יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ פתח הגליון
ארטיקלען

דער דארפישער שניידער

פתח הגליון · פרשת מקץ

ביים קעניג אין פאלאץ גרייט מען זיך צו די גרויסע חתונה, די איינציגע טאכטער פון קעניג ווערט פארהייראט מיטן פרינץ פון דערבייאיגן לאנד, עס איז א גאר גרויסע שמחה אין שטאט, די גאנצע לאנד איז אויף רעדער, און אלע גרייטן זיך צו די מלכות'דיגע באנקעט מיט אלע קליפערליך וואס דאס מיינט א חתונה ביים קעניג.

דער קעניג אליינס איז פארנומען צו לאדענען די גרעסטע שרים און מלכים פון די אומגעגנט און פון דערווייטנס, ער האפט צו ווייזן רוב עשרו ומלכותו מיטן שענסטן פראכט, און פאר דעם געלט איז שוין וויכטיג אז עס זאל געזעהן ווערן דורך די ריכטיגע פערזאנען וואס פארשטייען צו מלכות, דער קעניג האט גארנישט פון דעם צויבער וואס דער פויערל ווייזט ווען ער זעהט א דיאמאנט שטיין, ער וויל באצויבערן די מלכים, די וואס ווייסן יא וואס מלכות מיינט.

איין שווערער תפקיד איז צו באקליידן די כלה מיט בגדים וואס זאלן ערשטוינען די אלע געסט אז עס זאל ממש זיין דער שמועס פון יאר, עס זאל זיין דאס שענסטע, דאס טייערסטע, דאס קעניגליכסטע, עס זאל קיין גלייכן נישט האבן.

דאס חתונה קלייד איז פארטיג, מ'גרייט זיך צום גרויסן טאג, אבער דער קעניג איז נישט צופרידן פונעם קלייד סתם אזוי, ער דארף מבינות פון די גרעסטע שניידערן, ער וויל הערן יעדנס מיינונג, ער וויל זעהן צו ער עררייכט די הויכע ערווארטונגען פון אזא קלייד.

אין א געוויסן טאג זענען איינגעלאדנט געווארן צום קעניג אין פאלאץ אלע שניידערן פון גאנצן לאנד, צו זאגן מבינות אויפן שיינעם קלייד. די גרעסטע און חשוב'סטע האבן זיך געזעצט אויבן אן, און אזוי ווייטער ביזן קלענסטן שניידער זענען אלע געזעצן און געקוקט מיט גאפט אויפן הערליכן אויג פארכאפנדן בגד וואס האט נישט איר גלייכן.

איינער פון די שניידער האט יא געלאזט הערן זיין מיינונג אז אויפן לינקן ארבל זעהט זיך נישט אזוי אן די גאר רייכע ארבייט פון דעם געוועב וואס ליגט דארט מיט אזויפיל חכמה. א צווייטער האט אויך מיטגעשטימט אז עס איז עפעס וואס ברויך א תיקון, ביז ווען דער גאנצער זאל האבן אלע מסכים געווען פה אחד אז דער לינקער ארבל דארף אביסל בעסער זיין.

איין קליינער שניידער פון א דערפל צווישן די דערפלעך האט זיך אנגערופן: מיין ליבער קעניג עס איז אמת אז דאס קליידל קען זיין גאר סאך שענער, אבער אויב וועסטו מיר לאזן וועל איך אריינלייגן צוויי אזוינע גאר שיינע בלומעלעך וואס וועלן ווארפן קאלירן און וועלן ארויסברענגען דעם שיינקייט פון בגד.

דער קעניג גייט ארויס פון התפעלות, און גיט דעם בגד פארן קליינעם שניידערל, און אויך הייבט ער אים אין ראנג אלס שניידער פון קעניגליך שטוב.

די איבריגע גרויסע שניידער זענען גאר שטארק אויפגעברויזט אזז פאר דעם קליינעם שניידער איז עס אזוי געלונגען דער שפיל איבערצונעמען דעם קעניג'ס הארץ, און זיי נעמען זיך ביים קעניג פארפירן אז זיי זענען גאר געווען די וואס האבן אויפגעברענגט דעם גאנצן פראבלעם, ווען נישט זייער עקספערטיז וואלט קיינמאל דער קעניג נישט געוואוסט אפי' אז עס קען בעסער זיין. וואס ווייסט דער קליינער שניידער?

