יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ פתח הגליון
ארטיקלען

איוואן דער גנב

פתח הגליון · פרשת תולדות

אין לאנד איז ער באקאנט אלס דער הויפט גנב, א גאר געריבענער סוחר, א גנב וואס מ'קען קיינמאל נישט כאפן ביי די מעשה, גאר רעפינירט, יעדער ווייסט ער איז א גנב, אבער מ'קען אים נישט כאפן קיינמאל.

איגנאץ זיין חבר א שייגעץ זיינס גלייכן, אבער דא און דארט כאפט מען אים רויט האנטיג ביי די גניבה, ער האט נישט דעם עקסטערן חוש וואס איוואן האט, ער איז קלוג און רעפינירט אבער גארנישט קיין פארגלייך צום גנב המדינה - איוואן.

איין טאג ביי א גרויסן צוזאמקום און א גאר רייכע באלל וואס די עליטע באהערדע האבן צוגעשטעלט פאר די בני המדינה האבן איוואן און איגנאץ זיך אויך ארום געדרייט צווישן די אנוועזנדע, פארשטייט זיך אז פון אלע זייטן האט מען געווארפן פארדעכטיגטע בליקן אויף דעם רויבעריש פארל, בפרט די פוהלע וועכטער וועלכע שטייען ביי די טויערן ווארטן צו זעהן וואס דער איוואן וועט באווייזן היינט. אבער וואס קען מען טון, זיי מעגן זיך דאך ארום דרייען.

עס גייט נישט דורך א לאנגע וויילע, און איוואן שפאצירט ארום מיט אפאר גאלדענע לעפלעך אין האנט, אויף א גאר פארדעכטיגט אופן, פונקט גענוג צו רופן אויפמערקזאמקייט פון א גאר וואכזאמער וועכטער וועלכער דרייט זיך ארום צווישן דעם עולם. ער שפאצירט צו איוואן, און כאפט אים אן ביים אויער און פירט אים ארויס פון זאל, נעמט אוועק פון אים די גאלדענע לעפלעך און פארבאט אים אריינצוקומען צוריק אין זאל.

איגנאץ קען זיך נישט איינהאלטן פון שמחה, דאס מאל איז עס געלונגען, מ'האט געפאקט איוואן ביי די מעשה, אינגאנצן נישט ווי זיין שטייגער. ער לויפט ארויס און שרייט פאר איוואן'ען, נו, איך האב דיר געזאגט אז דו ביזט אויך נישט דער קלוגסטער, מ'קען דיך אויך כאפן….

איוואן רופט איגנאץ אין די זייט און זאגט, דו האלטסט טאקע אז איך האב נישט וואס צו טון נאר זיך דרייען מיט גאלדענע לעפעלעך אין די האנט? קוק וואס איך האב אין טאש, א גאר שיינעם גאלדענעם בעכער און טעצל, איך האב נאר געזוכט איימיצער זאל מיך ארויספירן מיט וואך פון זאל מ'זאל מיך נישט באטאפן ביים טויער, האב איך גענומען אפאר לעפלעך אין די האנט, און טאקע אט דאס האט פאסירט, מ'האט מיך שיין ארויסבאגלייט מיט מיין פעטע גניבה אין טאש….

עשו דער איש ציד, זינדיגט און האלט זיך נישט אפ פון קיין שום מעשים תעתועים, אבער ווען ס'קומט צו מעשר, פרעגט ער דעם טאטן תמימות'דיגע שאלות וויאזוי די הלכה איז, וואס פלוצלינג איז געשען מיט דעם עשו אז ער שפירט פאר וויכטיג צו פאפן דעם טאטן? גארנישט איז אים נישט מחייב, נאר דאס איינע מצוה פון כיבוד אב?

מ'זעהט אמאל אז דער שטן שטופט צו טוהן א גוטן טאהט, ער איז פלוצלינג אן אגענט פארן יצר טוב, ער וויל גאר דער מענטש זאל מקפיד זיין אויף א געוויסע גוטע מדה, שרייבן אונז די ספרים הק' דאס וויכטיגקייט צו קענען פארשטיין צו איז דאס נישט דער גאלדענער לעפל צו פארדעקן אויף אנדערע ענינים הצריכים תיקון. ער טוט א געוויסע מעשה טוב וואס ביים טאטן האט ער דאס געזעהן, א שטייגער ווי עשו האט געטון מיט די מצוה פון מעשר וועלכעס דער רמב"ם זאגט אז דאס איז געווען די מצוה וואס יצחק אבינו האט מקיים געווען דער ערשטער.

ווען עס קומט אבער צו אנדערע מעשים טובים זיך אפצולערנען פון טאטן פארשטייט ער שוין אז די דורות זענען אנדערש, ער פארשטייט אז די דורות פאלן, און עס איז שוין אים נישט מחייב, ער וועלט זיך אויס לויט זיין פארשטאנד וועלכע מצוה צו טוהן און וועלכע ח"ו נישט. דאס זענען מעשי שטן.

נאר דעמאלס איז עס א ריכטיגע מהלך ווען ער גייט פולקאם אין די וועגן פון אבותינו ורבותינו נישט נאר ביי די פאר מצוה'לעך וואס ער כאפט ווי א גאלדן לעפל צו קענען זיך בארואיגן דאס געמיט אויף די גרעסערע גניבה. דאס לערנט אונז די וואך די הייליגע תורה, נישט צו זיין ווי עשו, און גיין בדרך אבותינו ורבותינו אויף טריט און שריט נישט נאר ביי די פאר אויסגעוועלטע מצוה'לעך זיך צו בלאפן און נער'ן.

יה"ר שנזכה לעבודת הבוית"ש מתוך אהבה ושמחה בשלימות.

גוט שבת.