יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ קריסטאל
ארטיקלען

נאך נישט גענוצט ארטיקל · תשפ"ה

קריסטאל · "היימשטאט" · צוגאב

מיט א שבח והודאה צום הייליגן באשעפער, האבן מיר נארוואס זוכה געווען צו טון א שידוך ב"ה מיט פרייליכע הערצער, און מיט האפענונג אז די שמחה זאל ברענגען השפעות טובות בכלל ובפרט פאר אלע ארומיגע.

שטייענדיג אין אזא צייט האב איך געשפירט אז ס'איז פאסיג צו שרייבן אביסל אין א טעמע איבער וועלכן איך האב שוין אין די פארגאנגענהייט גערעדט ברבים און געטון אסאך דערין, אבער נישט אנגעקומען צו ווייט, דער ענין פון "שדכנות".

דער באקאנטער ווארט פון צדיקים אז ווען מ'ארבייט אויף מתקן צו זיין די וועלט ווערט מען שנעל געוואויר אז אפי' זיך אליינס מתקן צו זיין איז גאר שווער, דאס קומט זייער שטארק צונוץ אין עסקנות, און אין סיי וועלכע גרעסערע אונטערנעמונגען, מ'גייט אריין אין א פראיעקט פולקאם גרייט מ'רעדט זיך איין מ'גייט ברעכן ווענט, צענעמען בערג, ווער וועט דען נישט פארשטיין דעם נחיצות און מיטארבייטן.

ווען מ'איז שוין דערין זעהט מען אן אנדערן בילד, עס שטעלט זיך ארויס אז טראץ וואס יעדער וועט מודה זיין אז דער ענין איז אזוי וויכטיג, און מ'וועט אפי' קאמפלעינען אז מ'טוט נישט גענוג (די עסקנים טוען נישט גענוג, אזוי צו זאגן) ווען ס'קומט אבער למעשה זעצט זיך דער עולם צוריק אויף די פלעצער און ווארט מיט שפאנונג אז זאכן זאלן געטון ווערן פון זיך אליינס. ליידער מעשי שטן אבער אזוי איז דער מציאות.

לאמיר רעדן פון דעם ענין וואס ווערט גערופן דער "שידוכים קריזיס", און פארציילן אביסל פון הינטער די קוליסן, און אויסשמועסן אויף אן אופן וואס אנשטאט ארבייטן אויף א "גלאבאלע אונטערנעמונג" וואס איז זייער שווער אינטער די אומשטענדן ווי פריער דערמאנט, לאמרי רעדן אויף אן אינדיווידועלע אינטערנעמונג וואס וועט אפשר העלפן מאנכע וואס פרובירן יא זיך צו העלפן.

דער שידוכים קריזיס, קודם לאמיר פארשטיין דעם דערהער, וואס איז דער קריזיס? און צו איז טאקע דא א קריזיס?

ווי אויך לאמיר שמועסן אפי' אויב ס'איז נישט קיין אנגענומענע קריזיס, ווי די משנה אין מס' תענית איז דא א מחלוקת התנאים ווען א דבר, א מגיפה הייסט א מגיפה און ווען נישט, דאס הייסט אז אפי' אויב ס'שטארבן נעבעך סיי וועלכע צאל פון אידן אין א שטאט איז עס א שרעקליכע ווייטאג, אבער א מגיפה הייסט עס נאך נישט נאר אויב ס'האט די תנאים וואס אמגיפה האט.

דאס זעלבע ביי א קריזיס, דאס אז אידן ליידן נעבעך און פלאגן זיך מיט שידוכים, איז אן אמת, און איז אזוי געווען אלעמאל, און דער פליכט איז אויף אונז צו העלפן יעדן אין זיין מצב צו קענען דורכשווימען דעם אפיציעלן קריעת ים סוף וואס חז"ל רופן שוין אזוי אין יענער צייט.

