יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ ראט און טאט
ארטיקלען

פרשת בלק תשפ"ד

ראט און טאט · "דער שטיבל" · שנת תשפ"ד

עס זענען אריינגעקומען געוויסע קאמענטארן איבער דעם פריערדיגן ארטיקל איבער "סעילס", ס'איז אינטערסאנט אז אפי' די וואס האבן נישט פונקטליך געזאגט וועלכע זייט זיי רעפרעזענטירן, די קאנסומער, אדער די פארקויפער'ס, איז געווען זייער קלאר ווער עס איז וואס, פשוט פון הערן די קאמענטארן.

אבער איך שפיר פאר וויכטיג צו בעטן די אלע וואס זעהען "יענעם" אינעם ארטיקל, אז זיי זאלן אויך אראפנעמען אפאר מינוט, נישט קיין אייביגקייט, נאר ממש א קורצע פאר מינוט, און זיך אליינס באטראכטן צו זיי קענען אליינס בענעפיטירן פון די "ראט און טאט" וואס מיר האבן געשריבן בנוגע סעילס. דאס איז נישט קיין קאלום צו לייגן מענטשן אויפן באשולדיגונגס באנק, יעדע צד האט גוטע סיבות פארוואס עס איז אזוי, דער ארטיקל זאל נאר דינען אלס א שטיקל הרחבה למחשבה צו טראכטן.

און יעצט וועלן מיר זיך נעמען צום קומענדיגן נושא וואס מיר האבן פאריגע וואך אנאנסירט אלס דער קומענדיגער טעמע. "חתונה הוצאות" און מיט דעם וועלן מיר האפנטליך דעקן אביסל ארום און ארום דער ענין פון "מעמד, און סטאטוס" און וויאזוי עס צו באהאנדלען.

אודאי איז וויכטיג צו געדענקען, יעדער איד וואס געהער צו א קהלה וואס האט חתונה תקנות אדער סיי וועלכע תיקונים לצורך הציבור, אז עס איז פשוט אז א איד דארף זיך צושטעלן צו די תקנות פון זיין קהלה, סיי לטובתו, און אודאי לטובת הציבור.

אבער אונזער ארטיקל איז צום אינדיווידועל, עס איז צו אייך חשוב'ער לייענער, נישט אלס א חלק פון א גרויסע קהלה, נאר וויאזוי זיך צו באגיין מיט די שטייגענדע הוצאות וואס קומען אריין אין א משפחה ווען מ'האלט פארן חתונה מאכן אקינד.

לאמיר צוזאמען אנאליזירן דעם פראבלעם פון א שיעפן פערספעקטיוו, נישט ווי דער סדר העולם איז פון ווארפן באשולדיגונגען, צו זענען עס די עסקנים שולדיג, אדער די ציבור איז שולדיג, אדער די היינטיגע דורות זענען גאר שולדיג. ווייל אויב ווילן מיר ערגעץ אנקומען דארפן מיר א מינוט פארגעסן פון די "שולד אורטיילן" און טון צו דער זאך.

ווער איז שולדיג אין הונגער? אזויפיל מענטשן אויף די וועלט הונגערן פאר א שטיקל ברויט. ווער איז שולדיג?

הונגער איז נאטורליך אז דער מענטש איז אזוי באשאפן געווארן, ער מוז עסן, און אויב נישט וועט ער ל"ע אויסגיין. אלזא אויף הונגער אליינס איז קיינער נישט שולדיג, ווייל דאס האט דער בורא עולם אריינגעלייגט אין די טבע.

ווער איז שולדיג אויף דעם אז אין געוויסע פלעצער אין די וועלט איז דא מער הונגעריגע ווי אויף אנדערע פלעצער וואו יעדער עסט ב"ה צו דער זעט?

דא קען מען שוין שפאקולירן.

אויב איז עס א פלאץ וואס איז אויסגעשטעלט צו הונגער, דהיינו, א מדבר וואו עס איז נישטא קיין וואוקס, און אויך קיין אימפארט פון עסן, אויב איינער גייט דארט וואוינען און ער הונגערט, איז דער מדבר נישט שולדיג, נאר דער מענטש וואס האט זיך דארט באזעצט אן קיין פלאן פון באקומען נויטבאדערפענישן.

אויב איז עס יא אין א באזעצט און באוואוינטע פלאץ און די עקאנאמיע האט געפירט צו הונגער, דאן ווערט עס א פאליטישער קאמף ווער עס איז שולדיג אויפן הונגער, און מ'קען זיך שוין דינגען צו וואלט געקענט געטון ווערן מער צו פארמיידן דעם שרעקליכן פיין דערפון.

און צומאל רעדט מען פון א מדינה אינטער דעם רעזשים פון א דיקאטאטור וועלכער נעמט די אוצרות פאר זיך, און לאזט יעדן הונגערן, וואס דאן ווייסט מען גאנץ קלאר ווער עס איז שולדיג דערויף

פארוואס ברענג איך אויף דעם הונגער אנאליז?

