טונקל אין גריבל
אומאיינערקענט
געבויט א שטיבל
מיט שוואכינקע הענט
א קליינער בית קיבול
מיט בלאסע ווענט
אומבאמערקט מתובל
פיל מיט טאלענט
קיינע געווירצן, קיין צוויבל
ארויס א געשמאקער טשאלענט
א ריח נישט מגובל
פארשפארן נישט געקענט
אין חכמה קאלומס מטובל
מיט צויבער און קלאס ערווענט
געשפירט קיין פאראיבל
ארויף א טרעפל איר זענט
פונעם קליינעם זייטיגן "שטובל"
א הילכיג היסטארישן "מאמענט"
→ ראט און טאט
פאעמס