די וועלט רודערט זיך, א קאנטינענט אויף שפילקעס, מיליאנען מענטשן שטייען אין לאנגע שורות, זיי גייען אפגעבן זייער שטימע, זיי גייען נעמען א חלק אין זייערע אמעריקאנער רעכטן, און "אויסוועלן" א פרעזידענט פאר די פאראייניגטע שטאטן.
אין א שמועס מיטן טיפישן אמעריקאנעם גוי ברענגט ער ארויס מיט הייפער אז ער טוט אינפארסירן זיינע רעכטן פון פרייהייט צו שטימען פאר וועם ער וויל, זיין קול וועט דערהערט ווערן, ער איז דער וואס איז מכריע, אדער האט גאר א טייל אין די הכרעה ווער ס'זאל איבערנעמען דעם טראהן.
אפאר שורות ארויפציהר שטייט א אידעלע און איר כאפט מיט אים א שמועס, און איר פרעגט אים , זאגט נאר ר' איד פארוואס קומט איר היינט אפגעבן די שטימע פארן פרעזידענט? דער איד ענטפערט, לב מלכים ושרים ביד ד', איך בין נישט מסופק קיין רגע אז מיין שטימע איז ווערדלאז, די סיבה צו מיין שטיין דא אין די רייע, איז פאר די לאקאלע בעאמטע.
א צווייטער איד ענטפערט, איך קום שטימען צו ווייזן הכרת הטוב פאר דעם אדער יענעם קאנדידאט וואס האט געהאלפן אידן.
א דריטער קומט שטימען ווייל די אישי הציבור און עסקנים האבן פארלאנגט מ'זאל דאס טוהן, און אויב איז דאס לתועלת פאר די אידן וואס גיבן זיך אפ מיטן ציבור א גאנץ יאר, וועל איך פשוט טוהן וואס מ'פארלאנגט פון מיר.
ויהי ערב ויהי בוקר און ווי שטארק די וועלט איז געווען איבערגעדרייט בעפאר די וואלן, ווערט א בהלה ווען מ'ווערט געוואויר אז אלע אינפארמאציע, אלע מידיא שאצונגען אלעס אויף וואס דער גוי האט געבויט זיינע טיעפזיניגע אויסוואלן זענען פאלש דורכאויס. עס שטעלט זיך ארויס אז דער בלאף איז געווען אזוי גרויס אז די גרעסטע ווארט זאגער זענען געבליבן געפלעפט, שמעו עמים ירגזון, חיל אחז יושבי פלשת, יעדער באשולדיגט איינער דעם צווייטן פאר די אומערווארטעטע רעזולטאטן, און דער אידעלע שטייט און לאכט, וואס איז דאס דען פאר אונז א נייעס? לב מלכים ושרים ביד ד', און דאס וואס האט געדארפט זיין אזוי איז דאס געווען.
די וואך אין די סדרה ווערן מיר שטארק באקאנט מיט דעם חלק פון ידיעה און בחירה, וואס דער רבוש"ע האט אזוי אריינגעלייגט אין די בריאה, אז דער מענטש זאל זיך פארשטעלן ווי ער האט גאר א טייל אין די אויסוואלן, ער זאל שפירן ווי ער האט עפעס א בחירה, ער איז דער וואס איז מכריע, דאס איז א חסד פון הימל אז דער מענטש זאל שפירן א ווערדע אין זיין לעבן, און מיינען אויף דעם עולם השקר אז ער איז גאר וויכטיג אויף דער וועלט.
ואברהם היו יהיה לגוי גדול ועצום וגו' כי ידעתיו למען אשר יצוה את בניו ואת ביתו.
הקב"ה האט שוין ליעב געהאט אברהם אבינו צוליב דעם וואס ער גייט באפעלן פאר זיינע קינדער וויאזוי זיך אויפצופירן אויף די דרכי ד'. אבער די ברכה וואס אברהם אבינו באקומט פאר דעם איז שוין קאי וקיימי, עס איז שוין ווי זיינע קינדער זענען שוין גוט, עס איז שוין דא די ברכה פון יהי' לגוי גדול ועצום ונברכו בו כל גויי הארץ, עס איז שוין א מציאות.
ווייל פון אונז פארלאנגט די הייליגע תורה אז מיר זאלן טוהן אונזער השתדלות טראץ וואס מיר האבן נישט קיין השגה אין דעם ענין פון בחירה און ידיעה. טראץ וואס מיר ווייסן אז הכל גלוי וידוע לפני אדון כל, ער ווייסט שוין דור דור ודורשיו, עס איז גאר קיין קלער אנדערש נישט. פון דעסטוועגן איז די חיבה יתירה וואס הקב"ה האט געוויזן פאר אברהם אבינו געווען איבער זיין ציוו פאר די קינדער, איבער דעם השתדלות וואס ער האט געטון אז זיינע קינדער זאלן זיך פירן בדרכי ד'.