פארגאנגענע וואך האבן מיר אנגעהויבן רעדן איבער די הוצאות החתונות, מיר האבן קודם בארירט דעם טעמע פון א פרא-אקטיווע בליק, לגבי דעם חלק פון אוועקלייגן געלט, אפי' ווען דאס געלט זאל נישט וואקסן נאר דער עצם געדאנק פון אנהייבן צו באצאלן די בילל'ס ווען די קינדער זענען נאך קליין, איז די ערשטע און בעסטע אקציע וואס דער מענטש קען און דארף טון צו קענען רואיג חתונה מאכן בעז"ה.
פארשטייט זיך אז צו אלעם דארף מען תפלה און בעטן דעם אויבערשטן אז מ'זאל נישט ח"ו דארפן אנקומען צו אנדערע קיינמאל.
און א וויכטיגע נקודה וואס מוז אויסגעשמועסט ווערן, וואס קומט פון אסאך הערות פון לייענער די פארגאנגענע וואך, איז צו פארשטיין וואס מיינט "חתונה מאכן רואיג".
א פשוט'ער בעל בית, און אפי' איינער וואס איז שיין מצליח, ווען ס'קומט צו חתונה מאכן וועט זיין אביסל אדער מער אנגעשטרענגט, און דאס איז א חלק פון די טבע, און נישט קיין שום פראבלעם, א מענטש מעג און דארף זיך קענען ספראווענען מיט אזוינע פרייליכע הוצאות, און ווען מ'רעדט פון רואיגקייט מיינט נישט אז מ'זיצט אנגעלאהנט ווי ביים סדר נאכט און זאכן פאסירן פון זיך אליינס.
די רואיגקייט פון וואס מ'רעדט איז אז דער מענטש זאל האבן גענוג לחלוחית צו קענען עכ"פ דרייען מיט געלט אז ער זאל נישט בלייבן אנגעהאנגען אויף אנדערע. דאס איז וואס איז די גרעסטע לחץ וואס מענטשן גייען אריבער.
און אפי' אויב א מענטש האט נישט די פולע סכום געלט צום חתונה מאכן, אויב האט ער כאטש אוועק געלייגט למחצה לשליש ולרביע, וועט אים גרינגער אנקומען צו קענען זיך ספראווענען מיט די הוצאות.
אבער לאמיר אביסל טיעפער אריינגיין אין דעם "פראבלעם".
איך האב גערעדט אין "סאטמאר לאנדאן" דעם פארגאנגענעם ווינטער ווען מ'האט דארט אנאנסירט א גאר אינטערסאנטן חתונה פלאן פארן ציבור, האב איך דארט דערמאנט איבער א שמועס וואס איך האב געהאט מיט א איד וואס האט געבארגט זייער אסאך געלט פריוואט פאר מענטשן צום חתונה מאכן זייערע קינדער, אויף לאנג טערמיניגע הלואות.
מ'האט געפרעגט דעם איד וויפיל פון די אידן זענען אים למעשה שולדיג געבליבן געלט, וואס לכאורה וואלט אלס געדארפט זיין אזוינע וואס קענען למעשה נישט באצלאן די גרויסע הוצאות.
זיין תשובה האט מיך פארגאפט: קיינער איז אים נישט שולדיג געבליבן געלט. און ער איז מסביר אז די סיבה דערצו איז וויבאלד ער גיבט פאר זיינע בארגער גענוג צייט צו באצאלן. יעדער וויל באצאלן, עס איז נאר דער קעש פלאו, די גרויסע סכום געלט אויף איינמאל וואס דער מענטש מוז באצאלן.
ווען דער מענטש וואלט געקענט באצאלן זיינע ביללס במשך די יארן נאך די חתונה וואלטן 95 פראצענט מענטשן זיך שיין געקענט אן עצה געבן, נאר קיינער וויל נישט ווארטן אויפן געלט איין מינוט.
איז די ערשטע אפציע, וואס מענטשן טוען סיי ווי, ארויסנעמען הלואות פון גמ"ח'ן וואס גיבן לאנג טערמיניגע הלואות, וואס דאס קען אביסל העלפן, און מ'טוט דאס טאקע.
אבער דאס איז נישט גענוג און ס'איז נישט גוט פאר א פלאן, מ'ווייסט קיינמאל נישט וואו און וויפיל מ'וועט קענען טאקע בארגן, זאת ועוד, ס'איז נאך אלס א הלואה, און ס'שטרענגט אביסל אן.
