יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ ראט און טאט
ארטיקלען

פרשת דברים תשפ"ד

ראט און טאט · "דער שטיבל" · שנת תשפ"ד

ווייטער איבער דעם ענין פון חתונה הוצאות, וואס ווי ס'זעהט אויס פון די קאמענטארן פון לייענער איז דאס א נושא וואס טאר נישט אזוי שנעל אראפגיין פון טיש.

איינע פון די פולע שאלות וואס איך ווער געפרעגט, נישט דוקא אין באצוג צו דעם ארטיקל, נאר אין מיין טאג טעגליכן באשעפטיגונג אין די ענינים, ווי אויך פיל מאל ביים אויפטרעטן פאר א גרעסערן ציבור און רעדנדיג איבער די נושא פון חתונה מאכן אויף דעם אייגנארטיגן סטיל וואס איז נישט סתם שרייען אז מ'דארף קארגן, נאר טאקטישע און פראקטישע שריט וואס מ'קען טון.

מענטשן פרעגן אזוי, למעשה זעה איך נישט אז איך זאל קענען טון אפי' א גרויס חלק פון וואס וואלט זיך פארלאנגט פון מיר צו אוועקלייגן געלט פאר אלע חתונות פון מיינע קינדער. אלזא פארוואס זאל איך אפי' אנהייבן?

ווען מ'פרעגט די שאלה, דארף דער געפרעגטער אויך געדענקען אז טראץ וואס ווען מ'שרייבט דאס אויף פאפיר זעהט עס אויס נאאיוו אין בעסטן פאל, און זייער נישט קלוג אזוי צו רעדן, אבער אין מציאות איז דער שאלה א ריכטיגער, און אפי' אויב לאגיש איז עס נישט ריכטיג.

וואס הייסט?

גערעכט אז אוועק לייגן אביסל איז אלס בעסער ווי בכלל נישט אוועקלייגן, און דער שואל ווייסט אויך דעם סוד, ער פארציילט אבער א מציאות, אז זיך אנצושטרענגען און אוועקלייגן געלט יעדע וואך, אדער יעדע חודש, פאר אן עקספענס פון יארן ארום, קען נישט ארבייטן נאר טאמער עס איז דא עפעס א "עקסייטמענט" דערביי.

איך וועל אייך געבן א דוגמא.

למשל אויב אויפן גאס איז אויסגעווארפן אסאך געלט, איינער האט געכאפט א אטאקע און אויסגעווארפן אסאך געלט און מענטשן כאפן.

די ערשטע פאר כאפן פולע הויפענעס, און זענען אין די ספערן. דערנאך קומען די וואס כאפן אויך כמעשה'דיג, אבער שוין נישט קיין בינטלען, זיי דארפן שווער ארבייטן. ווען עס קומט די איבעריגער עולם אפי' אויב עס פארווארפט זיך נאך געלט דא אדער דארט, קען מען זעהן אויף זיי א סארט יאוש, און זיי וועלן אוועק גיין מיט ליידיגע הענט, ווי איינער וואס זאגט, דאס איז נישט וואס איך האב געמיינט, איך וואלט געדארפט דא זיין א מינוט פריער און כאפן די ריכטיגע אוצרות.

דאס איז דער געפיל פון דעם מענטש וואס דארף מיטשפילן אז ער זאל זיין גוטמוהטיג און פרייליך זיך אנצושטרענגען צו טון עפעס דראסטיש.

א מענטש קען טון דראסטישע שריט, אין א גוטע מינוט, למשל ער האט געליינט א גוטן ארטיקל אדער געהערט א דרשה איבער די נושא פון חתונה מאכן, און ער טראכט אריין, און זעהט אז עס איז ממש א זאך וואס ער דארף טון, און ער הייבט אן בכל תוקף.

אבער אויב וועט אדורך גיין א צייט און ס'ווערט א רגילות, וועט ער צומאל טראכטן אדער וועט אים ארויף קומען עכ"פ דער נסיון פון די מחשבה, טוה איך די בעסטע זאך מיטן געלט? קען איך נישט טון בעסער? אדער איך האב יעצט וויכטיגערס, איך וועל שוין טון אין דעם א צווייטס מאל.

ווייל אזוי איז דער סדר העולם, דער מענטש קען טון אומגעוויינליכע שריט צו וואס ער איז נישט צוגעוואוינט, ווילאנג די מאמענטום איז הויך, און ער ווערט באאיינפלוסט פון דעם ענדרענעלין דאזע וואס לויפט אים אין די אדערן איבער די נושא.

