משולם פארט יעדן טאג אריין אין דער ארבייט, עס נעמט אים היבש לאנג אנצוקומען, אבער וואס טוט מען נישט פאר פרנסה? ער באקומט באצאלט פארן גיין און קומען, ער טוט דאך דאס אלס חלק פון זיין ארבייט, זיין בעה"ב וויל ער זאל קענען זיין צייטליך, ער שטעלט אים אהער טראנספארטאציע, און באצאלט אים פאר די שעות וואס ער פארברענגט אינטערוועגנס.
ווען משולם האט אמאל מיט זיין קאלעגע מאיר איבערגעשמועסט וויפיל געלט ער באקומט, האט זיך מאיר גאר שטארק געוואונדערט וואס עפעס באקומט משולם מיט אזויפיל מער ווי ער, זיי ארבייטן דאך דאס זעלבע סארט און די זעלבע צייט אויפן זעלבן פלאץ, אלזא פארוואס זאל משולם קריגן מער?
עס האט נישט גענומען קיין סאך און מאיר האט פארשטאנען אז משולם ווערט באצאלט אויך פאר זיינע רייזעס אהין און צוריק פון דער ארבייט, ער טוט זיך שטארק אנשטרענגען ביים קומען און גיין צו דער ארבייט, ווידעראום מאיר ארבייט טאקע אויך דארט אבער ער וואוינט נאר א גאס אריבער פון וואו ער קומט אן נאך א מינוט שפאציר,
ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה,
איז דאך שוין באקאנט רש"י הק' פרעגט פארוואס דארף דען שטיין עקסטער ויצא און עקסטער דער וילך, עס וואלט דאך געקענט שטיין וילך יעקב חרנה.
הגה"ק מסקולעני זצ"ל אין ספר נועם אליעזר איז מפרש אז פון דעם פסוק זעהט מען אז א איד דארף האבן כוונה ביים טון א מצוה ביי יעדע פעולה סיי ביים אנהייב און סיי ביים סוף, סיי ביי די יציאה איז געווען לשם מצוה און סיי דאס עצם אנקומען צו חרן איז געווען לשם מצוה.
א איד אנדערש ווי דער גוי וועלכער קען אמאל באקומען א שכר פארן טון א פעולה וואס שטעלט זיך ארויס לטובה, דער איד אבער קריגט שכר פארן גאנצן ארום און ארום, ער גרייט זיך צו דער מצוה, ער גייט טון די מצוה, און ער טוט די מצוה, ער קריגט שכר פארן מחשבה, פארן מעשה, אלעס ארום און ארום ווערט געשעצט און באוויליגט ביים בורא עולם, ווייל דער איד טוט די מצוה כולו לד', ער גיבט זיך אוועק אלעס צו שאפן א נחת רוח פארן הייליגן באשעפער.
דער אויבערשטער איז א טוב ומטיב לברואיו, און קיין שום דבר טוב גייט נישט אומבאצאלט, פארט איז די הכנה און כוונה, א ספעציעלע מתנה וואס דער איד האט, מ'צאלט אים פארן מחשבה, ווייל ווען מ'איז מצרף די מחשבה טובה פון דעם איד, זעהט מען דאך אז אלעס וואס ער טוט איז אנצוקומען צום תכלית פון דינען דעם אייבערשטן.
ווידעראום ווען מ'זאל מצרף זיין די מחשבה פון דעם גוי, קומט אפיר דער סוף אז עס איז בכלל נישט געטון געווארן לנחת רוח, נאר אלס זייטיגע פניות און אייגענע געברויכן, דערפאר קען ער נישט ווערן באצאלט פאר די אלע ארומיגע פעולות אזוי ווי דער איד.
ויצא יעקב, יעקב איז ארויסגעגאנגען, דאס ארויסגיין אליינס איז געווען א מצוה, אלעס מיט א כוונה לשם שמים, און דערנאך קומט דער וילך חרנה, א עקסטערע שכר פארן גרייכן וואו די השגחה עליונה האט אים געשיקט צו טוהן זיינע מעשים טובים. און מקיים זיין דעם רצון פון זיינע עלטערן, צו גיין טרעפן די באשערטע דארט ביי לבן אינדערהיים.
יעזור ד' שנזכה לשמור ולעשות ולקיים כל דברי תלמוד תורתו מיט א שלימות און ריכטיגע כוונה, אמן.