יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ פתח הגליון
ארטיקלען

וויאזוי גלייבט מען?

פתח הגליון · פרשת לך לך

והאמין בד' ויחשבה לצדקה.

דער גרויסער נביא, דער אבי האבות פון כלל ישראל האט געגלייבט אין הקב"ה, ער האט גערעדט צו השי"ת און געהערט זיין הייליגן דיבור, ער האט מקריב געווען זיין איינציג קינד פארן באשעפער, און דא קומט אונז די תורה זאגן אז ער האט געגלייבט אין באשעפער, און דאס איז אים געווארן גערעכנט לצדקה. גאר וואונדערליך, און פארשטייט זיך אז גאר אסאך איז שוין געזאגט געווארן דערויף.

שלמה המלך זאגט אין משלי כעבור סופה ואין רשע וצדיק יסוד עולם. פונקט ווי דער ווינט וואס גייט שנעל פארביי, אזוי איז דער רשע וואס איז ווי א שטורעם ווינט וואס גייט שנעל פארביי, נאר דער צדיק איז דער יסוד עולם וועלכעס האט א קיום.

דער הייליגער מהר"ל מפראג אין ספר נתיבות עולם, נתיב הצדק, איז מסביר אז דער רשע גייט ארויס פון דעם דרך הממוצע, ער פרובירט צו כאפן, ער גייט מיט כח, ער פארדרייט די יוצרות, און דערפאר איז ער שנעל א פארגאנגענהייט, ער איז ווי א ווינט ער נוצט אויס די כוחות אומריכטיג, און דאס פארטיליגט אים שנעל פון דער וועלט.

ווידעראום דער צדיק וועלכער גייט אויפן דרך הישר, אויף די וועג וואס הקב"ה האט די וועלט געשטעלט, דער מהר"ל איז מאריך דארט אין דעם ענין פון דעם צדיק, און די מדה פון צדק.

ווי באקאנט ביי די אבות הקדושים, און אזוי שפעטער ביי אלע צדיקי עליון איז דער ענין פון זייערע תפילות טראץ זיי האבן אלס געגלייבט אז וואס איז זיי באשערט וועלן זיי אודאי קריגן, האבן זיי דאך געהאט חסרון אמונה אין זייער אייגענע מעלות, זיי האבן אלס מורא געהאט צו אפשר צוליב זייערע חטאים וועלן זיי אפהאקן די צינורות, מיט זייער גרויס מדת הענוה האבן זיי אלס געציטערט אז אפשר טאקע איז זיי פארשריבן די גרויסע חסדים,  אבער ווי יעקב אבינו האט מתפלל געווען קטנתי מכל החסדים, ער האט מורא געהאט אז ער האט שוין פארלוירן די זכותים צו באקומען די אלע חסדים.

עס קען זיין פשט אין די ווערטער אין פסוק, ארויסצוברענגען די גרויסקייט פון די אמונה וואס אברהם אבינו האט געהאט, טראץ וואס ביי די הבטחה פון ירושת הארץ האט אברהם אבינו אויך געפרעגט במה אדע, ווייל ער האט נישט געגלייבט אין די זכותים, און געוואלט פארזיכערן אז כלל ישראל וועט נישט ח"ו פארלירן דעם גרויסן הבטחה דורך זייערע מעשים, אבער ווען ס'געקומען צו די הבטחה פון קינדער האט ער געגלייבט מיט אזא מין גרויסע אמונה אז דאס איז כלל נישט קיין חוץ מדרך הטבע'דיגער נס, ער האט געגלייבט אז די ברכה פון קינדער האט שוין פאר אים הקב"ה געגעבן בדרך הטבע, טראץ וואס דער מזל האט אנדערש געוויזן.

