יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ פתח הגליון
ארטיקלען

א שפיל מיט פייער

פתח הגליון · פרשת וישלח

מען גרייט זיך צום קריג, דער שונא איז גאר גרויזאם, ער איז קעניג איבער פולע לענדער, ער האט א מיליטער מעכטיג און שטארק, עס כאפט א שרעק צו טראכטן אין וואס מען לאזט זיך דא אריין, אבער דער גענעראל איז גאר ערפארן, און שטארק רעפינירט, ער קאנפערירט מיט זיינע שפיאנאזש אגענטן טאג טעגליך, מ'לערנט זיי אויס די טאקטיקן וויאזוי זיך אריינצובאקומען ביים שונא אין הויף, און קענען לערנען די תהלוכי המלחמה וואס מ'דארף וויסן צו געווינען דעם שווערן קריג.

אין שפיאנאזש ביורא דרייען זיך די העכסטע שישקעס און רעדן דעם שפראך וואס מ'רעדט ביים שונא, זיי רעדן גאר דעם שפראך צו וועלכן זיי זענען גאר נישט צוגעוואוינט, זיי רעדן איבער דעם שונא דעם קעניג מיט הערצה, און זיי באציען זיך צו אים ווי צום קייזער אליינס, זיי פירן זיך אויף אקוראט ווי דער שונא, זיי מוזן דאס טוהן כדי צו קענען אן קיין טעותים שפילן די ראלע ווען זיי זענען אויפן פעלד ביים גאר איינגעשטעלטן שפיל.

א צושויער קען מיינען מ'רעדט דא פון פאררעטער, וואס איז דאס אז ביים קעניג אין מיליטער זאל מען אזוי רעדן? פארוואס נישט רעדן דעם לאנדסשפראך? פארוואס זיך באציען צום שונא אלס דער אללמעכטיגער קעניג? וכדו'. אבער די וואס ווייסן זענען גאר וואכזאם צום פאקט אז דא לערנט מען די יונגע שפיאנען וויאזוי מ'דארף זיך פירן ביים שונא, אלס פאר די גאר וויכטיגע ענדע ציהל פון ברענגען אינפארמאציע און נישט ווערן געכאפט אויפן וועג. איין קליינער טעות קען זיין פאטאל.

מ'גרייט זיך שוין צום טאג ווען די שפיאנען וועלן אריינקומען דורך פארשידענע פארמאסקירטע דרכים צום שונא, און אנהייבן שפילן די ראלע ווי אלט געזעסענע איינוואוינער, און רעדן מיט די שפראך און באציאונג ווי א היזיגער, אונזערע שפיאנען ווערן בעסער און בעסער אויסגעשפיצט אין אלע דעטאלן פון דעם לבוש און לשון וואס מ'נוצט דארט, און נאר דעמאלס ווען מ'זעהט אז קיין טעות וועט ער שוין נישט מאכן דאן איז ווען מ'לאזט אים ארויס צום מיסיע, און מ'ווארט אויפן ערפאלג ווען ער וועט זיך צוריקקערן מיט דאס בינטעלע אינפארמאציע.

עס גייט דורך א תקופה, און די שפיאנען קערן זיך צוריק, יעדער מיט זיין געשיכטע און יעדער מיט זיין ווערדפוהל פעקל, זיי ווערן אנגענומען מיט פרייד, אבער די זעלבע צייט אויך פארזיכטיג, מ'פארהערט זיי יעצט נאכאמאל, מ'וויל מאכן זיכער זיי זענען נישט געווארן איבערגעדרייט פון די אלע טרענירונגען, קען אמאל זיך מאכן אז דאס מח פון שפיאן איז נישט גענוג שטארק און ווען ער שפילט די ראלע גענוג לאנג דאן ווערט ער באאיינפלוסט, און ער קען נאך צוריק קומען אלס א דאפלטער אגענט וועלכער וויל יעצט שפילן א פארקערטע ראלע. מ'דארף זיין גאר פארזיכטיג.

ויצו אותם לאמר כה תאמרון לאדוני לעשו, כה אמר עבדך יעקב וגו'.

פרעגן די מפרשים, מילא אז יעקב לערנט אויס פאר די מלאכים וואס צו זאגן פאר עשו פארשטיי מיר אז ער רופט אים מיטן לשון אדוני, אבער ווען ער רעדט צו זיי די מלאכים, פארוואס דארף ער זאגן כה תאמרון לאדוני לעשו? וואס פעלט זיך אויס צו באציען צו עשו מיט אדנות ווען ער הערט נישט.

