יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ ראט און טאט
ארטיקלען

פרשת ואתחנן תשפ"ד

ראט און טאט · "דער שטיבל" · שנת תשפ"ד

פאר מיר גייען ווייטער צו א וויכטיגע נושא אין די "חתונה מאכן סעריע", לאמיר נאר צוענדיגן וואס מיר האבן אנגעהויבן, וויבאלד עס קומען אריין כסדר שאלות דערויף.

עס האט זיך אנגעהויבן א באוועגונג פון אינוועסטירן צו חתונה מאכן אין די S-P 500 אדער סתם אין די סטאק מארקעט. און מיר וועלן נישט אריינגיין צו טיעף צו פארשטיין אדער געבן אינוועסטמענט עדווייז אויף א פובליק פלאטפארמע וואס דאס איז זיכער קעגן יעדע געזעץ אויף די ביכער, און ווען איינער וויל טון אזא זאך דארף ער באמת אויסשמועסן מיט א פראפעסיאנאלן עדווייזער וואס און וויאזוי דאס צו טון.

אבער ווי מיר האבן שוין געשמועסט איז די אלע זאכן זייער גוט פאר לאנגן טערמין, ווען די פאלגענדע תנאים זענען קלאר.

עס איז נישט פארזיכערט (כאטש וואס די היסטאריע איז געווען זייער גוט, און דער שכל זאגט אז אויב אינוועסטירט מען יא אין די סטאק מארקעט זאל מען גיין מיט עפעס וואס איז גוט געווען אלעמאל, איז אבער אויך די היסטאריע א קלארע באווייז אז היסטאריע איז נישט קיין פארזיכערונג)

אפי' אויב מ'זאל אננעמען אז מ'קען זיך אינגאנצן פארלאזן דערויף איז עס נאר אויב מ'נוצט טאקע נישט די געלט אינדערמיט ווען מ'ברויך, וואס דאס איז עפעס וואס דער פשוט'ער מענטש ווייסט נישט וויאזוי עס וועט זיך אויסקאכן, אנדערש ווי גרויסע אינוועסטארס וואס האבן ספעציעלע געלט געאייגנט צום וואקסן, און נישט געאייגנט צום באנוץ (דאס הייסט אז פארן פשוט'ן איד וואס לייגט אוועק געלט צו חתונה מאכן, קען פאסירן אז ער זאל אויך דארפן געלט פאר אנדערע צרכים, און דארפן אנקומען צו גיין קעגן די תקנות פון דעם אינוועטמענט און מיט דעם פארלירן דעם היסטארישן גאראנטיע (אומ-גאראנטיע).

מ'דארף געדענקען אז די געדאנק פון די SP 500 צו נוצן אלס היסטאריע און דערמיט גאראנטירן גאנץ כלל ישראל פאר גרינג חתונה מאכן קינדער, דארף מען וויסן אז דאס איז אינגאנצן אלט 70 יאר פון 1957 וואס אויב איינער ווייסט וואס היסטאריע מיינט, אדער פאר ווער ס'קען אביסל היסטאריע ווייסט אז מ'מוז רעכענען מער ווי הונדערט יאר אדער מער אפי' צו קענען באמת מאכן א פארזיכטיגן און אויפריכטיגן צוזאג מיט דעם. היסטאריע איז נישט ווען מ'קוקט צוריק 3 מאל צוואנציג יאר, נאר צענדליגער מאל 20 וואס דאס שטעלן בעסער פאר די היינטיגע גרויסע לייף אינשורענס קאמפעניס וואס זענען שוין אין ביזנעס 200 יאר און האבן א "היסטאריע" וואס מ'קען דערויף בויען, און אויך גאראנטיעס וואס קומט מיט א צוזאג פון העכערע ראנגען נישט קיין פשוט'ע "היסטארישע צוזאג".

פון לייענען און הערן דרשות איבער אזוינע סארט אינוועסטמענטס אן אויסהערן די זייטיגע בענעפיטן אדער פארלוסטן, ווי למשל פראגראמען, טעקס, וכדו' איז זייער נישט קלוג, און ווירקזאם.

ועל הכל, אויב קען דאס אריינלייגן געלט אין א פלאץ וואס איז אפשר נישט אזוי הויך אין "היסטאריע" אייך ברענגען בענעפיטן וואס וועלן אייך שפארן אסאך געלט אין אנדערע פלעצער, איז עס קלאר עפעס וואס איר דארפט אויסשמועסן, און געדענקען וואס מיר האבן שוין געשריבן פיל מאל אין עבר. "א מענטש איז נישט קיין טשארט"...

