לאמיר רעדן ווייטער איבער די נושא פון "שווינדל און באשווינדלטע", און בפרט אזוינע סארט מדת סדום שווינדל וואס מ'קען נישט אנקלאגן אלס א שווינדל, אבער פארט טרעפט זיך דער בארויבטער אין א פלאנטער.
זינט מיר האבן פאריגע וואך גערעדט מער איבער דעם "מולטי לעוול מארקעטינג" מהלך פון ביזנעס, און ארויסגעברענגט אביסל די חילוקים פון א לעגיטימע ביזנעס אדער א סדום סארט שווינדל וואו מ'רעדט איין דעם קאנסומער אז ער וועט רייך ווערן דורך ברענגען צוויי אדער וויפיל נייע פארקויפער און אזוי וועט ער אויפבויען אן עשירות לעולמי עד אנע דארפן ארויסגיין פון כולל אדער אויפגעבן זיין איצטיגן דזשאב.
מיר האבן אין קורצע שורות זייער קלאר געשטעלט אז דאס איז בכלל נישט אזוי, און אז "מולטי לעוול מארקעטינג" ביזנעסער זענען נאר אזוי גוט ווי סיי וועלכע ביזנעס אין וועלכן איר גייט אריין, עס דארף זיין א גוטער פראדוקט, איר דארפט אינוועסטירן אין מארקעטינג, און איר דארפט זיך אריינלייגן אינגאנצן דערין אז עס זאל מצליח זיין.
די אלע וואס האבן פריוואט קאמענטירט צו מיר איבער אזוינע וואס האבן מצליח געווען אין מולטי לעוול מארקעטינג אפי' ביי די סארט פירמעס וואו מ'האט געזעהן הונדערטער אדער גאר טויזנטער דערלייגן זייערע פאר דאללער אן קיין שום פראפיט, איז דער תירוץ ווי דערמאנט, עס האט נישט מיט די ביזנעס אזוי ווייט ווי עס האט מיטן ביזנעס מאן.
מולטי לעוול מארקעטינג איז נאר א פארמאט וויאזוי די ביזנעס ווערט געפירט און געמארקעט, עס איז נאך אלס נישט קיין מעשי ניסים, און מ'קען נאר מצליח זיין דורך געהעריגע השתדלות. ודי בזה.
איך האב אסאך געטראכט צו מ'מעג שרייבן וואס איך גיי ווייטער שרייבן, און דאס ברענגט מיר צו מאכן א הקדמה מיט זייער א קלארע דיסקלעימער.
איך שרייב נאר אזוינע זאכן וואס קען ברענגען נוצן, און האפנטליך מאכן מענטשן טראכטן פאר מ'טוט עפעס מיט אביסל התבוננות צו פארמיידן דעם אייגענעם שאדן, אדער יענעם צו מאכן שאדן, איך שרייב נישט צו באשולדיגן איינעם פערזענליך ח"ו, ווייל געוויינליך רעדן מיר דא פון נחלת כלל, זאכן וואס זענען אזוי געבויט, און מ'כאפט זיך נישט אז מ'איז אמאל א דירעקטער גורם צו מאכן שאדן פאר אנדערע.
א אינטערסאנטער "סדום שווינדל" וואס ווערט נישט באטראכט אלס שווינדל, אבער אין די ענדע ברענגט עס שאדן צו די באטראפענע, איז די נושא פון "סעילס".
סעילס, ווי ס'ווערט גערופן ביי אונז אין אידיש, און פרעגט מיך נישט פארוואס ס'הייסט אזוי, אדער פארוואס אין די גויאישע וועלט הייסט עס "ספעשל'ס", וכדו', ווייל איך בין בכלל נישט אויסן צו רעדן איבער שפראך און דקדוק, אבער וואס מיר רופן אן סעילס איז אז א געשעפט אדער א פירמע גיבט א ספעציעלן פרייז פאר זייער סערוויס אדער פראדוקטן, פאר א באשטימטע צייט, וואס דאס דארף ברענגען קאסטומער'ס צו קויפן "יעצט" דאס וואס זיי טראכטן זיי וואלטן געוואלט קויפן בקרוב אדער אפי' שפעטער.
דער ציהל פון מאכן א סעיל איז:
אריינברענגען פרישע קליענטן דורכן טיהר, און האפנטליך זיי צו אנהאלטן דורך א גוטן עקספיריענס אז זיי זאלן אויך צוריק קומען אין דעם עתיד, אפי' ווען עס איז נישט קיין ספעציעלער סעיל.
ארויסצורוקן סחורה וואס זענען געבליבן פון פארגאנגענעם סעזאן.
