס מאכט א איד?

דער איד ענטפערט צוריק מיט א שמייכל נענטער צו א געלעכטער, מיט א הויך קול ווי אן אומערצויגען קינד. וואס ווילט איר וויסן?

נא, איך פרעג נאר פשוט אייך צו באגריסן, איר קומט דאך נישט געוויינליך אויפן באס, זענט איר א גאסט וועם מיר נעמען אויף בכבוד. איר פארט קיין וויליאמסבורג צו דער ארבייט? איך זעה אייך פשוט יעצט דאס ערשטע מאל דא.

זאגט דער איד, איך פאר נישט קיין וויליאמסבורג בכלל.

וואס הייסט? דאס איז דער וויליאמסבורגער באס, אונז פאר מיר קלאר קיין וויליאמסבורג, און אויב איז נישט דאס וואו איר ווילט אנקומען דארף מען שוין אראנדזשירן אייך אראפצולאזן ערגעץ איר זאלט נישט צו ווייט פארפארן.

ניין ניין, מיך גייט נישט אן צו מ'פארט אויף וויליאמסבורג, זאל זיין וויליאמסבורג. אבער איך פאר פשוט ווייל איך האב ליב צו פארן.

דו זעהסט די זאכן וואס איך ברענג מיר מיט אויפן וועג? איך פלעג יארן פארן צו דער ארבייט, און איך פלעג אויפן וועג שלאפן און פארברענגען און לייענען, היינט אבער האב איך שוין נישט קיין פרנסה, איך בין שוין האלב פענסיאנירט, דארף איך טאקע נישט דוקא פארן קיין וויליאמסבוג צו דער ארבייט, אבער אפרוען און אביסל פארברענגען מעג איך דאך!!!

די אנדערע מיטפארער געבן אזא שווערן קרעכץ מיט מיטלייד פאר דעם איד וועלכער איז נעבעך אזוי אומוויסנד, מאכן אזא טלטול הדרך כדי זיך אויסצורוען?

---

די אלע אידן אויפן באס וועלכע ווערן אויך היבש אפגעמוטשעט פון דעם טלטול הדרך, האבן אייניג פארשטאנען אז אט דער איד איז א גרויסער רחמנות, טראץ וואס זיי פארן אויך אויפן באס, זיי אלע פארן מיט א ציהל וואו אנצוקומען ווייל זיי דארפן דארט אנקומען משום איזה סיבה שהוא. אבער דער אידל דא, ער האט דאך נישט קיין ציהל, זיין גאנצער ציהל איז צו זיצן אויפן באס און פארן, נישט קיין חילוק וואו מ'וועט אנקומען.

נעבעך....

---

מיר לעבן אלע

ביים גרויסן פריץ גייט פאר א באלל, מ'הוליעט, שפרינגט, און פארברענגט, ווי ס'פאסט זיך פאר א גוי מיט אן עקסטערע פאר טולער, מ'פארשווענדעט צייט, געלט, און מענטשהייט, אלעס פארן ציהל פון גארנישט, דער פארברענג האט נישט קיין שום ספעציעלע סיבה, נאר דאס אליינס אז מ'קען אזוי פארברענגען איז גענוג א סיבה צום פארברענגען זעלבסט.

ווען א פארבייפארער האט געזעהן דעם גערודער און גערויש, האט ער זיך אפגעשטעלט פרעגן, על מה ולמה, וואס קומט דא פאר? א חתונה? א גוט געשעפטל? וואס איז דא די גרויסע הוללות?

ער שטעלט אפ דעם ערשטן האלב שיכור'ן פויער און פרעגט אים, פאניע וואס איז דא די פארטי?

דער גוי ענטפערט אים, איך ווייס נישט מער ווי אז מ'גיבט צו טרינקען טרינקט מען? ברויכסט אויך?

ער שטעלט אפ א צווייטן און פרעגט, זאג נאר וואס קומט דא פאר? וואס פראוועט מען דא?

דער ענטפערט שוין מער אריסטראקראטיש, וואס הייסט וואס? מ'הוליעט אז מ'קען הוליען, מ'טאנצט אז מ'קען טאנצן, און מ'טרינקט אז מ'קען טרינקען.

ער פארשטייט נאך אלס נישט, אלזא ווילסטו מיר זאגן אז מ'האט סתם אזוי אין א גרינעם דינסטאג זיך צוזאמגענומען צו טאנצן שפרינגען און הוליען, אלעס פאר גארנישט? עפעס זעהט עס נישט אויס ווי א נארמאלער ערשיינונג.

דער פריץ זעהענדיג דעם פרעמדן עובר אורח זיך דרייען אזוי מיט אן ערנסטע מינע, פרעגט אים דער פריץ מיט געשוואלענע אויגן פון וויין, כאווער, וואס נעמסטו נישט קיין טרינק? פארוואס ביזטו אזוי ערנסט?