מיר קענען נישט און וועלן נישט געבן קיין אינוועסטמענט עדווייז, כאטש מיר האבן די לייסענס צו זיך איינרעדן אזוי ווי פילע אנדערע אז מיר זענען בארעכטיגט, און אז דאס גיבט אונז דעם לעגיטימיטעט צו פארדרייען דעם קאפ פון גאנצן ציבור, מיט עפעס וואס איז באמת נאר מעגליך צו טון ווען מ'רעדט פון אלע פאקטן.

צו די נושא פון די וואך:

איינס פון די גאר גרויסע פראבלעמען אין היינטיגן חתונה מארקעט איז דער פאקט אז צופיל דיעות זאגער זענען ביים טיש ווען מ'רעדט פון יא ספענדן אדער נישט ספענדן.

דאס הייסט אז אפי' אויב איז דער טאטע דער מחותן א פארשטענדליכער מענטש וואס וואלט יא געטון נאר כפי יכולתו, קומט אריין די אמאל די מחותנת'ע, און אמאל דאס קינד, דער חתן אדער די כלה, און אמאל דער אנדערער מחותן.

אמאל איז עס סתם א איינרעדעניש אז מ'וועט אזוי אים אנקוקן שלעכט אדער ארים וכדו', און אונז האבן שוין פון דעם גערעדט אז אין היינטיגן דור שטעלט זיך ארויס אז דער ציבור רעספעקטירט מער דעם וואס גיבט אכט אויף זיין געלט נישט אנצוקומען לידי מתנת בשר ודם, ווי דעם נגיד וואס ווארפט געלט, אבער זיכער מער ווי דעם ארימאן וואס ווארפט געלט, און קיינער רעדט זיך נישט איין קיין איין מינוט אז ער איז רייך געווארן מיט דעם וואס ער גייט מיט א צוועלווער שטריימל וכדו', משטייט אין די זייט און מ'שמייכלט זיך אונטער נעבעך.

אבער צוריק צום אמת'ן פראבלעם פון די הרבה דיעות, און דארפן צופרידן שטעלן יעדן. מ'שטייט ביי א שמחה, מ'זוכט נישט קיין פראבלעמען קיין עגמת נפש, מ'מאכט חתונה א קינד, מ'וויל זיך נישט איינרייסן מיט קיינעם, און דאס ברענגט מ'זאל זיך איבערשטרענגען, און אין מח האט עס אפי' א כשר'ן היתר לכתחילה וואס ווערט אנגערופן "מפני דרכי שלום" אדער ווערט עס אנגערופן "וואס טוט מען נישט פאר שלום בית", און אמאל הייסט עס: "מיין קינד האט נאר חתונה איינמאל אי"ה" .

די אלע זאכן זענען זייער גוט און זייער חשוב, אבער אויב וויל מען זיך העלפן אין דעם איז דא מהלכים, און פון דעם גיי מיר אביסל שמועסן.

לאמיר קודם צונעמען דעם ליסטע פון קאנדידאטן וועלכע פיגורירן אויף דעם "הרבה דיעות קאמיטע".

מחותן

מחותנת'ע

חתן

כלה

פארשטייט זיך אז מיר רעדן צו אייך לייענער אלס א מחותן וואס פיגורירט נישט אויף די ליסטע, ווייל דאס איז לענינינו אייער ליסטע מיט מענטשן, אלזא מ'רעדט פון די אנדערע זייט מחותנים.

קודם לאמיר זיכער מאכן אז איר האט נישט אנדערע מענטשן אויף די ליסטע וואס קענען אייך געבן א שטימע אין אייערע באשלוסן וויאזוי צו ספענדן געלט.

דאס טוט איינשליסן.

די רייכע ברודער

די עקסטראוואגאנזישער שכן

מארקעטינג פירמעס

חברים אדער חבר'טע'ס פון חתן כלה.

דאס הייסט אז מיר קענען נישט בשום אופן זיי איינשליסן אינעם ועד די קאמיטע פון די חתונה הוצאות פאר אייער קינדס חתונה, און אזוי לאנג ווי זיי פיגורירן ביים טיש, רעדן מיר בכלל נישט פון א פראבלעם וואס איר זענט גרייט זיך צו לאזן העלפן, און דער אויבערשטער זאל אייך העלפן מיט אלעם גוטן אלע מאל, איר קענט איבערמישן צום נעקסטן קאלום און ליינען מיט געשמאק.

אויב אבער זיי זענען נישט אויף אייער ליסטע, זיי זענען נישט אין די קאמיטע, האט איר נאך אלס די ערשטע פאר וואס זיי זענען אויפריכטיג ביים טיש, (נישט צו זאגן אז ס'באלאנגט אזוי, אבער במציאות קענן עס אזוי זיין, און מ'קען פארשטיין אז ס'איז דא אפראבלעם דערמיט) און מ'קען זיי נישט סתם פארטרייבן פון טיש, דארט איז דער מח היבש שטארק אויף די אפענסיווע, און מ'מוז זיך דערמיט ספראווענען.

