תולדות ע"ח
גאר א לאנגער וועג איז עס געווען, א גרופע פון אינגע און עלטערע לייט וועלכע האבן געוואלט אנקומען צום קעניג וועלכער האט פארשפראכן אז אין די באשטימטע צייט פון א צירקע עטליכע וואכן וועט ער לכבוד זיין געבורטס טאג אויסטיילן אוצרות פון קעניגליכן פארמעגן, ער וועט געבן פאר די וואס וועלן בעטן וויפיל זיי וועלן נאר דארפן, מ'דארף אבער זיין ביים פאלאץ אין צייט צו קענען צייטליך אריינגעבן די פארלאנגען.
לאנגע וואכן, טעג און נעכט, זענען די גרופע פון א צירקע 20 לייט געגאנגען, יעדער מיט זיין קליין צעטעלע פון פארלאנגען און בקשות וואס זיי האבן זיך געגרייט צו בעטן פון קעניג, אויפן וועג האבן זיי זיך איבערגעחזר'ט און איינגעלערנט די ווערטער און פונקטליכע אויסלאגע פון די פרעזענטאציע צום קעניג, אז זיי זאלן קענען זיך שטעלן מיט זיכערקייט און נישט פארלירן זיך פון דעם קעניגליכן פראכט.
דער ראש החבורה האט זיך כסדר אויפגעשטעלט און געפרעגט פון די מיטוואנדערער וואס זייערע בקשות זענען, און יעדער האט פארגעזאגט זיינע צוויי דריי שורות פון זייער פארגעברייטע בקשה, און אזוי איז די שיירה געגאנגען און געקראכן אויף בערג און טאלן אנצוקומען ביזן קעניג.
די וועג האט אזוי לאנג גענומען, דער הונגער און מידעקייט האט אנגעהויבן נאגן, און עטליכע פון די מיטגייער האבן שוין אפי' געקלערט אויפצוגעבן דעם חלום פון אנקומען צום קעניג, די רעזערוון פון עסן און וואסער זענען נישט געווען גענוג, און די מוהט געשלאגן, אבער פארט האט מען זיך אינטערגעגארטלט מיט קוראזש וויסנדיג אז נאך אלעם וועט דאך דער ציהל זיין גענוג א גרויסער אז מ'זאל דערפאר אביסל זיך אנשטרענגען.
אנקומענדיג צום קעניג אויסגעמוטשעט און מיד, פרעגט דער קעניג פון אונזער שיירה וואס זייערע בקשות זענען, איינער בעט געלט, א צווייטער דארף הילף אין געריכט, א דריטער דארף הילף אין זיין פעלד ארבייט, שטעלט זיך אראפ איינער פון די אויסגעמוטשעטע מיטריייזנדע און ווען דער קעניג פרעגט אים וואס איז דיין באגער? ענטפערט ער: איך דארף א לאבל ברויט און א פיינעם געלעגער, איך בין זייער אויסגעמוטשעט פונעם וועג, דאס איז יעצט דאס וויכטיגסטע זאך וואס איך דארף.
פארשטייט זיך אז די ארומיגע האבן אויסגעפלאצט אין א ווייטאגליכן געלעכטער, קוקנדיג אויף דעם אויסגעמוטשעטן רייזנדער וועלכער איז שוין ביים ציהל אבער קען נישט געדענקען דעם תכלית נאר אז ער איז הונגעריג און מיד פון די נסיעה.
ויאכל וישת ויקם וילך ויבז, זאגט דער הייליגער רמב"ן אז דער סדר פון א כסיל א נער איז אז ער קען נאר בעטן זיינע איצטיגע געברויכן, ער טראכט נישט פון דעם עתיד, ער האט זיינע מינדערוויכטיגע צייטווייליגע געברויכן אלס זיין ציהל פאר די אויגן, ער איז פארנומען מיט עסן ווען ער איז הונגעריג, טרינקען ווען דורשטיג, און אזוי ווייטער, ער וויל גארנישט מער ווען אים גלוסט זיך עפעס אויף די מינוט.
ווידער דער ערליכער איד טראץ וואס ער ברויך צו עסן און טרונקען כדי צו קענען טון דעם עבודת הבורא איז דאך זיין עיקר ציהל דער תכלית פון עבודת ד', טראץ וואס ער בעט טאקע פאר די עניני גשמיות אויך ווייל דאס איז וויכטיג צום ציהל, ער נעמט זיך מיט אויפן וועג עסן און טרונקען, אבער ער פארגעסט קיינמאל נישט וואס דער עיקר איז.
מיט דעם טייטשט דער הייליגער רמב"ן די ווערטער ויאכל וישת ויקם וילך ויבז, אז דאס איז עשו הרשע, דאס איז אלעס וואס ער האט אויפן קאפ, און ס'גייט אים גארנישט אן מער פון דעם.