יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ ראט און טאט
גראמען

ראט און טאט עליו השלום

ראט און טאט · "דער שטיבל"

א געדאנק א געניאלער
אויפן טרייבל א קאללער
כבוד הרב שווארטץ, שלום
אפשר שרייבט איר א קאלום
ווער זענט איר מיין אומבאקאנטער
עס ווערט אינטערסאנטער
די רעדאקציע פון א מאגאזין
לאדענען אייך צו שרייבן דערין.

לאמיר קלערן דערוועגן
די ידידים ארום פרעגן
איז דער שטובל א בר קיימא
זאל איך געבן מיין הסכמה
אלע ווי איינער
נישטא נאך אזיינער
מ’וועט עס געבן א שאט
און באשאפן דעם ”ראט און טאט”

מ’גיסט זיך א דריי
די צייט איז פארביי
באקענט מיט שריפטשטעלער
שעפערישע קוועלער
געשאפן נייע בונדן
אליינס אויך פרישע קונדן
געווען א הימלישע ערפארונג
א גייסטליכער ערנערונג

געקומען דער מאמענט
נישטא קיין פלאץ אין אירע ווענט
דער קאלום פארשפארט
דער פעדער פאר’צער’ט
אבער פריינד בלייבן אן אייביגקייט
מיט א תודה פאר די געלעגנהייט
געווען א פארגעניגן
מיר אליינס אסאך געשטיגן

פון עוסק זיין בהסברה
אליינס ארויסגענומען דעת ישרה
פארשארפט די אייגענע הבנה
און א ”ברענד” א מתנה
איך וואונטש און בין בטוח
חפץ ד’ בידכם יצליח
פון דעם עסק זיין מרויח
ביזן טאג פון משיח

כעתירת ידידכם
יצחק אליקים
ראט און טאט עליו השלום…