הקב"ה האט אים געזאגט צא מאיצטגנינות שלך, ער האט אים ארויסגעצויגן און געוויזן אז דאס איז נישט קיין מעשי ניסים, נאר אזוי ביזטו באשאפן געווארן אנדערש ווי די אומה"ע וועלכע זענען אלע תלויים אינטער די מזלות,אברהם אבינו האט געגלייבט מיט אזא מין פשטות והאמין בד', ויחשבה לצדקה, ער האט עס גערעכנט פאר דעם דרך הממוצע, ער האט גערעכנט דעם הבטחה פון קינדער אלס דער דרך הטבע, און דערפאר האט ער גארנישט מורא געהאט אז זיינע זכותים וועלן פארמינערט ווערן און וועלן אים אוועק נעמען דעם הבטחה.

די וואך אין די פרשה זעהען מיר נאכאמאל אזא פאל וואס אברהם אבינו האט נישט געוואלט זיך פארלאזן אויף קיין ניסים, און מיט אמונה זוכה געווען געהאלפן צו ווערן, ווען אברהם אבינו איז ארויסגעגאנגען מלחמה האלטן מיט די מלכים, האט ער זיך מיטגענומען אפאר פון זיינע יונגען קעגן אזא גרויסן מיליטער, פרעגט דער הייליגער קדושת יו"ט אויב האט זיך אברהם אבינו פארלאזט אויף ניסים, גייענדיג מיט אזא קליינעם מיעוט קעגן דעם ריזיגן מיליטער, פארוואס האט ער בכלל געדארפט גיין מלחמה האלטן?

ענטפערט ער אז אברהם אבינו האט געוואוסט אז השתדלות מוז מען טוהן, ער האט זיך נישט פארלאזט אויף קיין ניסים, און נאכדעם וואס ער האט געטון דאס השתדלות, האט ער דאך געוואוסט אז עס איז אלעס נאר משמים וואס כלפי שמיא איז דאך נישט קיין שום חילוק צו ס'איז א מיליטער, אדער אפאר שוואכע עבדים.

און דאס זעלבע שרייבט ער איז ביי פרנסה ווען אידן טוען השתדלות פאר פרנסה, איז דאס נישט קיין חסרון אין אמונה, נאר דער ריכטיגער פעולה וואס מ'דארף טוהן. דער פראבלעם איז נאר ווען דער מענטש מיינט אז זיינע פעולות זענען גורם צום ריוח, דאס האט אברהם אבינו קלאר געוויזן אז דאס איז נישט אזוי. ארויסגייענדיג מיט 18 עבדים און ווארפן זאמד קעגן אזא גרויסן מיליטער איז קלאר נישט געווען א סטראטעגיע פון כוחי ועוצם ידי, נאר צו ווייזן אז מ'דארף טוהן השתדלות און דאס איבריגע לאזן מיט אמונה און בטחון אז דער אויבערשטער וועט נישט פארלאזן.

דאס לערנען מיר די וואך פון אברהם אבינו ביי די ביידע פעלער אז ער האט זיך נישט פארלאזט אויף קיין ניסים, אבער פארט געגלייבט מיט א טיעפע אמונה אז ער וועט געהאלפן ווערן מיט וואס ער באדארף. מ'מיינט אמאל אז מ'איז נישט ראוי, און מ'ווערט פארלוירן, און טראץ וואס מיר לערנען כסדר איבער אמונה, גלייבט נישט דער מענטש אז ער איז ראוי צו די זכותים, אבער ווען ס'קומט צו פרנסה, און צו אנדערע צורכים וואס זענען אין די טבע, דאס האט דער אויבערשטער אריינגעלייגט אזוי אין די בריאה אז דער מענטש דארף נאר מתפלל זיין, און טון השתדלות כפי יכלתו, און דאס איבריגע זאל ער גלייבן באמונה שלימה אז עס וועט קומען, און דאס איז דער דרך הצדק מיט וואס די וועלט איז באשאפן געווארן.

והאמין בד', מיר דארפן גלייבן אין באשעפער, ויחשבה לצדקה, נאר טאמער מיר גלייבן אז אלעס איז שוין אזוי אריינגלייגט אין די בריאה נאך פון וועלטסבאשאף איז זיכער נישט כדי זיך צו זארגן נאר זיך אינגאנצן פארלאזן אויף די חסדי ד' וואס באגלייטן אונז יעדע מינוט.

א גוט שבת.