לאמיר רעדן די וואך פון די צווייטע זייט פון די מטבע, די עצם חתונה מאכן מיט די הוצאות ארום איר.
נאר פאר מיר גייען אריבער צו די זייט מוז איך נאך אלס זיך באציען צו געוויסע שאלות און קאמענטארן וואס זענען אריינגעקומען איבער די וואך אויפן פריערדיגן ארטיקל, און אין קורצן ענטפערן דערויף.
מענטשן האבן געפרעגט בכלליות צי איך האב זיך באצויגן צו א געוויסן סארט אינוועסטמענט דוקא, ווייל איך האב בכוונה נישט געלייגט קיין ספעציפישע אינוועסטמענטס נאר גערעדט בכלליות.
איך וויל דערמאנען אז די נקודה איז ווי פאלגענד:
מ'קען נישט אינוועסטן געלט וואס מ'גייט דארפן אין א צייט וואס 'מקען נישט אליינס קאנטראלירן ווען די צייט וועט זיין, אין אן אינוועסטמענט וואס קען נישט קאנטראלירט ווערן ווען מ'קען ארויסנעמען דאס געלט. אפי' אויב ס'איז גאראנטירט עווענטועל צו ברענגען ריוח.
מ'קען נישט מאכן קיין אינוועסטמענט באשלוס דורך הערן מקוה נייעס, אדער וואס א חבר האט געטון, און אפי' נישט דורך ליינען אן ארטיקל אדער הערן א דרשה, נאר נאכדעם וואס מ'רעדט צו א מומחה וואס טוט אין דעם און האט די באשטימטע עקספערטיז. (מ'קען יא, ווען מ'האט איבעריג געלט און מ'איז באוואוסטזיניג אז מ'קען פארלירן אויך, אבער נישט ווען מ'דארף דאס אפגעשפארטע געלט פאר חתונה מאכן וכדו')
אינוועסטירן געלט צו קענען דערפון חתונה מאכן, איז נישט ווי א טשארט, מ'מוז פארשטיין די ארומיגע פאלגן, סיי וואס נאך דאס ברענגט מיט, לגבי חסרונות, דהיינו, צו ס'קען מאכן א טעקס פראבלעם, א שטאטישע פראבלעם וכדו', וד"ל. ווי אויך פון די צווייטע זייט מוז מען מעסטן אלע בענעפיטן וואס אן אינוועסטמענט ברענגט אויסער די אינטערעסט וואס וואקסט. (איר זענט נישט קיין אינוועסטמענט ביזנעס, איר זענט א משפחה מיט קינדער וואס מ'דארף חתונה מאכן, און אלעס דארף ווערן גענומען אין באטראכט)
אמאל ווען מ'מאכט געלט פון איין זייט, און מ'דערלייגט פון די צווייטע איז יצא שכרו בהפסדו מיט א העפטיגן שמיץ אריבער, און דאס פאסירט ביי גרויס און קליין, נאר נישט יעדער איז מודה...
לאמיר גיין צו די צווייטע רונדע פון שאלות וואס זענען בערך אלע אין זעלבן גאטונג אריינגעקומען, און מיר וועלן זיך דערצו באציען בכלליות.
דער שאלה איז געווען בכלליות: איז דא א מציאות איינמאל פאר אלעמאל צו באהאנדלען דעם "חתונה הוצאות קריזיס".
מענטשן האבן געפרעגט די שאלה אין שייכות מיט די ארטיקלען וואס מיר שרייבן טאקע יעצט, וואס לכאורה זעהט אויס ווי געפרעגט אין די אומריכטיגע צייט ווייל דאס טאקע רעדן מיר יעצט, אבער באמת די שאלה איז געווען טיעפער.
גייט יצחק אליקים שווארטץ שרייבן נאכאמאל וואס יעדער זאגט, אז מ'טאר נישט ספענדן, מ'דארף זיך מצמצם זיין? אדער גייט ער שרייבן עפעס וואס איז באמת א אויספירבארער געדאנק פאר אידן וואס ווילן חתונה מאכן מיט הרחבת הדעת.