אויב אבער איז עס עפעס וואס ער דארף אנהאלטן און כסדר טון, דארף ער אדער האבן גאר שטארקע כוחות וואס ווייניג האבן, נישט דורכצופאלן.

אדער דארף ער האלטן דעם מאמענטום דורך געוויסע פעולות, ווי למשל זיך מאכן א שיעור אין דעם נושא, כסדר הערן געוויסע אפדעיטס, אדער האבן איינעם וואס איז אים פערזענליך מחזק.

דאס קען מען אויך זאגן איז דא ווייניג וואס קענען דערצו זיך צושטעלן, דאס לעבן גייט אן, און מ'מאכט נישט פון אזא נושא א לעבנסלענגליכע קאמיטמענט.

אדער קען מען טון דאס וואס רוב וואס האבן מצליח געווען טאקע יא צו אוועקלייגן געלט פארן חתונה מאכן קינדער, טוען.

מ'לייגט דאס געלט אוועק אין א פלאץ געצווינגען, דאס הייסט אז מ'מאכט נישט קיין באשלוס יעדע חודש צו מ'זאל די חודש יא אדער נישט אוועקלייגן, מ'לייגט זיך אריין אין א געצווינגענעם סעיווינגס, וואס דער סכום און די צייט ווערט באשלאסן בשעת ווען מ'איז מיטן מאמענטום און מ'איז גרייט, אבער נאכדעם ווערט מען אליינס דער באצווינגענער דאס צו טון.

איינער פון די פלעצער וואו מיר זעהן אסאך מענטשן דאס טון און מצליח זיין איז אין לייף אינשורענס וואס האט די מורא'דיג מעלה אז עס ווערט ווי א בילל, וואס דער מענטש קען קאנטראלירן פונקטליך וויפיל עס זאל זיין, אבער ווען ס'איז שוין באשטימט לייגט ער זיך אריין אין א מצב פון "באצווינגען" אפי' אויב ער איז נישט אין דעם בעסטן שטימונג דעם חודש.

פונקט פאריגע וואך פארציילט מיר איינער פון מיינע חשוב'ע קאלעגע אגענטן אז ער האט גערעדט מיט א איד וואס האט שוין ברוך השם חתונה געמאכט זיינע קינדער, דער איד איז א בעה"ב, און איך בין נישט זיכער וויפיל געלט עקסטער ער האט, אבער ער האט חתונה געמאכט די קינדער אן קיין עקסטערע פינאנציעלע דרוק.

זאגט ער אים אז זיין געלט האט ער געהאלטן אין לייף אינשורענס, אבער איין גרויסע פראבלעם האט עס געהאט. עס איז גאר "לאנגווייליג", עס איז נישט לעבעדיג, דאס הייסט, מ'ווייסט פון אנהייב אן פונקטליך וויפיל מ'וועט ארויסנעמען, מ'ווייסט אז ס'קען זיין אביסל מער, אבער נישט זייער אקטיוו, עס גייט אויף א רעגלמעסיגער וועג, און אזוי לייגט ער זיך אוועק יארן געלט.

די גוטע נייעס איז אז ווי מיר האבן שוין געשריבן האט עס די מעלה וואס מיר זוכן דא ווען מ'רעדט פון חתונה מאכן, אז מ'זאל קענען טון עפעס וואס איז גאראנטירט דרייפאכיג, סיי וויפיל ס'וועט קאסטן, וויפיל ס'וועט ברענגען, און בעיקר "ווען" ס'וועט עס ברענגען. אבער אויסער דעם איז דאס א לאנגוויילגע אפציע פאר די וואס זוכען שפרינגערייען, און עקסטיימענט.

די ווערטער פון דעם איד זענען מיר אריין אין קאפ, כאטש וואס איך הער אזוינע זאכן אסאך, ווייל ער האט אביסל קלארער געמאכט פון וואו ס'נעמט זיך דער פראבלעם אז מענטשן אפי' זיי ווייסן אז מ'מוז עס טון טוען זיי עס נישט פשוט ווייל ס'פעלט דער עקסטערער עקסטאז און קאליר, מ'קען נישט זעהן טשארטס ווי די געלט וואקסט "אפשר" צו עשירות וכדו'.

און אויב אין צוגאב צו דעם קומט נאך דער פאקט אז דער מענטש זעט נישט בדרך הטבע "וויבאלד דא זעהט ער דאך בערך וואס ער גייט באקומען" אז ער זאל קענען מיט דעם געלט וואס ער לייגט אוועק חתונה מאכן אלע קינדער, ווערט אים אומעטיג, און ער נעמט אן דעם "בת היענה" אלטערנאטיוו, פון נישט קוקן, נישט וויסן, אדער זיך מאכן אומזעהעוודיג, און זיך אונטערמורמלען בשעת'ן באשלוס אז "איך פארלאז מיך אויפן אייבערשטן".

