יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ פתח הגליון
ארטיקלען

דער ארימאן מיטן גאלדענעם קנעפל

פתח הגליון · פרשת ויגש

אין געזעלשאפט זענען דא פון אלע סארטן, די עליטע און די מיטעלע און נידעריגערע ראנג מענטשן, אלס ווערט באשלאסן דורכן ארום, דער שאץ פון ווירדע ווערט נישט אפגעשמועסט צווישן די מענטשן, עס ווערט איינפאך באשטימט דורך פארשידענע אומאפפרעגבארע פאקטן וואס רופן אויס דעם אפשאץ.

א שטייגער ווען עס קומט א איד אין ביהמ"ד מיט א רבניש'ע טראגע, מיט די גאנצע שמונה בגדים, וועלן אים אנדערע רופן מיט דעם טיטל רבי'ש, אדער בנש"ק וכו'. ווען עס באווייזט זיך ביים טיהר ביי א שמחה א איד מיט א פראכטפולע צורה און בגדי מלכות וועט מען אים רופן "שיינער איד". און אז ער גייט געקליידעט ווי א געביגלטער ביזנעסמאן וועט מען אים אזוי רופן. עס איז נישט קיין זאך וואס ווערט אפגעשמועסט צווישן די מאסן.

ווי אינטערסאנט איז ווען מ'וויל א סימן געבן אויף איינעם, און מ'וויל זיך באציהען צו א געוויסן פערזאן וועט מען אלס א סימן נוצן א לבוש אדער אנדערע אומאפגעשמועסטע סימנים וואס זענען ווי נאטורליך פארשטענדליך און קיינער וועט נישט מסופק זיין אז דער איז פון וועם מ'שמועסט.

מאכט זיך ווען א ארים אידל וועט זיך באווייזן מיט שיינע גאלדענע קנעפ אויפן העמעדל, אדער אפי' גאר מיט די גאנצע עשירות טראגע, וועט אבער קיינער נישט אים רופן דער שיינער איד, אדער דער עושר, מ'וועט זיך ליבערשט באציען צו די אינטערסאנטע און אומגעוויינליכע קליידונג, א שטייגער ווי "דער אידל מיט די גאלדענע קנעפ". עס זענען די זעלבע גאלדענע קנעפ וואס דער עושר קען טראגן אבער קיינער וועט אים אזוי נישט בארופן, מ'וועט אים רופן מיטן שם הכולל דער "עושר".

אזוי איז דאס ביי אלע סארט טיטלען וואס מ'גיבט דעם מענטש, עס וועט זיך נישט טוישן צוליב א איינצעלנע טויש אין זיין שטעלע, עס איז דער פולער בילד וואס זאגט דעם מענטש'ס טיטל און ראנג. און אויב וועט איימיצער פון א נידריגערן ראנג אדער העכערן ראנג זיך באקליידן אדער פירן נישט ווי זיינס גלייכן וועט דאס זיין א גענוגנדער סימן אויף וואס מ'וועט זיך בארופן.

האסט געזעהן דעם איד מיט די לאנגע בעקעשע? האט איר שוין אמאל געפרעגט אזוי אויף א רבי אדער שיינעם איד וואס באלאנגט צו גיין מיט די בגדים? עס איז נאר א סימן ווען דער איד באלאנגט מיט א קורץ רעקל און קאשקעטל, און דא קומט ער מיט א לאנגן בעקעשע ווען מ'באציהט זיך צו אים דערמיט.

חז"ל זאגן אונז אז ווען א איד האט א מחשבה טובה איז מען אים עס פון הימל מצרף למעשה. ווידעראום דער גוי ווען ער האט א מחשבה טובה איז מען אים נישט מצרף. דער הייליגער בני יששכר איז מסביר אז דער איד וואס איז בטבעו גוט, ווערט זיין מחשבה אנגענומען צום גוטן, ווידער דער גוי וואס זיין טבעיות איז שלעכט איז נישט אזוי.

מ'זעהט אמאל ביים גוי א געוויסן מדה טוב, אדער א חסד לאומים וואס קען אמאל מאכן טראכטן אז אידן זענען נישט אזוי איינציג ח"ו און מ'זעהט דאך ביים גוי אזוינע שיינע מדות. מ'הערט אמאל גרויסע חסדים וואס א גוי האט געטון, אדער אנדערע מעשים וואס זענען שיין.

אינטערסאנט איז אבער אז א גוי וואס טוט גוטס וועט מען אים אויף דעם רופן און מ'וועט זיך באציען צו אים אויף דעם געוויסן טאהט וואס ער האט געטון, דאס איז ווי דער ארימאן מיטן גאלדענעם קנעפל, עס באלאנגט נישט אויף אים, אבער ער האט עס פארט אויף זיך, עס איז גאר מערקבאר.

ווידעראום דער איד קען כל ימיו טוהן די אלע שיינע מעשים און מ'וועט זיך צו אים באציען מיטן טיטל "דער איד", ער וועט נישט ארויסשרייען א אומגעוויינליכקייט אין זיינע גוטע מעשים אז מ'זאל דאס קענען נוצן אלס סימן.

דער לשון אין פסוק ויגש אליו יהודה וגו' "באזני" אדני וגו' אל יחר "אפך", איז עפעס אינטערסאנטע לשונות וואס מ'זעהט נישט סתם אזוי. עס וואלט נישט געדארפט שטיין באזני, ידבר נא עבדך לאדני וואלט פונקט אזוי געמיינט אז ער וואלט עס געהערט מיטן אויער.

נאר דאס קען זיין פשט ווי אויבנדערמאנט. יהודה באציהט זיך צו דעם משנה למלך פון מצרים, און ער פרובירט צו טרעפן עפעס א מקום צו רעדן צו זיין הארץ, ער וויל טרעפן די גוטע מדה אין דעם נאך נישט דערקענטן יוסף וואס איז ביי אים אין די אויגן א פאלנער מצרי. ער זאגט פאר יוסף'ן כי כמוך כפרעה, און אויב ביזטו ווי דער פרעה, דאן קען איך נישט רעדן צו דיר נאר איך דארף טרעפן א גאלדן קנעפל, אפשר אין א געוויסן פרטיות'דיגע מדה וואס קען ערוועקן דיין רחמנות און גוטהארציגקייט. איך רעד נישט צו דיר אליינס, איך רעד צו דיין אויער, אפשר האסטו ערגעץ אלס גוי א באהאפטענע מדה טובה וואס קען מיר צונוץ קומען צו העלפן אהיים נעמען מיין ברודער.

דאס האט יוסף שפעטער געזאגט פאר די ברודער "אני יוסף" איך בין דער גאנצער מהות פון א איד, און נישט נאר א לבוש וואס איז מיר נישט פאסיג קענט איר טרעפן ביי מיר נאר דאס גאנצע עצם איד וואס איך האב אלס א קינד פון יעקב.