יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ פתח הגליון
ארטיקלען

דעם גראף'ס מעדיצין

פתח הגליון · פרשת חיי שרה

ביים גראף אין פאלאץ איז דער סדר אלס מיט א סיסטעם וואס די פילע קנעכט ווייסן שוין יעדער זייערע פאזיציעס, יעדער ווייסט וואס עס פארלאנגט זיך פון אים, איינער איז געשטעלט פאר די קיך, א צווייטער איז ממונה אויף די בגדים, און אזוי ווייטער, דער גראף האט אלע זיינע באדערפענישן צו דער האנט, און די עבדים ארבייטן איבערמידליך אים צופרידן צו שטעלן.

די שלוחים פון גראף גייען אויפן מארק, קויפן איין פון דעם שענסטן אין בעסטן, אלס אויב דער גראף וועט געברויכן אמאל א גוטע פרוכט אדער א פיינעם מאכל זאל ער נישט דארפן צוויי מאל בעטן. ווי נאר דער גראף מורמלט ארויס דעם נאמען פון מאכל ליגט עס שוין גרייט אויפן טיש מיט די שענסטע געצייגן, גרייט פארן גראף ווי עס פאסט זיך פארן מלכות.

מאכט זיך אמאל אז דער גראף קלינגט אויפן גלאק, און צום באדינער באפעלט ער אז ער ברויך א געוויסע מעדיצין פאר זיין קאפוויי, ער פארלאנגט א גאר שארפן מעדיצין וועלכעס וועט לויט אים לינדערן זיינע שמערצן. דער באדינער פארנויגט זיך ערליך און גייט ארויס איינהאנדלען דעם מעדיצין. עס גייט דורך א צייט, און דער גראף זעהט אז דער באדינער איז נאך נישטא, ווערט ער מלא חימה, דאס איז נישט ווי זיין שטייגער צו דארפן ווארטן מ'זאל אויספאלגן זיינס א באפעל אזוי לאנג.

ווען דער באדינער איז צוריק געקומען האט ער נישט געהאט מיט זיך דעם מעדיצין נעאר אנגעהויבן פרעגן דעם גראף פונקטליך איבער זיין קאפ וויי, וואס ער שפירט, און וואו ער שפירט עס, און אזוי ווייטער. דער גראף האט זיך שוין נישט געקענט באהערשן, און געמאכט באנומענע קולות: איך האב דיר דען געשיקט זאלסט מיר ברענגען א חידה אדער אנדערע נארישע שאלות, איך האב דיר אנגעזאגט מיר צו ברענגען דעם ספעציפישן מעדיצין, וואס איז היינט דיין פארנאכלעסיגקייט? איך וועל דיך פארשיקן צו אלדאס רוחות.

דער באדינער האט פארשטיין געגעבן דעם גראף, אז אלעמאל שטיי איך גרייט דיך צו באדינען אן קיין אפהאלט, און איך האב אלס גרייט וואס דו קענסט נאר קלערן, אבער וווען ס'קומט צו מעדיצינען וואס דאס קען אפעקטירן דיין געזונט, און עס קען דיר שאדן שטארק, מוז איך גיין צום גוטן דאקטאר, און הערן פון אים וואס מ'דארף אלס וויסן בעפאר מ'נעמט דעם מעדיצין, און טראץ וואס איך גלייב דיר און איך שעץ דיך מוז איך דיך פרעגן די אלע סימנים צו מאכן זיכער אז דער מעדיצין וועט דיר זיין ווירקזאם און נישט דאס פארקערטע.

ויאמר אברהם אל עבדו זקן ביתו וגו' ואשביעך בד' אלקי השמים ואלקי הארץ אשר לא תקח אשה לבני מבנות הכנעני אשר אנכי יושב בקרבו.

אליעזר איז געווען דער זקן ביתו, מושל בכל אשר לו, דער העכסטער און נאנטסטער מענטש צו אברהם אבינו געטריי און איבערגעגעבן מיט אלעם, און דא קומט אזא זאך וואס איז זיכער גאר וויכטיג, און ווי געוויינליך איז אליעזר שוין באגלייבט, צו וואס האט אויסגעפעלט אז ער זאל אים דאס מאל באשווערן אזוי הארב? וואס האט דען געמאכט טראכטן פאר אברהם אבינו אז דאס מאל וועט אליעזר נישט אויספאלגן זיין באפעל?

שרייבן די ספרים הק' מ'זעהט אמאל ווען א איד וועלכער זעהט אויס צו זיין גאר ערליך, און ער האט אלע לבושים ווי א ערליכער איד, און מ'דארף טאקע נישט חושד זיין אנדערש, מ'פירט זיך אויף מיט איעדן איד ווי צו א גוטן ברודער, אבער ווען ס'קומט צו הכשרים, ס'קומט צו כשרות, קען מען זיך נישט פארלאזן אויף קיין אויסזעהן אדער אויסערליכע סימנים, דארט דארף דער איד אננעמען גאר אויסנאמע מיטלען צו דערגיין פונקטליך דאס כשרות.

ווען ס'קומט צו תורה ומצוות קען מען זיך נישט פארלאזן אויפן אויסערליכן ערליכקייט פון דעם איד. מ'דארף טוהן אלעס וואס מעגליך צו דערגיין דאס אמת'דיגען בילד.

דאס זאגט אונז דער פרדס יוסף איז וואס אברהם אבינו האט אונז געוואלט לערנען. אליעזר איז געווען בן משק ביתו, זיין גאר פארטרויבארסטער מענטש אין דער וועלט, ער האט אים געגלייבט און פארטרויט מיט אלע זיינע איינגעלגענהייטן, אבער ווען ס'קומט צו תורה, ס'קומט צו זאכן וואס זענען יסודו של עולם, מ'זוכט א שידוך פאר יצחק, און אברהם ווייסט אז נאר ביי זיין משפחה, און ח"ו נישט ביי די כנעניים וויל ער מ'זאל טרעפן פאר יצחק'ן דאס באשערטע, מוז ער אננעמען אויסנאמע מיטלען, און זיך נישט פארלאזן אויף די געוויינליכע געטריישאפט פון זיין קנעכט.

די פרשה איז גאר וויכטיג פאר אונז אלס א לימוד אויפן טאג טעגליכן לעבן, נישט צו פארמישן אהבת ישראל און ברודערשאפט אין פאלשע טרוי וואס ברענגט אמאל חרבנות. זיך נישט פארלאזן אויפן בארד און פיאות פון דעם סוחר אדער זיין משפחה אפשטאם, נאר אליינס באמת נאכזוכן צו איז דער הכשר גוט, צו איז דאס גענוג ריין פאר א אידיש קינד.

זאל דער אויבערשטער העלפן שלא נכשל לעולם ועד ונזכה לביאת גוא"צ בב"א.