ס'איז באמת מעגליך צו זאגן אז דער חתונה הוצאות קריזיס איז שוין לאנג פארמיטן געווארן פון א געוויסן הינזיכט, ווען די גרעסערע קהלות אין כלל ישראל מיט זייערע מנהיגי העדה יעדער אויף זייער שטייגער האבן דאס באהאנדלט אויף זייער אופן, און די רעזולטאטן זענען קלאר גינסטיג.
היינט צו טאג לויט ווי זאכן זענען געלאפן צוואנציג דרייסיג יאר צוריק וואלט חתונה מאכן א קינד געדארפט קאסטן 2 הונדערט טויזנט דאללער, אן קיין גוזמאות, און אויב דארפט איר א ראי' דערצו קוקט אייך אום ביי אחבנ"י הספרדים אדער יוצאי בוכארי' וכדו' וואו מ'האט געלאזט די זאך לויפן אויפן שטייגער פון אמעריקע, און מ'האלט ביי די נומערן מינימום.
איז ביי אונזער היימישער ציבור זיכער געווען א קאלאסאלער הצלחה אז מ'האלט וואו מ'האלט.
די צווייטע זאך וואס איז שטארק אריינגעקומען צוליב דעם וואס מ'האט געוועקט דעם ציבור און גערעדט איבער די נושא, אז היינט קען מען בארגן לכבוד א חתונה שיין געלט צו קענען זיך גראד שטעלן, ווי איך האב שוין געשריבן פאריגע וואך אז דאס העלפט ממש 50 פראצענט פון די פשוט'ע המון עם, מיט א ממשות'דיגן הילף.
דערנאך קומט אריין דאס אז ס'איז דא צענדליגער קאסעס סיי אין די ישיבות, און אין די קהלות צו העלפן ביים חתונה מאכן די כלי קודש, אדער די עניים און אפי' סתם בעלי בתים.
די אלע זאכן צוזאמען, זענען קלאר א קרעדיט פארן גלאבאלן סיסטעם וואס מיר לעבן דערין, און מיר דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר לעבן אין א תקופה ווען די מנהיגים און עסקנים נעמען א זאך ערנסט אין די האנט, און מיט טאקטישע פעולות צו העלפן דעם ציבור.
דאס וואס מ'זעהט נאך היינט געוויסע וואס זענען אביסל אדער מער אומפארזיכטיג מיט הוצאות, דאס איז אייביג געווען און וועט אייביג זיין, און דאס איז נישט קיין קריזיס פארן רוב רובו, דאס איז א פראבלעם וואס דארף באהאנדלט ווערן לאקאל ווי יעדע לאקאלע פראבלעם. און מיר וועלן האפנטליך אנקומען צו רעדן פון דעם אויך.
אבער דער פראבלעם וואס איז נאך יא מצוי, טראץ וואס ס'איז שוין אסאך בעסער ווי אמאל איז פארט אז ביי געוויסע וואס ווילן יא זיך צושטעלן צו א סטאנדארט, וואס דאס וואלט זיי געפירט על מי מנוחות, און מ'קען נישט צוליב דעם וואס די באשלוס ליגט נישט אינגאנצן אין זייערע הענט.
דא קומען אריין די קינדער, די חתן און כלה, און אודאי אויך די מחותנים, וואס עס מאכט זיך זייער אסאך מאל אז אפי' א מענטש וויל זיך האלטן צו א סטאנדארט איז ער נישט אלס ביכולת אראפצושטעלן א פוס, און עס פארלאנגען. ער האט גענוג אנדערע שוועריגקייטן אין לעבן פאר זיך צו נעמען קריגן מיט א מחותן אדער מיט א קינד איבער אפאר דאללער, און ער איז ענדערש מסכים זיך צו פלאגן מיט אפאר דאללער ווי דארפן האבן דעם רוגזה ביי א שמחה.
