ערגעץ אין א פארווארפענעם טאל ליגט א דערפל מיט ארימע משפחות וועלכע זענען צוגעוואוינט צום דארפישן אטמאספערע און די דארפישע עסן, זיי זענען צופרידן און לעבן זיך בשלום אויף א שטילן שטייגער.
ויהי היום עס האט אויסגעבראכן א מגיפה אין דערפל, עס איז שרעקליך, אין בית שאין שם מת, און דער דארפישער דאקטאר איז איבערגענומען מיט ארבייט ער ווייסט נישט וואס צו טון ערשט, די געוויינען און געשרייען צעשטערן די שטענדיגע מנוחה, עס זעהט אויס שרעקליך די מצב, ביז מ'האט געשאפן קאנטאקט מיט א גאר גרויסן דאקטאר וועלכער איז באקאנט געווען מיט זיינע אויסטערלישע כוחות הרפואה, דאס גאנצער דארף איז זיך צוזאמגעקומען צו הערן פון דעם דאקטאר וואס מ'קען טון צו די שרעקליכע צרה וואס האט דעם דארף געטראפן.
ביי די גרויסע אסיפה האט מיט גרויסע שוועריגקייטן דער דאקטאר שטיל געמאכט די דארפסלייט, און אויסגערופן מיט איידלקייט, מיינע טייערע פריינט, איר זאלט וויסן אז די ישועה איז ממש דא אין די געגנט, קוקט ארויף אויפן בארג דא נעבן אונז גאנץ אויבן, דארט וואקסן גאר אומבאקאנטע אבער גאר געזונטע פירות וואס די וואס עסן זיי ווערן אימונירט קעגן די קרענק און די קראנקע קענען זיך דערמיט היילן גאר שנעל, עס זענען אזוינע פירות וואס זעטיגן, און נוצן קעגן די קרענק וואס האט אייך באטראפן, די איינציגע פראבלעם איז נאר אז מ'דארף אנקומען אויבן אויפן בארג, און עס איז א גאר שווערער בארג צו קריכן, און נאך שווערער איז אראפצוברענגען גרויסע קוואנטומען פון די פירות, דעריבער ראט איך אייך זיך צו נעמען קריכן ווי שנעלער, און צוזאמען דערגרייכן דעם שפיץ און יעדער זאל עסן פון די גאר געזונטע פרוכט.
עס האט זיך גראד אנגעהויבן צו פארמירן גרופעס ארויפצוקריכן דעם בארג וואס שנעלער צו קענען אנקומען צו די געבענטשטע פירות, די גאר זריזות'דיגע האבן זיך צוזאמגעכאפט אן קיין שום שהיות און אנגעהויבן קריכן מיט א שנעלקייט, עס זענען אבער אויך געווען אזוינע וואס האבן נישט אזוי שנעל געגלייבט אין די גאנצע געשיכטע פונעם דאקטאר, ווער ווייסט צו מ'וועט דארט טאקע טרעפן פון די וואונדער פרוכט, עס איז א שווערער וועג, מ'דארף דאך עפעס עסן אויך, און אויב קומט מען אן צום שפיץ און ס'נישט דא קיין עסן קיין פרוכט וועט מען דאך אויסגיין פאר הונגער, אבער דאך נישט געוואלט פארלירן א געלעגנהייט, זיי זענען אהיים געגאנגען און אנגעהויבן צו פאקן פעק, זיך גענומען עסן און טרונקען, ווארימע שאליקעס און פעלצן, און אנגעהויבן ארויפשפאצירן דעם שווערן בארג.
און דערנאך זענען געווען אזוינע וואס האבן סתם אפגעלאכט פון דעם דאקטאר, זיי האבן געזאגט, לאמיר קודם זעהן אז ס'נוצט פאר אנדערע בעפאר מיר מאכן מיט אזא שווערע קריכעריי.