ענטפערט ער, איך פרוביר צו פארשטיין וואס דא קומט פאר?

און מיט א שמייכל ענטפערט אונזער פריץ'ל,

לאמיך דיר פרעגן! וואס טוסטו ווען דו ווילסט א גוטן שמייכל?

ער טראכט א מינוט, און ענטפערט, איך הער מיך צו א גוטן וויץ, אדער איך דערמאן זיך פון א לאכעדיגן עפיזאד אין לעבן,

און וואס טוסטו ווען דו האסט נישט וואס צו טון?

איך בין אין א גאר שווערע דילעמע, ווען איך האב נישט וואס צו טון, זוך איך וואס צו טון, און ווען איך טרעף וואס צו טון האב איך שוין וואס צו טון, אבער ווען איך טרעף נישט, האב איך נישט, אלזא וואס מיינסטו צו פרעגן טייערער פריץ?

וועל איך דיר מסביר זיין מיין פריינד. דו זעהסט, די אלע מענטשן דא וואס הוליען ביי מיר אין גארטן זענען פון די סארט וואס כדי צו לאכן מוז מען נישט הערן קיין וויצן, מ'באשליסט אז ס'איז צייט צו לאכן און מ'לאכט, ווען מ'איז אנטשלאסן צו זיין פרייליך, מאכט מען זיך פרייליך, עס איז נישטא עפעס וואס שטערט אונז פון זיין פרייליך נאר דער באשלוס אז דאס איז וואס מיר ווילן יעצט זיין.

און ווען מיר האבן נישט וואס צו טון, טוען מיר טאקע אט דאס: גארנישט! און מיר זענען היבש צופרידן דערמיט, עס שטערט אונז בכלל נישט.

און וואס וועט זיין נאכדעם? פרעגט דער גאסט. וואס וועט זיין ווען דו וועסט עלטער ווערן אדער קראנק ווערן, און דו וועסט נישט קענען טון די אלע הוליערייען? וואס איז דיין ציהל צו וועלכן דו ווילסט אנקומען? איז דא עפעס וואס דו ווילסט נאך אין לעבן, אויסער אז ס'זאל שוין דורכגיין?

אקוראט! ענטפערט דער פריץ, איך האלט שוין נאכדעם! ביי מיר איז עס שוין נאר שוואויל טאג איך זוך שוין נישט גארנישט, און איך ציהל נישט צו גארנישט, אלזא געב איך מיך אפ מיט גארנישט און דאס זעהסטו דא אז מיר טוען.

דער געסטל כאפט זיך אן דעם קאפ, עס שווינדלט אים פון די אלע טיעפזיניגע חשבונות פונעם פריץ, אבער איין זאך וואס ער האט זיך אפגעלערנט פון דעם ערפארונג דא היינט נאכט, אז עס איז פארהאן א סארט בריאה וועלכע האט בכלל נישט קיין

דער אידל דרייט זיך צוריק צום פענסטער דרוקט צו דעם שטערן מיט א האלבן נאז און אבזערווירט ווייטער די רייעס ביימער וואס פארן פארביי דעם גאלאפירנדען באס, ווי כאילו מ'שטערט אים ווען מ'אינטערסירט זיך אין אים.

ווען פון דעם איד'ס זעקל חפיצים איז ארויסגעפאלן א געוויסער חפץ האט אים ר' יחזקאל מעורר געווען אז עס איז אראפגעפאלן, פשוט אלס די מצוה פון השבת אבידה.

דא איז שוין דער איד אביסל בייז געווארן און פרעגט דעם ר' יחזקאל: איך קען וויסן וואס איר ווילט פון מיר? וואס גייט אייך אן וואס ביי מיר טוט זיך? פארוואס מיינט איר אז איר מוזט זיך אריינמישן ביי יענעם אין די געשעפטן. אלזא אז עפעס איז אראפגעפאלן פון מיין זעקל וואס איז דאס אייער עסק?

ערשטוינט און פארוואונדערט, פרובירט אים ר' יחזקאל מסביר צו זיין, אז סך הכל האב איך געמיינט אז איר זעהט נישט אז איר פארלירט א חפץ און אייך אויפמערקזאם געמאכט.

הייסט דאס אז איך ווייס נישט אז איך האב עפעס פארלוירן? נאר איר ווייסט? איר זענט קלוגער פון מיר, ווילט איר מיר זאגן?

ר' יחזקאל פארלירט זיך נישט און פרעגט דעם איד: זאגט נאר ר' איד, וואו פארט איר היינט? איך פארשטיי אז קיין וויליאמסבורג, אבער איז דא עפעס וואס מ'קען אייך העלפן? וואו דארפט איר אנקומען?