אבער "קריזיס" איז נישט קיין לייכטער טערמין, און די סיבה פארוואס עס ווערט אנגערופן היינט א קריזיס איז נישט ווייל ס'מאכט זיך נעבערך אלטע בחורים און מיידלעך וואס טרעפן שווער א שידוך, נאר ווייל ס'איז נישט דא קיין געהעריגע שדכנים, דאס איז א יסודות'דיגער קריזיס, וויבאלד אזא וויכטיגער און יסודות'דיגער לעבנסמיטל האט נישט קיין אויפגעשטעלטע יסודות'דיגע מהלך פאר פראדוקציע אין אונזערע צייטן איז א קריזיס.

ווען עס וואקסט ווייץ בשפע, איז נישט קיין "אפיציעלע הונגער יאר", אבער עכ"ז קען ווערן א קריזיס אויב די טראנספארטאציע מיטלען אדער די פראדוקציע ווערט געשטערט פון אנדערע אופנים, וואס טוט פארמיידן די סיסטעמאטישע ערפילונג פארן פולקאמען צורך פון ברויט.

דאס זעלבע איז מיט שידוכים, יעדער ווערט א חתן און יעדע ווערט א כלה, אבער ווען די פראדוקציע איז פארהאנקערט דורך א גאר אומסאפיסטיקירטן מהלך אין א גאר סאפיסטיקירטע וועלט, ווערן די שוועריגקייטן אויפגעבלאזן פי כמה, און אויף דעם דארף מען מטכס עצה זיין.

אלזא דער פראבלעם איז קלאר, שידוכים ווערן אויסגעפירט יעדן טאג, אבער דער צוזאמארבייט צווישן שדכנים (פראפעסיאנאלע שדכנים) מיט די עלטערן, איז פארהאנקערט גאר שטארק, דאס הייסט אז נאך א סורוועי פון שידוכים וועט זיך ארויסשטעלן אז א גרעסערע פראצענט ווערט אויסגעפירט דורך איינמאליגע שדכנים וועלכע האבן פונקט אריינגעבלאנדזשעט אין א גוטן געדאנק, און מיט די הילף פון הקב"ה געברענגט א שידוך צום גמר, און דערמיט אויך זייער שדכנות קאריערע צו א גמר.

וואס איז דען דער פראבלעם אז שידוכים ווערן אזוי געפירט?

דא דארף מען נעמען אין באטראכט אז דער ציבור אין שידוכים ווערט צעטיילט אין דריי משמורות.

די ערשטע זענען דא אזוינע וואס דער אויבערשטער האט זיי געהאלפן אז עס גייט זיי גאנץ לייכט, זיי באקומען טעלעפאן קאללס טראץ וואס ס'איז נישט דא קיין גרויסער שדכנים מארקעט. זיי טוען שידוכים מיט די קינדער אויף א לייכטערן פארנעם.

די צווייטע ווערן גערופן אין די אמעריקאנער שפראך "די עווערעדזש", זיי פלאגן זיך אביסל מיט באקומען אויפמערקזאמקייט, זיי דארפן אריינלייגן עקסטערע ארבייט מ'זאל זיי עפעס ברענגען צום טיש, אבער פארט שטופן זיי דורך.

און פארשטייט זיך אז די דריטע איז דארט וואו מ'זעהט אז די שוועריגקייטן זענען למעלה מראש, און מ'קען נישט מיט טינט באשרייבן וואס די עלטערן גייען נעבעך דורך ביז מ'זעהט דאס קינד פארהייראט.

אבער לענינינו איז דער קריזיס אויף אלע דריי פון די מדריגות, אפי' ביי די וואס זאכן זענען פארהעלטנסמעסיג רואיגער ברענגט דער קריזיס פון א אומסיסטעמאטישן שדכנות סיסטעם געוואלדיגע שוועריגקייטן טראץ וואס ס'איז נישט קיין פארגלייך צום גרויסן ווייטאג פון דארפן ווארטן יארן פאר א שידוך.

ווען מ'האט שוין יא א קינד וואס איז אין די ערשטע דרגה און די טעלעפאן קלינגט כסדר, שטאלפערן זיך די עלטערן אן מיט א פראבלעם פון נישט וויסן ווען צו נעמען ערנסט דעם פארשלאג און ווען נישט, אלעס צוליב דעם