קום מיר צוריק צום ערשטן פלאן פון אנשטאט ווארטן צו באצאלן די בילל'ס "נאך די חתונה", זאל מען פרובירן צו באצאלן די בילל'ס וויפיל מ'קען "בעפאר די חתונה" יארן פאר דעם, ווען דאס קינד איז נאך קליין.
איך האב פאר אייך נייעס אויב ווייסט איר נישט אליינס. אויב האט איר א קינד פון 10 יאר אלט, וועט עס נעקסטע יאר זיין 11. און אויב ווייסט איר נישט וויאזוי צו ציילן ווייטער בעט אייער שכן אדער גוטער פריינד אייך צו העלפן. די זון שטעלט זיך נישט אפ, און די צייט גייט אויף א ריהטם, מ'טאר זיך נישט פאפן.
דא קומט אריין די בעסערע אפציע, נישט נאר אוועק לייגן די געלט צו צאלן די בילל'ס, נאר לייגן דאס געלט אויף א פלאץ וואס קען ברענגען ריוח אויך.
די פראבלעם מיט דעם איז, אז מענטשן פארקריכן און לייגן אמאל דאס געלט על קרן הצבי, אדער אפי' אין גאר לעגיטימע אינוועסטמענטס, וואס האט שוין ליידער אפגעקאסט דאס געזונט פאר אסאך אידן.
אבער אפי' אין בעסטן פאל ווען דער אינוועסטמענט איז יא א לעגיטימער מיט געוויסע גאראנטיעס, איז נאך אלס נישט געמאכט פאר יעדן צוליב די פשוט'ע מהלך פון אינוועסטמענטס וואס קען מיינען אז פונקט ווען איך דארף דאםס געלט וויכטיג איז נישט שייך עס ארויסצונעמען.
לאמיר א מינוט זיך אפשטעלן אן אריינגיין אין קיין גרויזאמע דעטאלן.
ס'איז דא אזוינע וואס לויפן ארום און פארקויפן אז מ'קען לייגן געלט אין געוויסע פלעצער אין די מארקעט ואוס זענען "היבש" גאראנטירט, אדער האבן אן היסטאריע פון שטארקע הצלחה, אזש אז לשיטתם קען מען זיך קלאר פארלאזן דערויף און זיין פארזיכערט ארויסצונעמען דאס געלט ביים חתונה מאכן.
אין פאקט איז נישט אויסגעשלאסן אז אריינלייגן געלט אין אזא אינוועסטמענט איז א גוטער געדאנק וואס מ'דארף באקוקן, און ערנסט באטראכטן. נישט געמאכט פאר יעדן אבער מעגליך אז יא פאר אייך.
אבער וואס עס איז זיכער איז דער פאקט אז היסטאריע האט געוויזן אז קיין איין יאר איז נישט די זעלבע ווי די צווייטע, נאר ווען מ'נעמט צוזאם 20 יאר און מ'קוקט דערויף איז עס גוט געלונגען. ווייטער אויב נעמט מען אנדערע 20 יאר איז דער אויסגאנג אנדערש, און אזוי ווייטער.
ווען מ'זאל נעמען די 20 יאר היסטאריע פון די גאר גאראנטירטע היסטארישע אינוועסטמענטס, און פשוט אויסדרייען דעם טשארט אז דאס וואס די מארקעט האט געטון 20 יאר צוריק טוט עס 20 יאר ארום, און אנשטאט מאכן דעם ערשטן יאר פאר די ערשטע און די צווייטע פאר די צווייטע, מאכן אז די ערשטע יאר איז די לעצטע און אזוי פארקערט די גאנצע טשארט. וואס כולי עלמא מודים אז דאס איז א מציאות וואס קען פאסירן, והא ראי' ס'האט שוין פאסירט, די מארקעט האט נאך קיינמאל נישט געהאט דעם זעלבן גאנג אדער די זעלבע נומערן איינס נאכן צווייטן פונטקטליך לויט היסטאריע.
ווען מ'טוט דאס קען זיך ארויסשטעלן א מציאות נישט נאר פון נישט מאכן געלט ריוח, נאר דערלייגן.
די וואס טראגן דאס ארום זאגן אז עס איז נישט דא קיין מציאות פון דערלייגן, און זיי זאגן ליגנט, פשוט און פראסט.
