יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ פתח הגליון
ארטיקלען

נישט אינגאנצן שמוציג

פתח הגליון · פרשת וישב

ר' איד איר האט א שמוצל אויפן פנים.

א יישר כח אייך קומט א ווארימע ענטפער פון דעם באטראפענעם וועלכער נעמט שנעל אפיר א סערוועטל און ווישט אפ דעם אומבאמערקטן שמוץ וועלכעס א גוטער פריינט האט אים נארוואס מעורר געווען דעריבער.

עס איז דער זעלבער איד וועלכער האט נארוואס שפאצירט איבער די גאסן און איימיצער האט אים געזאגט כמעט ווי די זעלבע דיבורים, נאר עטוואס אנדערש. ר' איד איר זענט א שמוציגער מענטש… פארשטייט זיך אז עס האט אים גאר שטארק וויי געטון דער אויסדרוק, און זייענדיג אן אנשטענדיגער מענטש האט ער זיך נישט צעוויסן געמאכט פון די שווערע באשולדיגונג נאר שפאצירט ווייטער אלס מעביר על מדותיו.

עס איז גאר מערקבאר אז טראץ וואס ביידע האבן גערעדט פון דעם זעלבן שמוצל, זענען די רייד פון דעם צווייטן גאר נתקבל געווארן, און דער ערשטער האט גאר געטון דאס פארקערטע, ער האט געברענגט ווייטאג און אינערליכע שלעכטע געפיהלן ביי דעם איד.

נאר וואזשע דען, עס איז גאר אנדערש ווען א גוטער פריינט ווייזט אן אויף א אומבאמערקטן שמוץ וואס דארף פשוט אויפמערקזאמקייט, ווי די שפראך פון דעם וועלכן האט אים געמאכט שפירן ווי א פולקאם שמוציגער מענטש וואס דאס האט נישט קיין שום סיבה און האפט, און מאכט נישט דעם מענטש טראכטן וואס צו פאררעכטן, ער קוקט עס ליבערשט אן ווי א אויסדרוק פון שנאה און פאראכטונג.

אין די פרשה די וואך שטייט אין פסוק, וישנאו אותו ולא יכלו דברו לשלום. עפעס האבן די הייליגע שבטים געטראגן א שנאה וואס לאזט זיך נישט פארשטיין, טראץ וואס יוסף האט גערעדט מיט זיי מיט ליבליכקייט און ברודערליך, פארוואס האבן די שבטים געלאזט אז עס זאל זיך בויען אזא שנאה?

זאגט דער הייליגער חתם סופר זי"ע אז די ברודער האבן געוואוסט אז יוסף האלט זיי פאר שלעכט צוליב די זאכן וואס ער האט פארציילט פארן טאטן איבער זיי, דעריבער האבן זיי נישט געקענט פארשטיין אז יוסף זאל קומען צו זיי רעדן לשלום, מ'טאר דאך נישט ליב האבן קיין זינדיגן מענטש, און דאס האבן די הייליגע שבטים נישט געקענט דערליידן אז יוסף האט טראץ זיין שיטה איבער זיי נאך פרובירט צו רעדן צו זיי פרידליך.

עס קען זיין אז מ'קען פון די פרשה זיך ארויסלערנען א גאר וויכטיגע נקודה אינעם ענין פון תוכחה. מ'זעהט אמאל א איד זאגט מוסר פאר א צווייטן, און לא די אז עס פארבעסערט נישט דעם איד נאר ער ווערט גאר בייז און וויל דוקא נישט הערן וואס מ'רעדט צו אים.

פארשטייט זיך אז ווען מ'רעדט פון א לץ איז דאך שוין דער חכם מזהיר אל תוכח לץ, אבער אמאל אפי' אן ערליכער איד קען נישט אננעמען די דברי תוכחה פון א צווייטן טראץ וואס דער מוכיח מיינט דאס צומאל מיטן גאנצן אמת, וואס וואלט יא געדארפט זיין נתקבל על הלב.

נאר ווען א איד זאגט מוסר פאר א צווייטן קען ער עס זאגן אויף צוויי אופנים, ער קען אים מוסר זאגן פאר די שלעכטע מעשה אליינס, און מעורר זיין אויף דעם ענין וואס פאסט זיך אריין, אדער קען ער מוסר זאגן אויף דעם גאנצן מהות פונעם מענטש, ער מאכט דעם מענטש שפירן ווי ער איז נידריג אדער אומווערד צוליב די מעשה וואס ער האט געטון.

אויב האט מען שכל, און מ'זוכט דעם תועלת, וועט דער מוכיח פרובירן ארויסברענגען דעם גוטן זייט פון דעם עצם איד און אנווייזן אז אין די ספעציפישע פעולה דארף ער א תיקון, און אז זיי זענען דברים היוצאים מן הלב, וועלן זיי אריינגיין אין הארצן פאר דעם אנדערן איד און ער וועט אודאי מקבל זיין די רייד. אויב אבער איז מען איבערגעאיילט צו באזידלען דעם איד און אינגאנצן אוועק מאכן זיין עצם מהות, דאן שפירט שוין דער באטראפענער אז דער מוכיח האט עפעס פערזענליכע סיבות און נגיעות פארוואס ער זאגט אים מוסר, און ער וועט שוין נישט מקבל זיין די רייד.

ווען יוסף הצדיק האט גערעדט פון די הייליגע שבטים פארן טאטן יעקב האט ער געברענגט דבתם רעה, ער האט מיט זיין גרויס קדושה נישט געקענט סובל זיין די אומרעכטן וועלכע ער האט געהאלטן אז די הייליגע שבטים באגייען, און דערפאר האט עס ביי די שבטים אויסגעזעהן ווי ביי יוסף זענען זיי אינגאנצן פארשמוצט, און נישט נאר א שיטה דיפערענץ אין געוויסע הלכות, וואס פארדעם ווען עס איז געקומען דערצו און יוסף האט יא גערעדט צו די שבטים מיט ליבשאפט און שלום, האבן די שבטים נישט געקענט דאס פארנעמען, זיי האבן געהאלטן לויט די מוסר רייד פון יעקב אבינו אז ביי יוסף איז זייער גאנצער דרך אפגעפרעגט און עס איז נישט נאר אין די געוויסע מחלוקת אין הלכה וואס זיי האבן געהאט.

אלזא יוסף האט נישט פארשטאנען אז די שבטים קוקן אן די דברי תוכחה אזוי שארף, און ער האט ווייטער זיך געפירט ברודערליך מיט זיי, ווידעראום די שבטים האבן דאס נישט געקענט פארטראגן אז אויב יוסף האלט אויף זיי אזוי שלעכט מעג ער דאך מיט זיי נישט רעדן בכלל.

דאס איז וויכטיג צו געדענקען אז ווען מ'זאגט מוסר זאל מען נישט ח"ו אויסזעהן ווי מ'האט א שנאה, מ'קען אזויפיל מער אויפטוהן ווען עס קומט מתוך אהבה און ריכטיגע הארץ, אפי' ווען עס קוקט אויס אז דער חטא איז גענוג ערנסט, איז דברי חכמים בנחת נשמעין, און אזוי קען מען מער אויפטוהן.