וואס אלס א זייטיגע נקודה, דארף מען וויסן אז גאר גרויסע צדיקי עליון האבן געהאלטן אז א איד דארף טון השתדלות, און זיך פארלאזן אויפן אויבערשטן אז די השתדלות וועט אים ברענגען די ריכטיגע רעזולטאטן בעז"ה.

צוריק צום ענין איז אבער דער תירוץ עפעס וואס מ'כאפט נישט פאר מ'האלט דארט, און ווען מ'האלט דארט איז שוין שפעט צו כאפן. דהיינו?

ווען א איד האלט ביים חתונה מאכן, אפי' אויב האט ער נישט גענוג געלט פאר אלע קינדער צו חתונה מאכן, איז דאס נישט באמת דער עיקר, אודאי איז בעסער אויב יא, און ווי מער אלס בעסער, אבער אויב האט מען א בינטעלע קעש אוועקגעלייגט אפי' וואס וועט נאר קלעקן אויף א חלק פון די הוצאות, איז דער ריזיגער "קריזיס" פון וואס מ'רעדט גאר שטארק פארמינערט אדער בכלל אריבער.

מיר האבן שוין גערעדט דערפון אין פריערדיגע ארטיקלען אבער ארויסצוברענגען די נקודה דא איז גאר וויכטיג.

ווען איר לייגט אוועק געלט צו חתונה מאכן, און לאמיר זאגן אז לויטן חשבון וואלט איר געדארפט אוועקלייגן 300 דאללער פער קינד יעדן חודש, און איר האט בליעה"ר א שטוב מיט 10 קינדערלעך, און ס'איז גאר אומרעאליסטיש אז איר זאלט קענען אוועק לייגן 3000 דאללער א חודש.

וואס פארשטייט זיך אז אויב לייגט מען אויף א פלאץ וואס וואקסט "גאראנטירט" ווערט דאס גרינגער, אבער נאך אלס נישט גענוג.

איז דא צוויי וועגן צו קוקן דערויף. איינס איז, אביסל א פארלירערישן מהלך, איך קען סיי ווי נישט אוועקלייגן אזויפיל געלט, ס'איז נישט פאר מיר. איך וועל קענען חתונה מאכן 3 קינדער און נאכדעם זיך פלאגן ביי די איבעריגע. לאמיך שוין ביזדערווייל מאכן א חיים טובים, העכסטנס אז איך פלאג מיך שוין יא, וועל איך מיך שוין אביסל צופלאגן פאר נאך דריי פון די קינדערלעך.

די אנדערע וועג פון טראכטן, איז נעמען דעם סכום וואס מ'קען אנקומען דורך אוועקלייגן וויפיל איר קענט "יא". למשל אויב ס'איז 150 טויזנט דאללער וואס וועט ליגן אין אייער קאנטע ווען איר ועוט האלטן ביי חתונה מאכן, און מ'מאכט דעם נומער פאר א גאר פרייליכע מציאות, מ'טראכט פון דעם געווינס פון האבן אזויפיל געלט בפונדק אחד, וואס איר וועט קענען ווירטשאפן וויאזוי איר ווילט.

אמת, איר וועט נישט קענען סתם אויסשרייבן טשעקס אין די וועלט אריין, אבער איר וועט קענען "בארגן" פון זיך אליינס, און זיך באצאלן פאר זיך אליינס, אז אנשטאט דארפן אויסגעבן די גאנצע חתונה הוצאות אין איין יאר, וועט איר האבן גענוג צייט ארום צושפילן אין עטליכע יאר, צוריק אנצופילן די באגאזשן און קענען רואיגערהייט חתונה מאכן די קומענדיגע קינדער אויך.

עס איז קריטיש וויכטיג צו פארשטיין, אז האבן אוועקגעלייגט "פליסיגע קעש" איז נישט אזוי ווייט א נומער וויפיל, נאר א מציאות אז עס גיבט פלעקסיביליטי, אז מ'קען זיך רירן, און ווירטשאפן אין א וועג וואס פארגרינגערט אלעס.

אויב וועט זיין א פארלאנג וועל מיר מאריך זיין אביסל טיעפער אין דעם, אבער איך האף אז די לייענער פארשטייען די נקודה.

זייט מיר געזונט.