אבער דער קעניג האלט זיך ביים זייניגן און ער ענטפערט פאר די שניידער'ס: איר האט אלע געוואוסט וויאזוי צו קריטיקירן דאס קליידל, אבער דער שניידערל האט אויך געוואוסט וויאזוי צו פאררעכטן דעם פראבלעם. ער האט געקוקט פאזיטיוו, און דאס איז וואס א קעניגליך שטוב דארף האבן.

פרעה חולם, ער חלומ'ט זיך א חלום, עס איז א געוויינליכע ערשיינונג אז דער קעניג זאל צוזאמרופן זיינע גרעסטע און קלוגסטע פרעגן איבער א חלום, און אט מאכט זיך אז די גרעסטע שטערן זעהער קענען עפעס נישט צופרידן שטעלן דעם קעניג.

מ'רופט אפיר א עבד עברי פון תפיסה, מ'באוואשט און באקליידט אים, און ער שטייט פארן קעניג מיט גרויס פארכט, ער פארציילט אויך עפעס א מעשה מיט הונגער יארן און זאטע יארן, עס זעהט אויס ווי נאר נאך א פתרון וואס איז איינס צווישן פילע וואס די געלונגענע חלום באשיידער האבן שוין פרובירט. אבער דא האט יוסף געטון עטוואס אנדערש ווי די גרויסע קארפן קעפ פון פרעה'ס גווארדיע, ער האט אפיר געברענגט אן עצה, ער האט געברענגט א לעזונג צום פראבלעם אויך. און דאס האט פרעה'ן געכאפט און ער האט דערזעהן פאר זיך א איש נבון וחכם, און אים גענומען פאר א משנה למלך.

יא דאס באשיידן דעם חלום אליינס איז נישט געווען קיין גרויסער חכמה אפשר, און דאס וואלט נאך נישט באוואויגן דעם קעניג צו זיין אזוי איבערראשט פון דעם עבד עברי יוסף הצדיק, אבער ווען ער האט געטון דאס וואס ווייזט חכמה און אפטימיזם אז אפי' אין א מצב ווען מ'זעהט זיך אין אזא סכנה קען מען אלס זיך אן עצה געבן און נישט אויפגעבן, דאס איז פונקטליך וואס פרעה האט געוואלט האבן ביי זיך אין פאלאץ.

עס איז גאר גרינג צו זיצן און קריטיקירן, זיך אפרעדן, און ערקלערן אומצופרידנהייט, מ'דארף פאר דעם קיין גרויסער חכם נישט זיין. צו קוקן נעגאטיוו אויף די וועלט פעלט זיך נישט אויס מער ווי א רעגנדיגער טאג און א קאלמוטנער וועטער, און אלע חכמים ווי נערנים צוגלייך וועלן צושטימען אז די וועלט גייט מיטן פיטום אראפ.

עס איז גאר גרינג צו זיין דער קול ברמה נשמע אין ביהמ"ד וועלכער קריטיקירט די באהערדע, אדער א מוסד, און וועם נישט, עס איז א קליינער חכמה. עס איז אבער גאר קלוג און באדייטענד ווען די זעלבע קריטיק ווערטער ווערן געזאגט מיט חכמה און פארשטאנד און א לייזונג צום גערופענעם פראבלעם.

יוסף הצדיק אלס א מוסטער פאר אונז אידן ווייזט אונז אז דער חילוק פון דעם גויאישן עקספערט וועלכער האט נאכגעזאגט ווי א מאשינקעלע דעם פתרון פון חלום האט נישט געקענט באווייזן דאס וואס דער אידישער קאפ האט באוויזן מיטן אויפקומען מיט א גאר גענויעם פלאן און אפטימיסטישן ענדע צו דעם ביטערן חלום. אט דאס איז וואס מיר לערנען זיך פון די מעשים פון דעם צדיק