ארויסרוקן נייע סחורה וואס דארף אנצוהייבן דעם סעזאן און מאכן מענטשן זאלן זעהן וואס אלס עס איז פארהאנען, און מ'זאל זוכן עס איינצוקויפן.
ובעיקר, אריינצוברענגען א שטיקל קעש פלוס, וואס אין געוויסע סעזאנען פון דעם געשעפט איז אויסנאמליך וויכטיג, מער ווי סתם אזוי.
סתם קאנסומער'ס פרעגן זיך די קשי' פארוואס מאכט מען סעילס פונקט ווען עס וואלט געדארפט צו זיין דער שטערקסטער סעזאן פון איינקויפן פארן פולן פרייז?
למשל מ'זעהט אין די גויאישע וועלט, ווען עס קומט אן להבדיל דער חאגע סעזאן, ווען לכאורה אלע וואלטן סיי ווי געקויפט די מתנות און ספעציעלע חאגע געברויכן?
להבדיל ביי אונז אידן זעהט מען אויך פארשידענע אזוינע זאכן, וואס איך וועל נישט אויסרעכענען, אבער עס שטעלט די שאלה, פארוואס מאכט מען נישט דעם סעיל ווען עס איז א שוואכער סעזאן?
עס איז וויכטיג צו פארשטיין אז א געוויינליכער סעיל איז נישט געמאכט פארן געשעפט צו "דערלייגן" געלט, נאר צו מאכן געלט, און די סיבה פארוואס א גאנץ יאר קען ער נישט בעטן דעם ביליגן פרייז איז צוליב א מאנגל פון קונדן, און דער געשעפט מוז זיך דעקן פון ווייניגער סעילס.
ווען עס קומט א צייט וואס מ'ווייסט אז עס גייען אריינקומען אסאך קונדן סיי ווי, און אויב וועט דער פרייז זיין בעסער ווי געוויינליך וועט דער קעש פלוס זיין גאר גוט, מיינט דאס אז אנשטאט צו פארדינען הונדערט פראצענט אויף איין אייטעם, וועל איך ענדערש פארדינען דעם זעלבן געלט אויף דריי אייטעם'ס, און איינוועגס אויך אויסליידיגן די שעלוו'ס, זיין בעסער ווי דער קאמפעטישן, ברענגען פרישע קונים, וכדו'.
די גאנצע דערהער פון מאכן א סעיל ווערט אנגענומען ביי די קונדן מיט אן אנדערן בליק, וואס איז צומאל פארפירעריש. אז א סעיל איז וואו דער אייגענטומער דערלייגט געלט. אדער איז גרייט צו דערלייגן געלט. עס איז נישט אזוי, עכ"פ נישט אין דעם געוויינליכן זין פון ווארט.
וואס יא? אמאל איז דא א סעיל וואס איז אן אויסנאם, עס איז באמת א דורכפאל וואס פירט צום סעיל, דהיינו ווען מ'מאכט א "ארויס פון ביזנעס" סעיל, נישט קיין חילוק צו מ'מאכט דאס ווייל מ'וויל גיין רעטייערן און מ'וויל זיך זעהן אינדרויסן, צו ווייל מ'מוז דעקן די חובות, אבער די סארט סעילס זענען יא וואו דער קאסטומער האט א גוטן שאנס באמת ארויסצוגיין מיט ריוח.
לענינינו פאר די חשוב'ע לייענער, סיי די וואס פארקויפן, און סיי די וואס קויפן.
ווען א סעיל ווערט געמאכט מיט די קלארע ציהל צו פארקויפן מער אין א קורצע צייט, און מ'אנאנסירט עס אזוי, איז עס ווי מ'רופט, ביזנעס עס יוזושעל, און מ'דארף נאר אלס א קונה זיך היטן פון אריינפאלן אין א פאסטקע וואס ווערט אומווילנדיג געשאפן ווען דער רעש און טומל פון א סעיל מאכט דעם מענטש קויפן אדער איינהאנדלען זאכן וואס ער וואלט קיינמאל נישט געקויפט אדער וועט קיינמאל נישט דארפן.
אויב גייט ער אבער איינקויפן מיט א קלארקייט נאר די זאכן וואס ער דארף טאקע און האט א בענעפיט פון דעם אז דער מוכר גיבט דאס יעצט פאר א בעסערן פרייז. איז נאה לו ונאה למוכר, יעדער פארדינט.
וויכטיג איז אבער צו געדענקען אין אזא פאל צו ליינען די קליינע שורות.