ווייל אלס א משל איז עס עפעס וואס רוב ציבור וועלן פארשטיין עס איז עפעס וואס יעדער ווייסט וואס דאס איז, און איך וואלט געוואלט ציען פאראלעל צו די טעמע פון "חתונה הוצאות". און די דעבאטע ארום איר

קודם ווער איז שולדיג אין "חתונה הוצאות"? אודאי קיינער נישט, עס איז נאטורליך אזוי אז ווען מ'מאכט חתונה א קינד וועט עס קאסטן מער געלט ווי ווען מ'מאכט נישט חתונה א קינד.

אלזא לאמיר דאס באטראכטן ווי דער וואס גייט וואוינען אין מדבר, און די חילוק צווישן איינעם און צווייטן וועט זיין ווער עס גרייט אן א פלאן צו קענען דורכשוויצן דעם גרויסן עקספענס קעגן די וואס גרייטן נישט אן דערצו.

בעפאר מיר גייען ווייטער לאמיר קלאר שטעלן אז מיר מאכן זיכער נישט דעם טעות צו זאגן אז יעדער קען זיך העלפן אדער באווארענען דערויף, און עס זענען דא אגרויסער פראצענט אידן וואס אפי' זיי זאלן וועלן אוועקלייגן געלט צו חתונה מאכן די קינדער וואלטן זיי נישט געקענט, זיי האבן נישט אפי' אויף די וועכנטליכע הוצאות צום קלעקן, און פארשטייט זיך אז מ'קען נישט פון זיי קיין סאך פארלאנגען, אויסער אויפן צווייטן פראנט פון "וויאזוי צו נוצן געלט ווען מ'האט נישט".

דער רוב ציבור לעבט אבער אין א געוויסן פינאנציעלע רוטין וואס איז באמת כמעט די זעלבע פאר יעדן, אפי' אויב אפאר דאללער מער אדער ווייניגער, איז דער אויסקום דער זעלבער.

רוב ציבור, ווען דאס לעבן וואלט נישט געהאט פארשידענע אומגעראכטענע הוצאות וואלטן זיי זיך שיין געדעקט, און נישט געהאט קיין עקסטערע דרוק פון געלט. אבער מרוב חסדיו פון דעם בורא עולם כדי דער מענטש זאל וועלן טון השתדלות צו אנקומען ווייטער, איז יא דא דער פחד אז מ'קען האבן אויסנאמליכע הוצאות אומגעראכטן, און מענטשן ארבייטן צו קענען איבערקומען אזוינע שוועריגקייטן, און דער אפעטיט אדער אומ-אפעטיט פון האנדלען מיט אזא מציאות, מאכט מענטשן טון מער ווי געוויינליכע השתדלות און אסאך זענען מצליח דערינען און קענען העלפן זיך מיט אנדערע.

דאס איז אלעס מיט אומגעראכטענע הוצאות, וואס דאס ברענגט א שטיקל נאטורליכע פחד ביי מענטשן. וואס טוט זיך אבער ביי געראכטענע הוצאות, ווי למשל חתונה מאכן, בר מצוה מאכן, וכדו', וואס דער מענטש האט יארן לאנג פאר דעם א קלארע וויסן אז ער גייט אי"ה דארפן באצאלן דערפאר, דא דארף מען זיך א מינוט אפשטעלן און אויסשמועסן.

אין די וועלט פון געזונט, איז די וועלט אסאך געשטיגן צוליב די פרא-אקטיווע שטעלונג פון די רעגירונג, צו אינוועסטירן אין "פארמיידונג" נישט צו קומען צו קיין קרענק, מער ווי אינוועסטירן אין מעדיצין ווען מ'איז שוין קראנק, און דאס האט זיך ארויסגעשטעלט אלס א ברכה משמים, ווען מ'זעהט אז מענטשן לעבן טאקע לענגער, און געזונטער.

אין די וועלט פון פינאנץ איז אויך דא דער דערהער, אבער ביי אונזער ציבור איז נאך דא א גרויסער חסרון ידיעה ביי מאנכע אין דעם נושא.

מיר וועלן אי"ה אויך זיך אומקערן צו רעדן פון דעם פינאנציעלן מעדיצינישן חלק, וואס טוט מען ווען דער פראבלעם איז שוין דא, אבער קודם אין קורצן איבער די פרא-אקטיווע שריט וואס מ'קען און דארף טון פאר דעם.

ווען איר האט א קינד פון 1 ביז 5 יאר אלט, ווייסט איר און האפט איר אז דאס מיינט אי"ה א חתונה אין די קומענדיגע צוויי צענדליג יאר.

דער מענטש דארף באטראכטן א קינד אין די יארן ווי א בעפארשטייענדע בילל, וואס איז פעליג אין אפאר יאר ארום, עס איז נישט קיין שאלה פון "אויב" נאר פון "ווען".