די איינציגע וועג וויאזוי א מענטש קען זאגן "כמעט" גאראנטירט (זעה: איך זאג נישט "גאראנטירט) אז מ'וועט נישט דערלייגן, איז אויב דער מענטש פון זיין זייט קען זיין זיכער אז ער וועט נישט ארויסנעמען דאס געלט ביז ווען ער מעג. דאס מיינט אז נישט ער וועט זאגן ווען מ'זאל מאכן די חתונה פארן קינד, נאר די מארקעט וועט פרעדיקטן ווען ער קען האבן געלט צו חתונה מאכן, וואס דאס איז נישט דער מציאות.
אויב א מענטש וועט דארפן ארויסנעמען דאס געלט אפגעזעהן פון דעם מצב אין די מארקעט, קען ער נישט וויסן אויב ער וועט מאכן אדער דערלייגן. ודו"ק.
די אלע וואס האבן מיך אריינגערופן איבערצושמועסן זייערע פריוואטע חתונה פלענער, וויל איך באדאנקען אבער צו די זעלבע צייט אויך בעטן איבער צו לאזן זייערע קאנטאקט אינפארמאציע צו קענען צוריק רופן. טראץ וואס איך זעה דעם קאלער איי די, רוף איך נאר צוריק איינעם וואס גיבט זיינע אינפארמאציע און בעט פאר א רוף.
עס איז ליידער א ווייטאג אז מ'דארף רעדן פון א נושא וואס יעדער וואס האט לייסענס צו פארקויפן מיוטשעל פאנדס און אנדערע סעקיוריטי'ס ווייסט, אז מ'קען נישט פארקויפן פאר די "מאסן", עס מוז ווערן געטון מיט א 2 זייטיגן אופן, סיי אז דער קאסטומער זאל באמת פארשטיין וואס זענען "יא" די ריסק'ס, און נישט זאגן פאר מענטשן אז עס איז גאראנטירט ווען ס'שטייט נישט אין ערגעץ אז עס איז טאקע.
און סיי מוז מען גוט קענען דעם מענטש וואס גייט אינוועסטירן:
וואס איז זיין ריזיקע טאלאראנץ, וויפיל קען ער פארנעמען.
ווי שנעל וועט ער ארויסשלעפן דאס געלט ווען ס'קומט אינטער א צובראכערנער וואש מאשין אינדערהיים?
איז דער מענטש גענוג אראפגעשטעלט אז אויב וועט מען פונקט נישט קענען נעמען געלט ווען ער דארף עס וועט ער קענען האבן דעם ריכטיגן כח המעצר?
ועל הכל וואס פארא שטאטישע הילף נעמט ער וואס קען ח"ו אפעקטירן זיינע בענעפיטן פשוט ווייל ער זארגט זיך פארן צוקונפט.
מ'דארף רעדן צו "טראסטבארע" עדווייזאר'ס צו וויסן דעם אמת.
האט איינער אריינגעשיקט פרעגן, וואס טוט זיך מיט אינוועסטירן אין ריעל עסטעיט צו קענען חתונה מאכן די קינדער, אדער אפי' קויפן א דירה און ווען מ'מאכט חתונה וועט מען ארויסנעמען א מארטגעדזש וכהנה.
יא, מענטשן טוען דאס בשעת הדחק, און ס'איז זיכער איינע פון די וועגן וואס מענטשן געבן זיך אן עצה.
מ'דארף אבער געדענקען. ריעל עסטעיט איז א ביזנעס, מענטשן מאכן און מענטשן דערלייגן, און אויב גייט איר אריין אין די ביזנעס, זאלט איר אודאי מצליח זיין אין אייער ביזנעס, אבער נישט יעדער איז אזוי.
מ'רעדט דא פון אוועק לייגן געלט, נישט וואס מ'ארבייט דערפאר, נאר וואס ליגט גאראנטירט אויף א פלאץ וואס ברענגט עפעס פראצענטן אדער בענעפיטן. דאס איז וואס מ'טוט צו חתונה מאכן קינדער. די איבעריגע טוט מען ווייל דאס לעבן דארף אנגיין, מ'דארף זיין אין ביזנעס, און מ'דארף מאכן אסאך געלט, און טון מצוות ומעשים טובים.
איך האב געוואלט די וואך רעדן פון די צווייטע זייט ביים חתונה מאכן טאקע, אבער מיר האבן נישט געננוג פלאץ אויף איין בלאט, וועל מיר ממשיך זיין אי"ה קומענדיגע וואך.
גוט שבת