אזוי שלעפן זיך די גרופעס ארויף אויפן בארג, און די פלינקערע זענען געווען גאר שנעל אויבן, טראץ די שוועריגקייטן, אבער די צווייטע גרופע האבן צוביסלעך זיך דערזעהן אז די שווערע פעק מאכן דעם וועג אומאויסהאלטבאר, און זיי קענען נישט אזוי ווייטער גיין, די קלוגערע פון זיי האבן צוביסלעך אנגעהויבן אראפצוווארפן פון זיך געוויסע אומנויטיגע און ביליגערע חפצים, זיי האבן זיך שווער געזעגנט פון די פעקלעך עסן וואס זיי האבן אנגעגרייט, אבער זיי האבן נישט געהאט קיין סאך ברירות, די מחלה האט זיך פארשפרייט צווישן זיי און זיי האבן וואס שנעלער געמוזט דערגרייכן דעם ציהל, אבער די נארישערע פון די גרופע האבן זיך נישט געקענט באשליסן אז זיי זאלן די עסן אוועקווארפן, זיי זענען געזעצן קראנקערהייט און געווארט פאר א גוטן וועטער, אדער פאר אנדערע ניסים צו קענען אנקומען צום שפיץ.
פארשטייט זיך אליינס אז נאר די וואס האבן דערגרייכט דעם שפיץ האבן זיך געקענט ערהוילן, און די איבריגע האבן געליטן פון די שווערע מחלות אן קיין ברעג.
שבו לכם פה עם החמור ואני והנער נלכה עד כה.
לויט די רייד פון די הייליגע מפרשים לערנען אריין פשט אין דעם פסוק גייט דער חמור ארויף אויף דעם חומריות וואס דער מענטש שלעפט מיט זיך, דאס גופניות וואס שלעפט אים אוועק פון די תורה ומעשים טובים וואס ער וויל זיך אנזאמלען צו טון א נחת רוח ליוצרו.
שלעפט זיך דער מענטש א גאנץ לעבן, ער מוז דערגרייכן דעם שפיץ בארג, דארט ווי דער ציהל און אייביגער תכלית איז אנצוקומען, צו דינען דעם בורא בשלימות, ער ווייסט אז דער גרויסער דאקטאר האט אים פארשריבן אט דעם דרך החיים לרפואת הגוף והנפש, ער ווייסט אז דאס איז זיין ציהל, און טאקע די וואס זענען מאמינים בד' ובתורתו, די ערליכע אידן, זיי ווארפן אוועק אלע חומריות, זיי פארלאזן זיך אויפן באשעפער, זיי ווייסן אז ער וועט זיי נישט פארלאזן, און ביים שפיץ בארג וועלן זיי טרעפן דאס אייביגן אוצר.
ווידער זענען דא די בינונים וועלכע קענען זיך שווער געזעגענען פון די זעקלעך עולם הזה, זיי שלעפן זיך כסדר מיט די שווערע דארפישע עסנווארג וועלכע זיי ווילן נישט פארלירן, זיי קריכן אזוי שווער דעם בארג, עס זעהט אויס ווי אן אייביגקייט, און צוביסלעך זעהן זיי אויך אז מ'קען נישט שלעפן אייביג די חומריות, מ'מוז אביסל אוועק ווארפן צו קענען דערגרייכן דעם שפיץ.
אך ווי ביטער איז פאר די וואס זעהן נעבעך נישט דעם אמת, זיי וועלן ליבערשט זיצן אינמיטן בארג און געמיטליך עסן די דארפישע עסן און נישט אוועקווארפן קיין זיז כל שהוא פון די תענוגי עולם הזה, זיי פארגעסן דעם ציהל, זיי זיצן און פארברענגען דאס צייט מיטן אויסרייד אז עס איז שווער צו שלעפן דעם שווערן יאך אויף ארויף, און ליידער קומען זיי נישט אן צום ציהל.
אברהם אבינו האט געזאגט שבו לכם פה עם החמור, ער האט מיט דעם מדגיש געווען דעם חמור, זיצט דא מיטן חומריות, ווייל מיט דעם קענט איר סיי ווי נישט ווייטער גיין, אויב ווילט איר האבן דעם חמור מיט אייך דאן קענט איר נישט דערגרייכן דארט ווי אברהם און יצחק גייען, למעלה בקודש, און אזוי לאנג ווי דאס חומריות איז אייך ווערד מער ווי די אייביגע גליק וועט איר זיצן דא און ווארטן.