דער הייליגער רמב"ן ענטפערט איינע פון די תירוצים, אז יעקב האט געוואלט מאכן זיכער אז די מלאכים זענען געוואוינט צו רופן אים אזוי, ער האט געוואלט זיי זאלן זעהן אז יעקב רופט אים אזוי אפי' אין זיין אפוועזנהייט כדי זיי זאלן נישט מאכן קיין טעותים, און פולקאם אויספירן זייער שליחות.

מ'קען אויף דעם מוסיף זיין מיט די מחלוקת הראשונים צו זענען דאס געווען טאקע מלאכים ממש אדער נאר שלוחים מענטשן וואס ווערן גערופן מלאכים. רש"י הק' לערנט אונז מלאכים ממש, ווידער דער תרגום יונתן און אונקלוס זאגן אז זיי זענען געווען מענטשן.

קען זיין אז דערפאר האבן זיי געמוזט זיין מלאכים ממש, ווייל יעקב אבינו האט אזויפיל אריינגעפרעדיגט אין זיי דעם ענין פון אדנות פאר עשו אז ער האט מורא געהאט אז דער פשוט'ער מענטש וועט גאר ווערן פארכאפט אינעם שפיל און טאקע מיינען אז עס איז אן ערנסטער טיטל פאר דעם רשע עשו, און פארגעסן אז דא איז דא א ציהל פון השתדלות ביי עשו און נישט מער.

דערפאר האט יעקב געשיקט מלאכים מיט די כוחות צו פארשטיין און מבחין זיין דעם חילוק, און ביי וועם ס'איז נישט שייך אז זיי וועלן באאיינפלוסט ווערן פון דעם שפיל.

ווידעראום די ראשונים וואס לערנען אז ער האט יא געשיקט שליחים בני אדם, קען זיין אז טאקע דאס איז אליינס א ראי' דערצו, וויבאלד פאר מלאכים אליינס וואלט יעקב נישט געדארפט איינחזר'ן דאס אדנות, און זיך פארלאזן אויף זייער ג'טליכער מהות אז זיי זענען אין די חזקה פון מקיים זיין זייער שליחות בשלימות, עס וואלט זיך נישט אויסגעפעלט אזוי צו רופן עשו'ן אין זיין אפוועזנהייט.

עכ"פ פאר אונז לערנט דאס א לימוד וואס אונזערע רבי'ס האבן אונז געלערנט אדם נפעל כפי פעולותיו, עס איז א גאר שעדליכער מהלך דאס פרובירן צו איבערקלוגן דעם שונא דורך זיך דרייען מיט עם. עס זענען די משכילי הדור וועלכע זאגן אז ס'איז בעסער איינצולערנען אונזערע קינדער מיט די וועגן וואס זענען אין די גויאישע גאס, וואס אזוי וועלן זיי האבן די כוח זיך צו קריגן מיט די רוישיגע תאוות עולם הזה וועלכע זיי קענען באגעגענען אויפן עלטער, עס איז א מהלך וואס אונזערע צדיקים האבן אונז אנדערש געלערנט.

מ'האט אונז געלערנט צו שטיין ווייט, און ווי ווייניגער וויסן, ענדערש זיין נאאיוו, און נישט זיך גרייטן פאר דעם מבול פון די רוישיגע גאס, נאר זיין אויפגעצויגן אינדערהיים און געצערטלט ווי א בן מלך ביים טאטן, ווי איידער צו גיין מיט דעם נארישן מהלך פון אויסשטעלן די קינדער צום שעדליכן שפיל וואס קען זיך ליידער ענדיגן פאטאל ווען דאס קינד כאפט נישט אז דאס איז גאר א שפיל. עס איז א גאר איינגעשטעלטער אינטערנעמונג וועלכעס ברויך מלאכים ממש צו קענען איבערקומען.

צומאל הערן מיר אז מיר זענען נישט יוצא כלפי די קינדערלעך וועלכע לערנען א גאנצן טאג, און די בחורים וועלכע הארעווען אויף תורה, מ'דארף זיי אביסל ווייזן וואס טוט זיך אויף דער וועלט כדי זיי זאלן זיך גרייטן צום גרויסן נסיון פון ארויסגיין אויפן גאס, אונזערע חכמים האבן אונז קלאר אנדערש געלערנט, זיי האבן אונז געזאגט "אי איכא דרכא אחרינא מקרי רשע" עס איז נישט קיין שום אויסגעהאלטענער וועג צו גיין אויף די דרכי כשלון זיך צו לערנען וויאזוי זיי איבערצוקומען.

יעזור ד' שנזכה לגדל ולחנך דורי דורות על דרך ישראל סבא אמן.