אלזא לאמיר זיך אפשטעלן ביי דעם פאר א מינוט, און פרובירן צו העלפן פאר די וואס ווילן "יא" באמת זיך האלטן צו א סטאנדארט, וויאזוי דאס צו באהאנדלען מיט די מיטשפילער וועלכע דארפן מסכים זיין, און וויאזוי דאס צו טון באופן שלום ושלוה.
זיך האלטן צו א סטאנדארט בכלל, איז היינט מער מאדע, ווי זיך אויפרייסן אויף א העכערן ניווא ווי וועלכן מ'איז דערין. און מ'דארף געדענקען אז היינטיגע צייטן איז א אפענע וועלט, און ווען מ'זעהט איינעם זיך אויפרייסן מיט א חתונה אדער אפי' אנדערע זאכן אין לעבן, מאכט דאס קיינעם נישט טראכטן אז איר זענט א נגיד, די אינפארמאציע ווייסט מען שוין בדרך כלל פון פארדעם, אדער עכ"פ מיינט מען אז מ'ווייסט, און קיינער טוישט נישט דעם מיינונג ווען מ'זעהט אייך טון אזא שריט.
נאר וואס דען, מ'קוקט עס אראפ מיט א שטארקע פאראכטונג. ס'איז נעבעך א רחמנות ווען מ'זעהט אידן וואס זייערע ארומיגע ווייסן אז מ'האט זיי געהאלפן שאפן געלט צו די חתונה, (זיי אליינס ווייסן אפי' נישט דערפון וויבאלד כלל ישראל איז שוין היינט אזוי גוט געלערנט וויאזוי צו טון חסד בצנעה ב"ה) און דער איד מיינט אז ער מוז נעבעך פרובירן צו ווייזן עשירות. די אומאיינגעמע שמייכל צווישן די מסובין ביי אזא שמחה אדער אפי' אפענע שמועסן מיט וואונדער איבער דעם מציאות אז א מענטש זאל אזוי לעבן אין אילוזיע.
עס איז אמאל געווען אינגאנצן אנדערש, א מענטש האט געקענט יארן בלאפן זיינע ארומיגע, און אויך איז געווען אנדערש דער מציאות אז מענטשן זענען געווארן געמאסטן מיט זייער געלט, מ'האט ארויפגעקוקט דעם וואס האט געלט ווי עפעס א חכם ונבון, פאר אומפארשטענדליכע סיבות, אבער דאס איז געווען דער מציאות.
היינט איז פאקטיש נישט אזוי, סיי מ'קען נישט באהאלטן, און סיי דער ציבור קוקט נישט ארויף דעם וואס האט געלט פארן האבן געלט, מ'קוקט ארויף די אידן וואס טוען חסד, סיי די וואס האבן געלט און טוען חסד מיט זייער געלט, און סיי די וואס האבן נישט געלט נאר העלפן ארויס מיט אנדערע פעולות אידן, ביידע פארנעמען דעם אויבן אן ביי כלל ישראל צוגלייך, און דאס איז א געוויסער עלי' פארן דור.
אלזא איז קלאר אז זיך האלטן צו א סטאנדארט איז נישט נאר פינאנציעל אויסגעהאלטן, נאר פשוט גוט און וויכטיג פארן גוטן נאמען צו בלייבן מיט א נאמען אלס א פשוט'ער "נארמאלער מענטש", און מענטשן פארשטייען דאס היינט און מ'זעהט א ריזיגער פראצענט פון ציבור וואס האלט זיך דערצו מיט שטארקע כוחות.
נאך אלס איז דא דער אויבנדרמאנטער פראבלעם אז עס קומען זיך צוזאמען אין דעם חתונה שפיל פרצופיהן ודיעותיהן פון עטליכע, און אמאל האט מען א שווערן פעלד צו קענען רואיג זיך האלטן צו א סטאנדארט.
דאס וועלן מיר בעזהשי"ת באהאנדלען קומענדיגע וואך.
איך וויל נאכאמאל בעטן די וואס בעטן פריוואטע קאנסול איבער זייערע פריוואטע איינגעלעגנהייטן איבערצולאזן א נומער און רשות צוריק צו רופן.