כדי צו קענען ארויסקומען א זיגער פון דעם געשאפענעם סיטואציע דארף מען פרובירן קודם צו זיין אביסל "פרא-אקטיוו" דאס הייסט עס זענען דא געוויסע פעולות וואס דארפן געטון ווערן נאך פארן שידוך טון.

אראפשטעלן און לאזן וויסן די סטאנדארטן סיי אין שטוב (פאר ס'איז נאך נוגע) און סיי פאר שדכנים ווען מ'טראגט אן שידוכים, דאס זאל זיין זייער קלאר און אויסגנומען בעפאר מ'גייט צום שידוך, אז ביי אונז פירט מען זיך אזוי, מיר מאכן חתונה אויף דעם סטאנדארט.

די קינדער דארפן דאס הערן ווען זיי זענען נאך נישט פארכאפט אינעם רייץ פון זייער חתונה, ווען מ'קען נאך רעדן צו די מוחות און אויפבויען א שטאלץ אין "נארמאליזם".

רעדן פון די נושא מיט א אמת'ע פארשטאנד אז די שטוב זאל פארשטיין אז דאס איז דער נארמאלער וועג, און אז זיי זאלן באמת וויסן ביי זיך אז דאס איז געשעצט.

אין דעם נושא איז אויך וויכטיג צו מאכן זיכער אז עס איז נישט קיין "אויסוואל" אדער אפציע, עס איז דער מציאות וואס מיר טוען ווייל מיר קענען נישט אנדערש, און ווייל מיר ווילן נישט אנדערש.

אמאל איז בעסער צו נוצן דעם "ווילן" און אמאל דעם "קענען" . דאס מיינט אז אין געוויסע שטובער וואו דער געבוי איז שטארק, און מ'קען אראפשטעלן א הנחה אז "מיר פירן זיך אזוי" און די קינדער רעספעקטירן דאס, און די בני בית פארשטייט דאס, איז דאס זיכער די גרינגערע וועג.

אבער אפי' ווען מ'דארף זאגן אז מיר "קענען" נישט אנדערש, וואס דאס האט שוין אביסל א נאך טעם, איז אויך נישט קשה, עס דארף נאר זיין פארשטענדליך, און צו פארשטיין געבן אז חתונה מאכן א קינד קאסט מער ווי דער עווערעדזש מענטש קען זיך ערלויבן איז נישט קיין שווערע זאך צו טון, און מ'דארף דאס טון אין א קאלטע רואיגע מינוט ווען די געמיטער זענען נאך נישט אנגעדרייט.

אין קורצן: די אויבנדערמאנטע דארף געטון ווערן בעפאר די פראבלעם קומט אן.

2.

ווען מ'האלט שוין דערביי, מ'מאכט שוין חתונה, און די היץ איז הויך, עס קומען און גייען פארלאנגען פון די שטוב מענטשן אויף זאכן וואס דער מחותן ווייסט אז ער קען נישט און טאר דאס נישט טון.

ס'איז שוין שווער צו באזיגן, אבער נאך אלס קען מען דאס באווייזן.

א אפענער שמועס איבער די הכנסות אין שטוב, און די קאסטן פון די אלע זאכן קען אראפ ברענגען די היץ צו העלפט, פארשטייט זיך אז מ'קען פון דעם רעדן באריכות אבער עס איז זיכער א בעסערער וועג סיי פון די ערשטע אפציע פון אריינפאלן אין די פאסטקע און זיך דארפן אנבארגן געלט, און פון די צווייטע אפציע פון סתם קאטאגאריש אפזאגן, איז עס אויך געזונטער.

3.

ווען מ'רעדט פון די מחותנת'טע איז זיכער כדי צו געדענקען און צולייגן מחשבה אז זי איז באמת א שותף אין דעם פינאנציעלן בודזשעט פון דעם שטוב, און ע"פ רוב ווען זי פארלאנגט מער ווי מ'קען זיך ערלויבן איז דער פראבלעם חסרון ידיעה, און א קלארקייט אין פארשטיין די פינאנצן פון די שטוב וועט העלפן אז זי זאל מיטגיין מיטן אמת. בדרך כלל. און נישט פארלאנגען קיין זאכן וואס זענען נישט מעגליך.

4.

דער מחותן און די מחותנת'טע איז אויך אמאל א פראבלעם אז זיי שטעלן אהער א סטאנדערט און פארלאנגען די זעלבע פון אייך. דאס וועל מיר אי"ה אויסשמועסן קומענדיגע וואך.

יישר כח גוט שבת

סטאנדארט דארף זיין קלאר פון בעפאר