געוויסע סעילס זענען לכתחילה פארמירט צו פאר'נער'ן דעם קאנסומער. און ליידער געשעהט דאס אסאך. איך וועל נישט נעמען משלים טראץ וואס איך גלייך עס פארן צורך הענין, אבער איך וויל ח"ו נישט רעדן פון אינדוסטריעס ספעציפיש, ווייל מיר זענען נישט קיין לשון הרע אויסגאבע. אבער איך וועל בכלליות ארויסברענגען וואס איך מיין.
ווען מ'מאכט א סעיל איז אנגענומען אז געוויסע געוויינליכע "קאסטומער בענעפיטן" ווערן אוועקגענומען, עס איז זייער א נארמאלע ערשיינונג, וויבאלד א סעיל איז געמאכט צו לינדערן דעם בעה"ב איבערפלוס פון סחורה אדער ארבייט, און דערפאר וועלן געוויסע אריינלייגן ספעציעלע רעגולאציעס וואס טוען אפעקטירן דעם "ריטוירן פאליסי" אדער אנדערע געוויינליכע עקסטערע בענעפיטן פון דעם קאסטומער.
דאס איז אלעס נארמאל, און העכסט פארשטענדליך, און אז מ'ווייסט פון פאראויס וואס זיי זענען קען מען נאך אלס ארויסגיין א געווינער ביים קויפן ביים סעיל.
אבער אויב קומט א געוויסער "פרייז" אויף סערוויסעס ארום דעם פראדוקט, ווי למשל אמאל וועט מען אין א געשעפט ואוס גיבט געוויינליך פריי דעליווערי, אבער אין א סעיל וועט ער טשארדזשן דערפאר אן עקסטערע סכום, איז וויכטיג צו פארשטיין וויפיל די עקסטערע וועט זיין, און צו ס'לוינט זיך נאך אלס.
די משלים זענען באמת דא אסאך וואס איר קענט זיך אליינס באטראכטן ווען עס איז נוגע, אבער למען השלום וועל איך נאר ענדיגן מיט א קורצע סיכום איבער דעם ענין פון סעילס.
פארן פארקויפער:
זאג קלאר פארוואס דו טוסט פארקויפן פאר ביליג
שרייב די קליינע אותיות גענוג גרויס אז דער קאנסומער זאל זעהן אין דיר אן אויפריכטיגער ביזנעסמאן און אז מ'קען דיך געטרויען.
זיי גרייט צו באדינען די "נייע" קאסטומער'ס וואס דו האפסט וועלן קומען לכבוד דעם גינסטיגן פרייז, אויף אן אופן אז דאס זאל טאקע מאכן זיי צוריק קומען אין אנדערע צייטן פון יאר אויך.
לייג נישט צו קיין קאסטן פון אונטערן טיש אויף אנגענומענע בענעפיטן, ענדערש ציפ אראפ פון די זאכן וואס זענען נישט אנגענומען אין די אינדוסטריע, נאר דו אליינס האסט עס געגעבן פאר דיינע קאסטומער'ס.
לאמיך מסביר זיין, אין יעדע אינדוסטריע זענען דא געוויסע בענעפיטן וואס מ'גיבט מיט פארן קאסטומער, ווייל אזוי איז דער מנהג. די זאכן איז וויכטיג אנצוהאלטן אין א סעיל.
אויב האט איר עפעס וואס איר האט אליינס איינגעפירט אין געשעפט צו ציען קאסטומערס, עפעס וואס איז נישט דער נארם, דארט מעג מען זיך ארומשפילן.
און צום קונה:
א סעיל איז נאר געמאכט צו קויפן זאכן וואס מען "דארף" טאקע.
גייט אריין מיט א פארגעשריבענע ליסטע פון זאכן וואס איר דארפט, און רירט אייך נישט אוועק דערפון.
ליינט גוט אפ די קליינע אותיות, און אויב איר פארשטייט נישט פרעגט איבער.
קוקט איבער דעם רעסיט, און אויב איז עפעס נישט פארשטענדליך בעט מ'זאל אייך מסביר זיין.
מענטשן ווערן באשווינדלט פון "סעילס" כאטש וואס די געשעפטן מיינען ח"ו נישט צו שווינדלען. מ'דארף זיך אליינס היטן, און טון השתדלות בעזר השי"ת נישט צו ארויסגיין מיט שאדן.
(אין באקס: קומענדיגע וואך גרייטן מיר זיך צו שרייבן אביסל אין די נושא פון "חתונה הוצאות" וואס דאס איז יעצט ביי מיר אויפן סדר היום לכבוד די חתונה פון מיין זון בשעטומ"צ די וואך מיטוואך פ' חקת. אויב האט איר עפעס צו פרעגן אויף די נושא אדער איר האלט א ספעציפישע ענין דארף אויסגעשמועסט ווערן, שיקט דאס אריין יעצט. א גרויסן ישר כח)