ער האט דאן צוויי ברירות: ער קען רעאגירן פראאקטיוו, וואס דאס הייסט ער באצאלט דעם בילל פון פאראויס. דאס הייסט ער צאלט פארן שטריימל ווען דאס קינד איז 5 יאר אלט, און פאר די בעקעשע ווען ער איז 6 און אזוי ווייטער.

מ'קען דאך נישט דעמאלס נעמען די סייז, אדער וויסן אין וועלכן זאל מ'וועט חתונה מאכן, אלזא נעמט מען דאס געלט און מ'לייגט עס אוועק אין באנק, אין גמ"ח, אין סעיווינגס, סיי וואו מ'וויל, אבער מ'טוט צו דער זאך און מ'צאלט זיך ביללס.

פארשטייט זיך אז אויב קען מען מאכן אז דאס געלט וואס מ'לייגט דערווייל אין די זייט זאל נאך ברענגען געלט אויך, איז זיכער א מורא'דיגער בענעפיט פון וויסן הוצאות פון יארן פריער, ווייל דאס מאכט אז אפי' אויב אינפלאציע זאל במשך די יארן הויבן די בילל, וואס דאס וועט דאך זיכער פאסירן, וועט אבער דער מענטש וואס האט אוועקגעלייגט דאס געלט אין א סעיווינגס וואס ברענגט רווחים זיך גרינגער קענען ספראווענען דערמיט ווי דער וואס לייגט דאס געלט אינטערן מאטראץ.

אמאל קען אפי' געלונגען אז ער זאל איבערשטייגן אינפלאציע און נאך מאכן א שפאר ביסל מער ווי דעם, און ממש קאווערן עטליכע פון די ביללס אן אריינלייגן ממשות'דיג געלט.

אבער ווען מ'טוט דאס, דארף מען געדענקען אז ביי דעם נוצט מען נישט קיין סתם ביזנעס אדער אינוועסטמענטס, אפי' נישט ריעל עסטעיט, נאר אזוינע וואס זענען גאראנטירט און ברענגען א סטאבילע וואוקס.

דער כלל איז אז א הוצאה וואס איז אומקאנטראלירבאר, דאס הייסט מ'קען עס נישט פארמיידן, און עס קומט אין א צייט וואס 'מקען נישט אליינס פונקטליך פארשרייבן, לייגט מען דאס געלט אויף א פלאץ וואו עס איז גאראנטירט און גרייט סיי ווען.

אויב אפי' דער מענטש האט נישט געטון דאס ווען דאס קינד איז נאך קליין געווען נאר ער כאפט זיך ווען דאס קינד איז שוין עלטער, אפי' גאר נאנט צו שידוכים יארן, איז כדי אנצוהייבן אוועקלייגן גרעסערע סכומים געלט, אמאל איז עס די טעקס ריטוירן, אדער אנדערע באונוסעס וואס דער מענטש באקומט.

אין מיינע פערזענליכע שמועסן איבער פינאנץ מיט אידן וואס האבן געזוכט צו טון דערצו איז אלס אויפגעקומען די שאלה, וויפיל געלט קען איך דען אוועקלייגן? איך האב 5 קינדערלעך אדער מער, איך וועל בדרך הטבע בעז"ה דארפן חתונה מאכן יעדע 2 יאר, איך קען סיי ווי נישט אוועקלייגן גענוג צו קענען קאווערן אלעס. און דא קומט אריין דער מעשי שטן געדאנק: אז איך האב שוין סיי ווי נישט, וואס א חילוק וויפיל איך האב נישט?

ושתי תשובות בדבר: איינס, אויב איר לייגט אוועק געלט אין א פלאץ וואו עס קען וואקסן איז עס נאך אלס בעסער ווי גארנישט

אבער מער פון דעם, דאס אוועקלייגן געלט מיינט נישט אז איר וועט דארפן נוצן דאס גאנצע געלט פארן חתונה מאכן. און אין געוויסע פעלער קען אפי' זיין איר וועט קענען דורכשטופן די ערשטע צוויי קינדער אנע דארפן נוצן די אוועקגעלייגטע געלט, אבער דער געדאנק אז אויב מ'דארף געלט האט מען ערגעץ אוועקגעלייגט עטליכע צענדליגע טויזנט דאללער איז שוין גענוג ארויסצוהעלפן אינעם מצב.

פארשטייט זיך אז דאס איז אלעס איז נאר גוט, אויב ווען מ'קומט שוין דערצו צום חתונה מאכן, האלט מען זיך צו א סטאנדארד. אה, איר האט געוואוסט אז איך גיי אנקומען צו דעם, אבער איך וויל רעדן דערפון מיט א שטיקל בליק פון ארום, און דאס וועל מיר האפנטליך בארירן נעקסטע וואך.

(אויב זוכט איר וואו צו אוועקלייגן געלט פארן חתונה מאכן די קינדערלעך קענט איר מיך פריוואט רופן בעז"ה)